געדאנקען אויף דער פרשה פון פשט ביז סוד

גוטע איינפאל. געטראכט שוין לאנג אז מ'קען מאכן אזא שנירל ווי מ'לייגט ארויס יעדע וואך א ספעציפישע נושא אויפן פרשה, און יעדער קומט אריין מיט זיינע חקירות והערת. סוף וואך קען איינער מעגליך וואלונטירן אראפ צושרייבן דאס ענין אויף א מסודר'דיגע אופן צו קענען דרוקן/פארשפרייטן אלס א מאמר נתחבר דורך חברי תורה דקרעמל.

דאס קען ארייננעמען פשט, רמז, דרוש, סוד, דקדוק, היסטאריע, חקר המקרא, וויאזוי דאס ענין איז אפגעלערנט ביי אנדערע רעליגיעס, און נאך.
דאס תגובה האט אנגעהויבן א סייקל וואס האט זיך געצויגן כמעט די גאנצע יאר. אויף רוב פרשיות (חוץ סדר דברים) געעפנט א שנירל (אין חקר מקרא).

נישט צום גלייבן ס'איז שוין פאראיבער א יאר. שכוח קרעמל פארן מיר געבן א פלאטפארמע.

ווער נעמט זיך אונטער פארן קומענדיגן סייקל?🙂
 
בראשית

ס'האָט מיך געבאדערט פארוואס האט דער אייבערשטער נישט אפגעהאקט די עץ החיים אין פארברענט, נאר געלייגט שווערדן ארום?

ס'מיינט אז בעצם איז דא די עץ החיים נאר ס'איז שווער אנצוקומען דערצו.
 
רש"י שבת י: אז אברהם איז אלט געווען 48 ביי די דור הפלגה.
לויט די וואס זאגן אז בן מח שנה הכיר את בוראו, קען זיין אז די מעשה פון די דור הפלגה האט געמאכט א שטארקע השפעה אויף אים.
 
לך לך
(ק/פ פון א סטאטוס)​

ר' נתן מברסלב שרייבט:
"לך לך" איז נישט נאר געזאגט געווארן צו אברהם, נאר צו יעדער איד.
מיר אלע זענען ארומגענומען מיט זאכן וואס באהאלטן אונזער פנימיות.

"מארצך" – אונזער סוסייעטי און ענווייראנמענט וואס שעיפט אונזער וועלטליכן בליק.
"ממולדתך" – אונזער נאטור, פּערסענעליטי און אינערליכע שוואכקייטן.
"מבית אביך" – משפחת’ישע איגאָ און קולטור’דיגע פעלשקייטן.

דער באשעפער זאגט: "לך לך" – קער דיך צו זיך, צו די נקודת האמת וואס קומט פון דיין נשמה, נישט פון דיין גוף אדער קולטור.
ווער פטור פון דעם "איך" וואס מיינט אלעס נאר דעם גוף, און גיי צו דעם "לְךָ" דיין אמתע נשמה.
 
עס איז זייער א סאך צו פארלאנגען פון א מענטש
ער זאל אלע אינגרידענטס וואס מאכט אינם פאר א יש,פאר א אדם,ער זאל אלעס אוועק ווארפן ער זאל
בלייבען נאר מיט נשמה - ער וויל דאך לעבן אויף
די וועלט, ווי גאט האט איהם אריינגישטעלט, און דער גאט זאגט איתו יעצט לך לך אתמהה - צריך עיון
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
בראשית

ס'האָט מיך געבאדערט פארוואס האט דער אייבערשטער נישט אפגעהאקט די עץ החיים אין פארברענט, נאר געלייגט שווערדן ארום?

ס'מיינט אז בעצם איז דא די עץ החיים נאר ס'איז שווער אנצוקומען דערצו.
קען מען זאגן אז דער עץ החיים איז דער טשענל
פאר חיים, פון גאט וואס ער איז חותך חיים לכל חי.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top