- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,134
- רעאקציע ראטע
- 7,687
- פונקטן
- 943
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דער ברענדס קאסטן פאר דער קאמפעני מיליאנען א שטייגער ווי דער עמעזאן ריברענד וואס איז געשאצט פאר דרייסיג מיליאן, עס איז בעסעקלי דער visual identity פאר דער קאמפעני זיכער מאכן אז עס איז היינטיג און up-to-date דער לטגא וועט מען דער גרויסער קאמפעניס כמעט נישט זען קיין חילוק ווייל זיי ווילן נישט זאלסט זיך פארמישן, אבער וועסט קוקן דער אלע אנדערע זאכן דארט זעט מען יא שטארקע חילוקים פון before and after איינמאל א קאמפעני האט א גוטע design language וועט אלע עדס פארן געשמירט און יעדער וועט אויפן סקונדע וויסן ווער איז וואס.@מדריגה טייערע, קענסט מיר זאגן אין קורצן וואס דו חילוק איז צווישן די אלטע אין די איבערגעמאכטע אמאזאן ברענד? איז עס אין די זעלבע מסכתא ווי די טויש פון חיים שטינקאוויטש צו משה שטינקאוויטש, אדער איז יש דברים בגו וואס איך בין פשוט צו קורצזיכטיג צו כאפן?
דא האסטו. (playback אויף 0.5 אדער 0.25 אויב ווילסטו קענען אויפכאפן די חילוקים)@מדריגה טייערע, קענסט מיר זאגן אין קורצן וואס דו חילוק איז צווישן די אלטע אין די איבערגעמאכטע אמאזאן ברענד? איז עס אין די זעלבע מסכתא ווי די טויש פון חיים שטינקאוויטש צו משה שטינקאוויטש, אדער איז יש דברים בגו וואס איך בין פשוט צו קורצזיכטיג צו כאפן?
איך בין אויך פון די מענטשן וואס פארשטייען גאר ווינציג צו די אלע מארקעטינג טאקטיקן, טראץ די אלע באווייזן און "דאטא" אז עס העלפט. איך קויף וואס איך דארף ווען איך דארף, קוק גאנץ ווייניג אויפן לאגא אדער סימבאל.@מדריגה טייערע, קענסט מיר זאגן אין קורצן וואס דו חילוק איז צווישן די אלטע אין די איבערגעמאכטע אמאזאן ברענד? איז עס אין די זעלבע מסכתא ווי די טויש פון חיים שטינקאוויטש צו משה שטינקאוויטש, אדער איז יש דברים בגו וואס איך בין פשוט צו קורצזיכטיג צו כאפן?
אפשר טאקע בלויז כדי מיר -נערנים- זאלן עס שטיין און דיסקוסירן ווי כאילו דא ליגט גאונות?!
ווען דו זוכסט אן אייטעם אנליין, מאכט עס נישט קיין חילוק אויב די וועבזייטל אדער עפפ, איז קלאר און פריש - נישט געפּאַטשקעט מער מאדערן?איך בין אויך פון די מענטשן וואס פארשטייען גאר ווינציג צו די אלע מארקעטינג טאקטיקן, טראץ די אלע באווייזן און "דאטא" אז עס העלפט. איך קויף וואס איך דארף ווען איך דארף, קוק גאנץ ווייניג אויפן לאגא אדער סימבאל.
איך קען אבער דאך פארשטיין ווען איינער מאכט זיך אביסל איבער פאר א גוטע סיבה, און ספענדט נישט צופיל געלט דערויף. א גוטע סיבה קען זיין ווי צב"ש סטריעמליינען פראדוקטן אדער א סערוויס, אז דער קאנסומער זאל קענען בעסער און שנעלער כאפן וואס דער קאמפאני טוט. צומאל האלט איך אז עס איז הוצאת ממון לבטלה, איך זעה נישט דער אויפטו בכלל, ווער רעדט נאך ווען די נייע קוקט מיר אויס ערגער ווי די פריערדיגע, מיט א כלומר'שטע "מאדערן" אויסרייד. א ביישפיל איז די יעצטיגע FLAUMS ריברענד, פאר מיר איז עס ממש עקלדיג, די אלטע האט געהאט א חן, די נייע קוקט אויס ווי א מאלפע האט עס געמאכט. מאנסי טרעילס איז געווען א ברכה לבטלה, איך זעה נישט וואס עס האט אויפגעטון.
אבער אפילו עס האט יא א געוויסע צורך, דארף מען וויסן וויפיל עס לוינט צו ספענדן דערויף. קען זיין אז פאר עמעזאן איז דרייסיג מעלאנעס אזוי ווי ביי מיר א צוואנציגער און עס לוינט זיי. לעצטנס האט וואלמארט אויך איבערמאכט זייער לאגא - איבערגעמאכט? נע, א טראפ באפוצט זייער שטערן אינעם לאגא, אויף א אופן וואס כמעט קיינער באמערקט נישט, און דאס האט זיי אפגעקאסט צענדליגער מיליאנען, און זיי קאסט עס מסתמא מער ווי עמעזאן ווייל זיי דארפן דאס טוישן אויף אלע זייערע סיינס, געשעפטן, זייערע בעגס, באקסעס (אקעי, עמעזאן האט טאקע אויך באקסעס), און נאך.
צו וואס??? ממש עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין.
גראבהאב איז א ריזיגע אמעריקאנער ארדערינג און דעליווערי סערוויס געגרונדערט אין 2004 קאמפעטישן מיט אבער איטס און דאר דעש זיי האבן 375,000 געשעפטן אויף זייער פלעטפארם און איבער 4,000 סיטיס
דער נייע לאגא איז צו רעכטס און דער אלטע לינקס
View attachment 4802דער לאגא עוועלאציע
View attachment 4803
קאלערס
View attachment 4804
גרעפיקס (געבעיסד אויפן G)
View attachment 4805
אודאי מאכט עס א חילוק! איך פלעג אמאל נישט ליב האבן עמעזאן וועגן דעם, היינט זענען זיי שוין בעסער, אבער ווייט פון קלאר און פריש, ווי צב"ש בי.&.עיטש.! איך רעד אבער נישט פון א וועבסייט (אדער עד), איך רעד בעיקר פון א לאגא.ווען דו זוכסט אן אייטעם אנליין, מאכט עס נישט קיין חילוק אויב די וועבזייטל אדער עפפ, איז קלאר און פריש - נישט געפּאַטשקעט מער מאדערן?
שוין אסאך מאל געהערט דעם תירוץ, און ממש עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין. פארוואס וויל ער אז מיר - אפגעזען צי נערנים צי חכמים - זאלן שטיין און עס דיסקוסירן? איך גיי עפעס קויפן מער לכבוד דעם? אויב איך האב ליב חריין גיי איך עס ממילא קויפן - סיי מיט די אלטע סימבאל און סיי מיט די נייע; און אויב איך האב נישט ליב געבראטענע עגפלענט גיי איך עס נישט קויפן אפילו איך וועל שמועסן מיט דיר 37 שעה איבער זייער לאגא! פארוואס זאלן זיי אינוועסטירן טויזענטער דאלער פאר א נייע לאגא דעזיין כדי מיר זאלן שמועסן דערוועגן צי עס ליגט יא אדער נישט גאונות?אפשר טאקע בלויז כדי מיר -נערנים- זאלן עס שטיין און דיסקוסירן ווי כאילו דא ליגט גאונות?!
דו ביסט אפשר גערעכט לגבי דיר אליין, סטאטיסטיקלי קויפן מענטשן יא מער נאך וואס א קאמפאני ווערט מער רעלעוואנט. און פארגעס נישט אז ליבע צו כריין און האסע צו עגפלענט קען אויך זיין מאטיווירט סובקאנשעסלי ביי די חילוק אין מארקעטינג פון די צוויי (הגם אפשר נישט ממש ביי דיר פערזענליך..), ועוד יש לדבר בזה..שוין אסאך מאל געהערט דעם תירוץ, און ממש עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין. פארוואס וויל ער אז מיר - אפגעזען צי נערנים צי חכמים - זאלן שטיין און עס דיסקוסירן? איך גיי עפעס קויפן מער לכבוד דעם? אויב איך האב ליב חריין גיי איך עס ממילא קויפן - סיי מיט די אלטע סימבאל און סיי מיט די נייע; און אויב איך האב נישט ליב געבראטענע עגפלענט גיי איך עס נישט קויפן אפילו איך וועל שמועסן מיט דיר 37 שעה איבער זייער לאגא! פארוואס זאלן זיי אינוועסטירן טויזענטער דאלער פאר א נייע לאגא דעזיין כדי מיר זאלן שמועסן דערוועגן צי עס ליגט יא אדער נישט גאונות?