געדאנקען אויף דער פרשה פון פשט ביז סוד

גוטע איינפאל. געטראכט שוין לאנג אז מ'קען מאכן אזא שנירל ווי מ'לייגט ארויס יעדע וואך א ספעציפישע נושא אויפן פרשה, און יעדער קומט אריין מיט זיינע חקירות והערת. סוף וואך קען איינער מעגליך וואלונטירן אראפ צושרייבן דאס ענין אויף א מסודר'דיגע אופן צו קענען דרוקן/פארשפרייטן אלס א מאמר נתחבר דורך חברי תורה דקרעמל.

דאס קען ארייננעמען פשט, רמז, דרוש, סוד, דקדוק, היסטאריע, חקר המקרא, וויאזוי דאס ענין איז אפגעלערנט ביי אנדערע רעליגיעס, און נאך.
דאס תגובה האט אנגעהויבן א סייקל וואס האט זיך געצויגן כמעט די גאנצע יאר. אויף רוב פרשיות (חוץ סדר דברים) געעפנט א שנירל (אין חקר מקרא).

נישט צום גלייבן ס'איז שוין פאראיבער א יאר. שכוח קרעמל פארן מיר געבן א פלאטפארמע.

ווער נעמט זיך אונטער פארן קומענדיגן סייקל?🙂
 
בראשית

ס'האָט מיך געבאדערט פארוואס האט דער אייבערשטער נישט אפגעהאקט די עץ החיים אין פארברענט, נאר געלייגט שווערדן ארום?

ס'מיינט אז בעצם איז דא די עץ החיים נאר ס'איז שווער אנצוקומען דערצו.
 
רש"י שבת י: אז אברהם איז אלט געווען 48 ביי די דור הפלגה.
לויט די וואס זאגן אז בן מח שנה הכיר את בוראו, קען זיין אז די מעשה פון די דור הפלגה האט געמאכט א שטארקע השפעה אויף אים.
 
לך לך
(ק/פ פון א סטאטוס)​

ר' נתן מברסלב שרייבט:
"לך לך" איז נישט נאר געזאגט געווארן צו אברהם, נאר צו יעדער איד.
מיר אלע זענען ארומגענומען מיט זאכן וואס באהאלטן אונזער פנימיות.

"מארצך" – אונזער סוסייעטי און ענווייראנמענט וואס שעיפט אונזער וועלטליכן בליק.
"ממולדתך" – אונזער נאטור, פּערסענעליטי און אינערליכע שוואכקייטן.
"מבית אביך" – משפחת’ישע איגאָ און קולטור’דיגע פעלשקייטן.

דער באשעפער זאגט: "לך לך" – קער דיך צו זיך, צו די נקודת האמת וואס קומט פון דיין נשמה, נישט פון דיין גוף אדער קולטור.
ווער פטור פון דעם "איך" וואס מיינט אלעס נאר דעם גוף, און גיי צו דעם "לְךָ" דיין אמתע נשמה.
 
עס איז זייער א סאך צו פארלאנגען פון א מענטש
ער זאל אלע אינגרידענטס וואס מאכט אינם פאר א יש,פאר א אדם,ער זאל אלעס אוועק ווארפן ער זאל
בלייבען נאר מיט נשמה - ער וויל דאך לעבן אויף
די וועלט, ווי גאט האט איהם אריינגישטעלט, און דער גאט זאגט איתו יעצט לך לך אתמהה - צריך עיון
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
בראשית

ס'האָט מיך געבאדערט פארוואס האט דער אייבערשטער נישט אפגעהאקט די עץ החיים אין פארברענט, נאר געלייגט שווערדן ארום?

ס'מיינט אז בעצם איז דא די עץ החיים נאר ס'איז שווער אנצוקומען דערצו.
קען מען זאגן אז דער עץ החיים איז דער טשענל
פאר חיים, פון גאט וואס ער איז חותך חיים לכל חי.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לעצטע װאך, אױף פסוק ב' אנהױב פון די סדרה:
אֵ֣לֶּה ׀ תֹּלְד֣וֹת יַעֲקֹ֗ב יוֹסֵ֞ף בֶּן־שְׁבַֽע־עֶשְׂרֵ֤ה שָׁנָה֙ הָיָ֨ה רֹעֶ֤ה אֶת־אֶחָיו֙ בַּצֹּ֔אן וְה֣וּא נַ֗עַר אֶת־בְּנֵ֥י בִלְהָ֛ה וְאֶת־בְּנֵ֥י זִלְפָּ֖ה נְשֵׁ֣י אָבִ֑יו וַיָּבֵ֥א יוֹסֵ֛ף אֶת־דִּבָּתָ֥ם רָעָ֖ה אֶל־אֲבִיהֶֽם׃

איז רש"י מסביר: את דבתם רעה. כָּל רָעָה שֶׁהָיָה רוֹאֶה בְאֶחָיו בְנֵי לֵאָה הָיָה מַגִּיד לְאָבִיו וכו'

איז מיר אײנגעפאלן נאכ'ן נאכקוקן די פסוק אין שיר השירים אז דבתם בעצם מײנט 'מורמלען' און ממילא איז זײער פשוט װאס יוסף האט נאכגעטראגן דעם טאטן: די ברודער פלעגן זיך שלעכט שישקען אונטער זײן רוקן בגנאי פון די בני השפחות, און װעגן די פאקט אז יוסף חבר'ט זיך מיט זײ, און די דאזיגע שלעכטע שישקערײען האט יוסף איבער פארצײלט פאר'ן טאטן. איז פארװאס פלאגט זיך רש"י דא אזױ? 😒
 
רש״י איז מרמז דער ענין ״ ועל דבה שסיפר עליהם שקורין לאחיהם עבדים ״ מיינט ער אז יוסף האט דאס דערציילט פאר יעקב , איז דאס די דבה לויט דעם , אזוי ווי רש״י ברענגט די פסוק פון שיר השירים -דובב שפתי ישנים -
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער פון רש"י איז משמע אז מיט "דבתם" מײנט ער נישט ממש דאס נאר ער מײנט אז יוסף האט "גערעדט" די שלעכטע מעשים צו זײן טאטע.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דובב שפתי ישנים האט גארנישט מיט שלעכטס צוטוהן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער אפילו דא, בײ יוסף, אױב דבה מײנט שלעכטע רײד װאס איז די צורך אין די עקסטערע 'רעה'?
 
מוז מען אלעס נאכמאכן דעם טאטן? אדער מען מעג זוכן אן אייגענעם וועג?

מחשבות אויף פרשת וישב – געבויט אויף די ווערטער פון הגה"ח ר' יצחק שפירא שליט"א

די קשיא: וואס זוכן די שבטים אין שכם?

די פרשה הייבט זיך אן מיט דעם פסוק: "וישב יעקב בארץ מגורי אביו". יעקב אבינו האט זיך ענדליך באזעצט אין חברון, אין עמק חברון. אבער פלוצלינג דערציילט אונז די תורה א וואונדערליכע זאך: די הייליגע שבטים, די ברידער פון יוסף, לאזן איבער דעם טאטן און גייען פאשען די שאף דווקא אין שכם.

פרעגט זיך צוויי קשיות:

1. אויב דער טאטע יעקב זיצט אין חברון, וואס איז דער פשט צו שלעפן די שאף אזוי ווייט קיין שכם? ס'איז דאך א מהלך רב!

2. און וואו איז יוסף? פארוואס איז ער נישט מיטגעגאנגען מיט זיי?

כדי דאס צו פארשטיין, דארף מען זיך דערמאנען וואס מיר האבן שוין גערעדט. שכם איז נישט סתם א שטאט; אין פנימיות התורה איז שכם דער מקום פון "בחירה חופשית". ס'איז א פלאץ פון כוחות, אבער ס'איז אויך א מסוכנ'דיג פלאץ, ווייל ווען מ'האט א בחירה קען מען חלילה אויסקלויבן דאס שלעכטע (דינין). יעקב אבינו האט געמאכט א סדר: ער איז געגאנגען קיין שכם (בחירה), נאכדעם קיין בית אל (קבלת עול מלכות שמים), און צום סוף קיין חברון – וואס חברון איז מלשון "חיבור". דארט איז ער שוין געווען אינגאנצן דבוק אינעם אייבערשטן בדרך קבע.

זיין א "ממשיך" אדער זיין א "זעלבסטשטענדיגער"?

און דא ליגט דער גאנצער וויכוח צווישן יוסף הצדיק און די ברידער:

• יוסף הצדיק: ער איז געווען דאס ליבלינג קינד, "בן זקונים". ער איז געווען אזוי מחובר צו יעקב אבינו, אז ער האט געפילט ער דארף גארנישט טון פון זיך אליין. ער האט געטראכט: "אז איך בין דבוק אין טאטן, בין איך דבוק אין זיינע מדרגות." ער האט נישט געשפירט אז ער דארף נאכאמאל דורכגיין די שווערע עבודה פון "בחירה". ער איז א צדיק וואס לעבט אויפן כח פון טאטן.

• די הייליגע שבטים: זיי האבן אבער געהאלטן אנדערש. זיי האבן געטענה'ט: "וואס הייסט? נאר וועגן דער טאטע איז א צדיק מיינט עס אז איך בין שוין מסודר? איך וויל נישט זיין קיין 'יורש' וואס באקומט אלעס אויף א גאלדענעם טאץ! איך וויל עבודת ה' זאל זיין מיין אייגענע עבודה!"דאס איז דער טייטש פון דעם פסוק "וילכו אחיו לרעות את צאן אביהם... לרעות את עצמם". זיי האבן געזוכט זיך אליין. זיי זענען געלאפן קיין שכם – צום מקום הבחירה – ווייל זיי האבן געוואלט אויסקלויבן דעם אייבערשטן פונדאסניי, מיט זייערע אייגענע כוחות, און נישט נאר ווייל "אזוי האט דער טאטע געהייסן".

דערפאר האט יוסף געברענגט דיבה רעה. ער האט געמיינט אז זיי ווילן זיך חלילה אפרייסן פונעם טאטן. ער האט נישט פארשטאנען אז זיי זוכן פשוט עצמאות (זעלבסטשטענדיגקייט) אין עבודת ה'. ווען יוסף דערציילט זיי די חלומות אז "אלע בוקן זיך צו מיין בינטל", ווערן זיי בייז. פארוואס? ווייל זיי הערן אין זיינע ווערטער: "עטס וועט מוזן זיין צוגעבונדן צו מיר, עטס נישט קענען אליין". און דאס האט זיי געשטערט.

אנטלויפן קיין דותן – זוכן די "עקסטרים" פרייהייט

יעקב אבינו שיקט יוסף: "לך נא ראה את שלום אחיך". גיי זע וואס טוט זיך מיט זיי, ברענג זיי צוריק צום "חיבור", צום שוים. ווען די ברידער זעען יוסף קומען קיין שכם, טראכטן זיי: "געוואלד, אפילו דא לאזט ער אונז נישט אפ? ער וויל אונז ווידער איינצוימען?" דעריבער לויפן זיי ווייטער, קיין דותן. רש"י זאגט אויף דותן: "לבקש לכם נכלי דתות". דותן איז א פלאץ פון אן "איבערגעטריבענע בחירה". זיי האבן געוואלט זיין אזוי פריי און זעלבסטשטענדיג, אז זיי זאלן שוין נישט האבן קיין שייכות מיט יוסף'ס דרך. זיי האבן געוואלט "הרג'ענען" דעם געדאנק פון יוסף ביי זיך אין הארץ, כדי צו פילן אז זייער עבודת ה' איז הונדערט פראצענט זייערס.

פארוואס יעקב איז נישט געלאפן גלייך קיין בית אל?

יעצט פארשטייען מיר אן עמקות אין יעקב אבינו'ס וועג. יעקב אבינו איז נישט געלאפן גלייך פון לבן'ס שטוב קיין בית אל (דביקות). ער האט זיך אפגעשטעלט אין שכם. פארוואס? ווייל יעקב האט געוואוסט דעם סוד: דער אייבערשטער וויל נישט קיין ראבאטן.אויב א מענטש איז הייליג נאר ווייל ער איז אזוי געבוירן, אדער ווייל ער האט נישט קיין ברירה – איז עס נישט קיין חכמה. דער רצון ה' איז, אז א איד זאל האבן די יכולת צו טון אנדערש, און דוקא "בוחר זיין" אין גוטס. דערפאר הייסט יעקב "ישראל" – כי שרית. א שר איז א בעל הבית. א קנעכט מוז טון וואס מען הייסט אים, א שר טוט ווייל ער פארשטייט און ווייל ער וויל. יעקב האט געוואלט אז זיין דביקות זאל קומען מכח עצמו.

די ירידה לגלות מצרים – ווען מען ווערט "פארקנייטשט"

פון דעם מחלוקת לשם שמים, איז געבוירן געווארן גלות מצרים. פארוואס? ווייל סיי יוסף און סיי די שבטים האבן געהאט א חסרון אין יענעם מאמענט:

• יוסף איז געווען צו שטארק פארהאנקעט אין "נאכמאכן דעם טאטן" אן געבן פלאץ פאר אייגענע בחירה.
• די ברידער זענען געלאפן צו ווייט מיט זייער "עצמאות", ביז עס האט געמיינט א פירוד (אפרייסן זיך) פונעם ברודער.

דאס האט געשאפן א "מיצר" (מצרים). א מצב וואס מען קען זיך נישט רירן. דער טאטע (יעקב) ווייסט נישט וויאזוי צו רעדן צו די קינדער וואס ווילן זיין ערוואקסן, און די קינדער שפירן זיך עלנד.

דאס איז דער סוד פון גלות: ווען א איד פילט א סתירה. פון איין זייט וויל איך זיין אן "ערליכער איד" ווי די טאטעס (חיבור), אבער פון די צווייטע זייט וויל איך עס שפירן אין מיין אייגענעם הארץ און נישט זיין קיין "מצוות אנשים מלומדה" (בחירה). ווען מ'ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן שלום צווישן די צוויי – איז מען אין גלות.

וואס איז די גאולה?

די גאולה איז ווען מיר נעמען די צוויי כוחות און מיר מאכן א שידוך. מיר דארפן ביידע:

1. מיר דארפן די אמונה פשוטה און דביקות פון יוסף הצדיק – צו וויסן אז מיר זענען טייל פון א גרויסע קייט, בני אברהם יצחק ויעקב.

2. אבער מיר דארפן אויך דעם כח פון די שבטים – די בחירה. אז יעדער איד זאל זאגן: "איך וויל זיין א איד! איך קלויב אויס דעם וועג, נישט נאר ווייל מיין טאטע איז געגאנגען מיט א שטריימל, נאר ווייל איך דערקען דעם אמת!"

דערפאר, ווען כלל ישראל קומט ארויס פון מצרים, איז דאס ערשטע פלאץ וואו זיי גייען – שכם. אונז זאגן פארן רבונו של עולם: "טאטע, מיר זענען ארויס פון מצרים, מיר זענען פרייע מענטשן, און יעצט, מיט אונזער פולער בחירה, קומען מיר צוריק צו דיר!"
 
דער רמב״ן איז מעיר על דעת רש״י, יתכן שיהיה דבה לטובה, דארף ער ארויס זאגען ויבא את דבתם רעה , ער פיהרט אויס אז אויב עס שטייט ומוציא דבה הוא כסיל איז קלאהר אז עס איז לרעה זעהט אויס די חילוק איז פון מביא ביז מוציא
 
דברים מפליאים - זייער נכון
אבער גיין מיט א שטריימל האט נישט דוקא מיט אמת , דער פאקט אז דער טאטע גייט מיט א שטריימל מאכט שוין א פרעדזשודיס, צו דענקען אז מען האט דעם אמת בכפו,אבער הרבה דרכים למקום מען גייט אדורך אסאך וועגן ביז מען קומט צום מקום , אמת ממצרים גאלתנו ומעולם לא עזבתנו אנו האמירך ואתה מאמירנו , אבער וואס מען האט אלץ צוגישטעלט , ווער ווייסט וואס איז כולו
אמת .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לעצטע װאך, אױף פסוק ב' אנהױב פון די סדרה:
אֵ֣לֶּה ׀ תֹּלְד֣וֹת יַעֲקֹ֗ב יוֹסֵ֞ף בֶּן־שְׁבַֽע־עֶשְׂרֵ֤ה שָׁנָה֙ הָיָ֨ה רֹעֶ֤ה אֶת־אֶחָיו֙ בַּצֹּ֔אן וְה֣וּא נַ֗עַר אֶת־בְּנֵ֥י בִלְהָ֛ה וְאֶת־בְּנֵ֥י זִלְפָּ֖ה נְשֵׁ֣י אָבִ֑יו וַיָּבֵ֥א יוֹסֵ֛ף אֶת־דִּבָּתָ֥ם רָעָ֖ה אֶל־אֲבִיהֶֽם׃

איז רש"י מסביר: את דבתם רעה. כָּל רָעָה שֶׁהָיָה רוֹאֶה בְאֶחָיו בְנֵי לֵאָה הָיָה מַגִּיד לְאָבִיו וכו'

איז מיר אײנגעפאלן נאכ'ן נאכקוקן די פסוק אין שיר השירים אז דבתם בעצם מײנט 'מורמלען' און ממילא איז זײער פשוט װאס יוסף האט נאכגעטראגן דעם טאטן: די ברודער פלעגן זיך שלעכט שישקען אונטער זײן רוקן בגנאי פון די בני השפחות, און װעגן די פאקט אז יוסף חבר'ט זיך מיט זײ, און די דאזיגע שלעכטע שישקערײען האט יוסף איבער פארצײלט פאר'ן טאטן. איז פארװאס פלאגט זיך רש"י דא אזױ? 😒
שפתותיו דובבות בקבר איז נאך אַן עקזעמפל פון מורמלען
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top