גע'גנב'עטע ניגונים

ווי איז די לינק וואס מ'קען וויסן פון ווי א ניגון קומט
 
מ'דארף האבן די עפ אויפ'ן טעלעפאן און איך ארבעט פון א לעפטאפ
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט געטראפען אז דער נייער היט וואס אלע רעבעלאך טאנצען און די חסידים פייערען זיך.די רבי זאהל געזונט זיין איז אן אלטער גויאישער סאנג
חב"ד שרייבט קלאר אז דאס איז א רוסישער מארש.

https://www.chabad.org/multimedia/m...Yisrael-Duchman-Der-Rebbe-Zal-Zayn-Gezunt.htm

חסידישע ניגונים זענען אסאך אדאפטירט קיינער לייקענט נישט. אנגעהויבן פון גלות גלות, סאלא קאקאש, אנע שיעור ניגונים אזוי , נישט יעדער זאך איז א סענזאצציע, נאר אויב אן אפיציעלער זינגער גנב'ט א ניגון און שטעלט זיך אהער אז סאיז אייגענס, דאן איז עס plagiarism.

חב"ד ווערסיע.
די רבי זאל געזונט זיין און די שונאים זאלן פלאצן: געזינגען ביי א טיש פון כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א אין לעיקוואוד
 
לעצט רעדאגירט:
ניגונים וואס ענדלען צו "התקווה" די איזראעלי נאציאנאלע הימנע:

Carul co boi א ראמענישע פאלקסישע תנועה

View: https://youtu.be/SuQX3fuBeXQ?si=AobMqgo4BoeuOtJg


Luncile s-au deştepta-
נאך א ראמענישע תנועה

View: https://youtu.be/vET7LgGan1U?si=nSbzc5eI-Z8ju0t2


א ראמענישע רעליגיעזע ניגון וואס מען זינגט אין קירכע

View: https://youtu.be/o3GSLuJk7KY?si=xpa-1CQbVyhPEv5I


Die moldau- א סימפאנישע שטיקל פון טשעכיש קאמאפזער Bedřich Smetana אין 19' יאר הונדערט:

View: https://youtu.be/GoA1qZgb2qo?si=0eUc848ZOMxbKzHV&sfnsn=mo

Fuggi Fuggi Fuggi אן איטליענישע מעלאדיע פון די 16'טע יאר הונדערט

View: https://youtu.be/nblEvvLwvLY?si=Ng6uyIZr8NbVydUn


די אכטע וואריאציע פון מאצארט אויף די פראנצעזישע ניגון Ah vous dirai-je,

- YouTube


א ניגון אויף ברכת הטל וואס האט קאמפאזירט רבי יצחק בר ששת אין 14'טע יאר הונדערט אין שפאניע

- YouTube

* שמואל כהן דער מחבר פון התקווה מעלאדיע האט געזאגט ער האט עס גענומען פון א ראמענישע פאלקס ניגון, מסתמא די ראמענישע ניגונים וואס איך האב געלינקט אויבן. פון ווי יענער ניגון שטאמט, וואס איז די שייכות מיט די אנדערע און ווער האט משפיע געווען אויף וועם, אויב בכלל, איז נישט קלאר.

געוויסע איזראעלי מוזיקאלאגן האבן געטענה'ט אז די ארגינעלע ניגון איז די פון ר יצחק בר ששת אויף ברכת הטל, פון דארט האט זיך עס פארשפרייט דורך וואנדערדיגע כליזמר בענד אדער דורך גירוש ספרד קיין איטאליע דארט איז עס געווארן פאפולער און פון דארט האט זיך עס צושפרייט איבער גאנץ אייראפע און מען קען טרעפן אסאך פאלקסישע ניגונים וואס האבן אן ענליכע מעלאדיע און אויף דעם איז אויך באזירט די ראמענישע לידער און די טשעכישע Die moldau שטיקל.
 
בקיצור סך הכל
אנגעהויבן פון יצחק בן ששת מגולי ספרד
געגאנגען צו איטאליע ווי מאצארד איז אנגעקומען און ער האט דאס געברענגט קיין עסטרייך און דארט איז עס געגאנגען קיין ראמעניע און פון דארט האט דאס אינספירירט דער שרייבער פון התקווה....
 
ליגאליטעט ווייס איך נישט, אבער עס נעמט אוועק די גאנצע קרעדיביליטי פונעם זינגער, איך געדענק איך פלעג שטארק גיין פאר דאדי קאליש, עווענטועל האב איך אויסגעפינען אז זיינע ניגונים זענען קאפי פעיסט פון אלגעמיינע זינגערס און ער לייגט נאר ארויף אידישע ווערטער, זייט דעמאלס קוק איך עם אן ווי עפעס א ישיבה בחור וואס געט ארויס ״דריקעניש״.
(דריקעניש האט כאטש זיינע אייגענע יצירות)
 
עווענטועל האב איך אויסגעפינען אז זיינע ניגונים זענען קאפי פעיסט פון אלגעמיינע זינגערס און ער לייגט נאר ארויף אידישע ווערטער
וועלכע למשל? (חוץ ראפ אין אידיש וואס איז אפציעל קאווערס)
 
Back
Top