א גאסט אױף א װײל - א קְלעֶש פון װעלט אַנשױאונגען - אפדײטעד (6)

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,171
רעאקציע ראטע
3,382
פונקטן
443
ײשר כח פאר החכם @אין הכי טאקע פאר'ן מסכים זײן איבערצוקוקן דעם ארטיקל פאראױס.

איך בין שױן צען יאר נישט געװען צוריק באזוכן אין די פֿאָלד. צו איך בין עקסײטעד? מער װי זיך טרעפן מיט משפחה קוק איך ארױס אױף די עקספריענס פון זיך דרײען װידעראמאל צװישן חסידישע אידן איבער װעמען איך שרײב אזױ פיהל. איך גײ לשיטתי אז אַן הינטערן שרײבטיש זשורנאַליסט ארבעט נישט. מען דארף עס לעבן.

אײנגעשטאנען בין איך בײ מײן שטיף-ברודער. נישט אין זײן הױז, דאס האט ער מיך אפי' נישט געװיזן דורך אַן אפענעם שפאלט אין טיר, דורכאױס די גאנצע 2 װאכן װאס איך האב אין אר"י פארװײלט, אבער אין א הױז נעקסט צו זײנס, װאס געהערט אױך פאר אים. סײװי זעהט אױס װי ער בּעזיצט יענע גאנצע שטאק. אפשר האט ער מורא געהאט מיר צוװײזן דעם קאנטראסט צװישן מײן קװאטיר און זײן הױז, דען איך זאל אים נישט מקנא זײן. ספעציעל אױב איז געװען א שמועס, װען איך בין קראנקער געװען, אז איך זאל קומען אהין װױנען פאר א לענגערע תקופה, און ארבעטן בײ אים אין געשעפט. דאס איז אצינד אױסגעשלאסן.

די הױז, חוץ פון די רײן-רעזיסטענדע פלאָר-טײַלס און די פאָני שמעק אין די טױלעט, איז געשמאַק געװען – 'געשמאק' א קלישײ-װאָרט װאס געהערט איבעראל ארײן אין די ארץ ישראל'דיגע ײדיש. די שמעק האב איך תולה געװען אין די גערוך װאס קומט ארױף פון די שװאך גערײניגטע דרענאַזשן אין װעלכע די ארץ-ישראל'דיגע שאַרן ארײן די װאסער פון זײערע שפּאָנזשאַס, װי-אזױ זײ רופן עס.

צװײ מאַכטיגע מַסגַנים האבן באדינט די דירה און קײנע באגרעניצונגען אױף זײערע באנוץ אפילו אױף שבת – אזאך אױף װאס איך בין מײן ברודער זײער דאנקבאר. טראצװאָס שבת האב איך אפילו אַן אופן װאס איך טאר נישט שערן מיט אײך, װי-אזױ צו שפאָרן אױף לעקטער, האב איך אבער מזל געהאט אז מײנע פענצטער זענען נישט אפן געװען צו צופיהל שכינים.

נאר ערגעצװאו אײן אװענט אינמיטן װאך בין איך יא איבערראשט געװען צו באמערקן א סעט פון פיהר אױגעלעך שטאַרן ארײן צו מײן דירה, פון די פענצטער װאס קוקט ארױס צו דער קאָרידאָר נעבן מײן טיר פון מײן אַפּאַרטמענט. איך האב געעפנט די טיר און אײדל געפרעגט פון דעם פארפאלק אין די האָלװֿײ, אױב איך קען זײ העלפן מיט עפעס. ס'קען זײן זײ האבן זיך געװינדערט װאס טוהט דא, אין דער געגנט, א אינגערמאן מיט קאלירטע בגדים, און לאנגע האר, װאס הענגען הינטער, פון זײן דאַשיק ארױס.

איך שטײ אױף דעם ערשטן פארמיטאג צו א הײסער שטינקעדיגער בית-שמש לופט (איך שלאף שװער, דארף איך דעריבער פארברענגן אסאך אין בעט). די גאסן זענען שמוציג און בּאַמיסטיגט מיט ראָבּיש, בעיקר די פרומע געגנטער. אבער קאלטע װאסער קראַנען אױפ'ן גאס איז צוגעשטעלט צו טרינקען איבעראל און די קלײנינקע װעלכע שפילן זארגלאז אין די פּאַרקן און אױף די טראטואַרן קימערן זיך װײניג מיט די עיפוש. צו זענען הײמישע 'ראשי עיר' מער אַבּגעשטימט צו די צרכים פון די אײנװױנער אדער פשוט דערפאר איז עס נישטא אין לאנדאן װײל דאָרט איז קײנמאל נישט אזױ הײס, און אינאמת'ן האט אפי' איראַן למשל, װאסער בחינם אױף די גאסן?

די עסן געשעפטן װירבלען, דרײ סארט געשעפטן זענען דא לרחצה אין הײמישע געגנטער, עסן געשעפטן, ספרים סטאָרס און 'צוקערלעך און אײזקריעם' שאָפּס. די הײמישע געגנטער אין בית שמש קוקן אױס װי א חרדישע מדינה, אלעס פֿליפּ פאָוּנס, און אפילו די סמאַרטפאָוּנס װאס איך זע יא אמאל, נעם איך אָן זענען גע'כשר'ט. די אײנציגסטע מיט קאלירטע פענימער אדער קלײדער, װי מיר, זענען בלױז ארבעטער, איז מיר מײן ברודער מסביר.

װען איך שפאציר אלײנס, ספעציעל אױב האלט איך מײן סמאַרטפֿאוּן און עס איז בײנאכט אדער אָהן א סמארטפאון, אבער עס איז שבת, באמערק איך אז מען קוקט שטארק אױף מיך. מען װינדערט זיך װאס איך זוך אין די פרומע געגנט. בין איך א ספרדישער אדער א חילוני? מ'שטײנס געזאגט ס'הענגט דאך א צעטל אױף יעדן חרידיש'ן בנין אז מען מעג נישט פארקױפן אדער דינגען א דירה פאַר א מענטשן אָהן א אישור פון די װעדת האוכלוס בראשות רבני השכונה שליט"א?!

און אז מען הערט מיך רעדן ײדיש אױפ'ן סמאַרטפאָוּן, שישקעט מען זיך אז דער חילוני רעדט ײדיש. א אױסװאָורף, אז ער פאָרט אָפּ, רעדט ער שטענדיג עברית אפי' אױב ער צעהאקט זיך די צײן, װײל אזױ איז קיהל, איז מיר מײן ברודער מסביר. אנדערש װי אין אמעריקע און ענגלאנד, רעדן אין ירושלים און בית שמש, די הײמישע פרױען און די מײדלעך, אפילו גאר אסאך ליטװישע, אױך ײדיש צװישן זיך און נישט די שְׂפַַֿת המדינה, הגם זײער ײדיש און אפי' די זאַץ סטרוקטור איז זײער בּאַאײנפלוסד פון עברית.

אפי' מײן ברודער, װאס טעקסטן צו זײנע חבירים װעט ער שטענדיג נאר אין עברית, רעדט ער אבער מיט זײ בלױז ײדיש. "ײדיש רעדן איז געשמאק!" פאר מיר אבער איז עס פאָנקשְנְל. דעריבער רעד איך ײדיש דארטן װײל דאס איז דער צד הַשָװה צװישן מיר און די הײמישע דארטן.

ער האט אױך א סמאַרטפֿאוּן, מײן ברודער. ער נעמט עס גראדע װײניג ארױס אין גאס, און װען איך װיל אים עפעס װײזן אױף יוּטיוּבּ, באהאלטן מיר זיך אין זײן מַחסַן און מען ריקט אראפ די װאָליוּם צו די נידעריגסטע. סײװי האט ער נישט קײן געדולד צו סאַאל'ס חזנות. ס'לאזט אים נישט טראכטן זאגט ער. אױפ'ן גאס, װען איך נעם ארױס מײנע, צו איבערקוקן די װעג אױף גוּגל מֶעפּס, װיצלט ער זיך מיט מיר איך זאל עס פארפּאַקן. איך בין נישט זיכער ער איז נישט האלב ערנסט.

ער איז אַן אינטרעסאנטע מענטש אפצולערנען. ער איז א געלונגענער ביזנעסמאן. צוװאס ער שטעקט א פינגער װאקסט דערין א ברכה. ער איז שטענדיג בײ דער מײנונג אז ער װעט זײן פון די %10-20 װעמענע'ס ריזיקע-נעמען איז מצליח. דערפאר האט ער טאקע א ריזן הלװאה אין באנק צו אפװישן. און ער ארבעט אָהן אױפהער, פון פארטאגס ביז שפעט אינדערנאכט, מיט א סטעף פון 30-40 ארבעטער און צװײ געשעפטן, אײנע פון ארום 40,000 ארטיקלען, צודעקן נאָר די ריבית אױפ'ן חוב, יעדן חודש. ער איז אין איט פאָר די לאָנג האָוּל.

איך טענה מיך מיט אים. איך זאג, מזיכרוני, אז ער האט אָנגעהױבן מיט פארמעגליכע אונטערשטיצער און מיט נתינות פון גוטע אידן. כמעט שנאָרערײ; ער טענה'ט אז די ערשטע סיכונים האט ער אױך גענומען אָהן א גאַראַנטי. נאך מער, ער האט שױן פילע מאל זינט, שיער נישט אָנגעזעצט און געצװינגען געװען צו בארגן פון צװײפלהאַפטיגע גמ"חן. ער לײגט אסאך פון זײנע הצלחות אָהן אױף "שקױעך באשעפער". הגם זײנע איממידיאײט געשװיסטער און קאזינס זענען עמפּלױד בײ אים און אפילו שותפים אין זײנע ענדעװערס.

עס איז אינטרעסאנט צוהערן פון אים װי-אזױ ער האט אױפגעבױעט זײן ביזנעס און די שװערע החלטות װאס ער מוז נעמען יעדן טאג. ער האט אזא שיטה אז װען מען גלײבט עפעס שטארק װערט די מציאות אזױ; דערפאר פארשטײט ער נישט פארװאס למשל איך, אדער סײ װער, פיר\ט נישט אזא ביזנעס װי אים. לדידו, אױב װיל מען נאר עפעס ''גענוג שטארק' קריגט מען עס לבסוף. אײ ער נעמט סיכונים װעלכע זענען פיהלע אפי' דורכגעפאלן בײ אים אלײנס, אפגערעדט בײ אנדערע? נאר דאס לײגט ער אהן די סיבה מחמת ער האט יענץ, אדער יענע האבן, נישט גענוג שטאַרק געװאלט, װאס אימערער עס איז מיט װאס זײ זענען דורכגעפאלן.

נאר װען ער רעדט פון זײנע ארבעטער פאררעדט ער זיך אז רוב פון זײערע זיטן און נאטורן זענען נישט קאָנדוּסיװ פאר זײן ביזנעס. ער כאפט זיך תיכף און זאגט אז דאס רעדט ער נאר מכוח בּאַלעבוּס, װאס ברױך טראכטן פון רװחים אלעמאל, און באמת האט יעדער מעלות און חסרונות און ער קאָנצערטריט זיך אװדאי אױף זײערע מעלות. איך גלײב אים װײל װען איך קום אין געשעפט זע איך אי די דרך ארץ און אי די קאַמעראַדיע מיט װעלכע זײ באציען זיך צו אים. זײן ערשטע און לענגסטע ארבעטער קומט אפילו ארױס פארברענגען מיט אונז אין שװיץ דאנערשטאג נאכט. די שװיץ געהערט אױך פאר מײן ברודער, כאטש נישט אינגאנצן.

אבער קומענדיג פון דער חדר פון װאו ער קומט, פארלײדט ער נישט קײן אַבּסטראַקט. ספעציעל אין דיוּנים און דיסקוסיעס. ס'איז נישט אז ער קען נישט פארשטײן. װען איך אינטרעדוּס נײע געדאנקען, ברױכענדיג פון צײט צו צײט נוצן א טרענסעלײט עפּפּ פאר װילד פרעמדע טערמינען, כאפט ער עס גראדע אױף שנעל. נאר ער איז דאך אַװערס צוזײ.

ער זאגט מיר, ער גלײכט נישט צורעדן אדער דַן זײן אין עפעס װאס איז נישט ממש שױן יעצט נוגע אין פּראַקטישן לעבן. און די נושאים פון ידיעה-בחירה אדער השגחה און תפילה זענען זאכן װאס אױסער װאס ער איז איבערצײגט אין זײ מחמת אײגענע עקספיריענס, איז צופיהל פיליזאפירן װעגן זײ, סתם פארדרײט א קאפ װעגן היפּאָטעזן. דאס צעמישט אים זאגט ער. ס'איז סתם געקײעט אַבּי. אפילו װען איך פרעג אים פארװאס ער אינװעסטירט נישט אין סטאָקס, װײזט ער מיר אױפ'ן מִינִי קאָקאָקאָלע קען אין די האנט אז ער האט נאר ליב צו אינװעסטירן אין זאכן װאס מען קען 'שפורן און זעהן'. גײ טענה דיך אז קאקאקאלע איז ליסטעד.

װי ער דעפֿינירט זיך אלײנס איז ער א פראקטישער מענטש װאס מעסט אַזאך אױב ס'ארבעט, לױט װיפיהל געלט ס'קען דזשענערײטְן. ער מיט איך קוקן אױף א צײטונג און זעהען אנדערע זאכן. ער זעהט פירסוֹמתן, ספעציעל פון זײנע קאָנקורענטן, און איך זעה די געדאנקען און מײנונגען װאס די שרײבער זוכן דיר צו פארקױפן, ספציעל דיע מיט װעמען איך זעה מיך נישט אױג אױף אױג. ער זעהט נומערן און איך זעה אותיות. ער פארקױפט זאכן, איך פארקױף אײַדיעס.

איך האב ליב צורעדן און זיך טענה'ן מיט אים װײל ער איז דער ערשטער מענטש מיט װעם די אַרט פון זיך טענה'ן איז פאר מיך טשאַלעדנזשינג. ער האט א מין הלל'ס געדולד פאר מײנע איבערהאַקוּנגען און א יוּניק פעאיקײט אלעמאל אפירצוברענגען אַן איבערצײגנדע ארגומענט, פון א פּראַקטישע קוק-װינקל. ער זאגט ער האט די געדולד אײנגעקױפט דורך די לְחַצים װאס ער איז אדורך פון נישט האבן צו-צאלן די צװײפלהאפטע גמ"חן סוף חודש. אין די מאדערנע ציװיליזירטע װעלט, איז דאס די נאענסטע װאס מען קען קומען צו א סינאַריאָוֹ װאו מען איז װיטהין שפרונגונג מֶרחק פון א פארציקנדע לײב.

װאס געשעהט אז מען פֿארפֿעהלט זײ צו צאלן אין צײט, פרעג איך? מען װארפט פּאַשקעװילן אין גאס אז דו ביסט א גַנב און שװינדלער און מער זאל קײנער נישט טוהן ביזנעס מיט דיר. און אז מען צאלט יא, פרעג איך? דאַן איז דא א גוטע טשענס אז זײ װעלן דיר שלעפן אין בי"ד, דיך צװינגען צו צאלן א צװײט מאל, און זײ װעלן האָבן געװינען דעם דין-תורה אױכעט װײל דער דײן איז קאָנװיניענטלי אײנגעשלאפן װען דו האסט געטענה'ט דײן קײס.

דאך, ער פארטראגט נישט אײַדיעלס – װאס ער רופט 'אידעלאָגיע'. אבער ער בלײבט שטענדיג רוהיג און קיהל און אנדערש װי אונזער געמײנזאמען פאטער, פארלירט ער קײנמאל נישט דאס גלײכװיכט בײ א טענה'רײ.

װי רוב חרדים, האט ער ליב מײסאַלאַך, אפילו װען ס'איז װעגן די כנסײת-הקבר װאס איך האב באזוכט, און װעגן די אגדות און קבלות אסאָסיאצירט דערמיט, אדער װעגן יעקב צמח און נתן העזתי װאס רירט שױן ממש אָן די װערי הײליגטום, די זוהר, אױף װאס זײן זײדע האט אװעקגעשאָנקען זײן לעבנסארבעט.

אבער ס'איז מיר שװער צו פעסטשטעלן פון זײן געזיכט אלײנס, אױב דאס איז ער באמת נײגעריג אדער טוהט ער דאס בלױז צוליב זײן נימוס צומיר. איך האב דאך נישט אזױפיהל רעספעקט בײ'נעם װי אונזער פאטער האט. נאך אלעמען, אפי' איך יכול טאקע נישקשה, פֿאָפּ איך קײנעם נישט אז װען איך לערן קודש, איז עס לשמה. במילא א קלײם װי דער פאטער האט, צו זײן געלט, דאס האב איך נישט, קלער איך צו מיר. איך בין װי װײַזל האט געזאגט, פארפײנטעט בײ די פרומע און נישט גענוג געלערנט בײ די מאדערנע'.

והאמת, מיט'ן פאטער, קריגט ער זיך אױכעט, נאר נישט אױף אזעלכע יסודיות'דיגע עקרונות װי איך מיט'ן פאטער הרג'נען זיך איבער. נאר מער אױף אזעלכע ניוּ-אײדזש, חסידישע סטיל דרשה'לעך, װי אז דער אױבערשטער גיבט פרנסה װיפיהל דער מענטש װיל, און נישט װיפיהל ער דער אױבערשטער מאכט אפ, אדער אז פאר א איד גיבט השם פרנסה אפילו ער איז נישט ערליך, אױפ'ן שטײגער פון דעם בארדיטשוּבער'ס אדער סאַסובער'ס המלצה זאגן אױף אידן, אפי' פון דעם נידעריגסטן סארט. דער פאטער איז טאקע א חסיד אבער א צוגאנג האט ער גאנץ א ר' יואליש'נס. דער פאטער פארבינד זיך מער צו א שטרענגע און מאָנענדע גאָט פון דער ברית הישנה.

נאר פון מײן ברודער'ס איבערפרעגן און 'מבין דבר מתוך דבר' זײן, פארשטײ איך אז ער איז שנעל קוֹלְט. דאס קומט, האלט איך, א חלק צוליב זײנע דזשינס און א חלק צוליב זײן אזױ שװער-ארבעטן. בכלל שטײט ער אװעק פון קאָנפליקט. בײ קײנעם אבער בין איך נאכנישט אזױ אומזיכער געװען צו יענער פארשטײט באמת מער װי מיר נאר שטעלט אָהן א פנים װי איך בין אים עפעס מחדש צוליב זײנע גוטע מידות.

ער כאפט שנעל אַן עסק. די שמועסן װעגן די מושגים פון גראַװיטי; די ראָטײשְן פון ערטה ארום די זוהן, די אכט מינוט פארצעגערונג פאר די ליכט פון די זוהן אונז צו גרײכן, די עקספּאָנענשְל אױסבּרײַטונג פון די יוּניװערס, און װאס די מרחק פון די שטערנס פון אונז, זאגט װעגן די גיל-העולם?, האבן גראַדע, אפילו פון זײן אינגער זוהן, א טינײדזשער, נישט עװאָוּקט קײן ערנסטע התנגדות. פארקערט, אינטערעסע.

װען די נושא איז פון דארט געפארן צו די קאנצעפט פון װאס קאָליר באַשטײט באמת, האט מײן ברודער אפי' גיך עקסטראַפּאָלירט אױב דאס איז די סיבה פארװאס א שװארצע קאַר, אדער טונקעלע געפֿארבטע הױז, איז הײסער אינװענדיג װי א װײַסער. פון װאנעט קומט צו א יונגל אזא פארשטאנד קאפּאציטעט? זײן טאטע'ס, מײן ברודער'ס, האָרװאניע אין פשוט'ן זין?, אדער דער עלטער זײדנ'ס עיון אין לערנען? שװער צו װיסן אױף זיכער.

נאר װען ער קען, שפאצירט ער אפט אװעק פון מיר כאטש ער קומט שטענדיג שפעטער צוריק זיך אראפזעצן, און פרעגט, "נו װאס זאגסטו?," װי כאילו ממשיך צוזײן פון װאו מיר האבן געהאלטן. איז דאס װײל ער האט נישט קײן זיץ-פלײש אדער װײל איך גײ אים צופיהל אױף די נערװן? פילײכט אביסל פון בײדע. דערפאר גיב איך אוּבּאַכט אים נישט נאכצולױפן. נישט װײל איך דארף פון אים געלט נאר װײל כ'האב באמת הנאה צושערן מיט אים און הערן זײן רעאקציע.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
המשך פון פריער:

מײן ברודער'ס זײדע, דער מחבר ספרים, האט פון צװישן זײנע צװעלף קינדער און טױזנטע אײניקלעך, נישט זוכה געװען צו קײן אײן ממשיך מיוצאי חלציו. חוץ אײן אײדעם האט ער יא װאס איז עוסק אין קבלה אבער אײדעמער קען מען זיך קלױבן. דאס נוּגט אין הארץ און מיטשעט פאר א הסבר. איך האב אפילו בײ א געװיסע פונקט, פרובירענדיג צו פארשטײן דעם עניגמע, דאס געפרעגט מײן ברודער אין פנים: איז זײן מאמע פֿעד אָפּ געװען פון הימל'דיגע מענטשן אדער איז זײן טאטע ע"ה מער רילעקסד געװען? ער האט נישט געענטפערט בבירור. איז דאס א הײקעלע פונקט?

ס'קוקט אױס ער איז מְצַדֶד דאס איז זײן טאטן צו פארדאנקען. זײן טאטע פלעגט װאשן די פלאָרס אין שוהל, א בחינה װי רש"י מיט זײן בארד, מילא קען איך זעהן פון װאנעט די האָסלער-מײנדסעט קומט. נאר א שאד ער איז אזױ יונג אװעק. ער זעהט אױס פאַרטרערט רעדענדיג פון אים. ער זאגט מיר צופעליג אז זײן טאטע האט יא געשריבן חידושים, אין די נושא פון שמיטת קרקעות, װאס ער האט אפילו אלס בחור, נאר שױן נאך זײן טאַטן'ס פטירה, געדרוקט אין א ספר, צוזאמען מיט זײנע אײגענע חידושים.

נאך שװערע ארבעט האט ער זיך געגרײט דעם ספר מפיץ צוזײן. נאר ער האט דעם אױפלאַגע פון בערך 1000 ספרים געדארפט עװענטועל דראַפּן אין גניזה װײל מענטשן האבן אָנגעמסר'ט בײ זײן רעבין אז דער ספר קריגט זיך מיט אַן אנדער יחיד-מומחה אין די קהילה, װאס האט א פארקערטער דעה אין דער שמיטה-נושא געהאט, און ס'װעט יענעם מְקַפֵחַ פרנסה זײן אױב דיסטריבּיוּט מען דעם ספר. װײס איך נישט צו ס'איז געװען צוליב א בחינה פון "װילאנג דו זאגסט נאך אײגענע, פֿײן!, אבער אז דו קומסט פארקױפן מײנע, זאג זײ כאטשיג ריכטיג נאך?!".

נאר אױף מײן װינדער צו טױש װעט קומען פון אזעלכע װי אים, האב איך מחליט געװען אז 'די דזשוּרי איז אַאוּט'. װי געזאגט טוהט ער נישט אין אידעלאָגיע. װען עס קומט צו א העד-אָן צװישן אים און די רבנים, און נישט אז דאס האט נאכנישט פאסירט, װעט ער שטענדיג קאָמפּרעמײַזן. װײל הגם ער האט יא א דעת להבדלה װעט ער שטענדיג זיך אונטערגעבן צו "דעת-תורה". פארװאס? װײל ער קוקט אױף פארדינסטן. און זײ, די רבנים, אין ריטױרן, אנערקענען אין זײנע כישרונות, תרומות און ניצונג.

צוהאַלט ער אױך אײן פאר זיך די חרדישע סאציאלע פירונגען און רעליגעיזע חומרות אײנגעשטעלט דורך אט די רבנים?, ס'קוקט אױס אז יא אבער װען איך זאג אים אז איך עס נישט בהמה פלײש, קוקט ער עס אָן קוריאַז און פרובירט מיר ארײנצושמאָגלען א טשולנט געקאכט מיט בהמה און טױרקי, האָפענדיג אז איך װײס נישט דער חילוק צװישן זײערע בײדן'ס בײנער. ס'גײט אים נישט ארײן אין קאפ פארװאס א װעדזשיטעריען זאל טריטן זײן הערבּיװערעסנעס אזױ װי כשרות. דאס קומט האלט איך פון א חרידישער קרענק פון נישט מחשיב זײן אנדערע, אז יענע מײנען זײערע דעות ערנסט און װעלן שטײן אױף זײ פונקט אזױ.

װען ער הערט אז איך שרײב אױף קרעמל אומזיסט פאררעכנט ער מיר דריטל בטלן, דריטל עצלן און דריטל נאַר. ער פארשטײט נישט פארװאס איך רעפֿיוּז צו ארבעטן פאר א רעדאקציע װאס הײסט מיך מעקן בילדער פון פרױען. "איז פרױען דײן פראבלעם?".

װען איך זאג אים אז דזשורנאליזם איז בעיקרון, אין א נאטורליכע געזעלשאפט, א דראַנג זיך צו דערגרינטעװען צום אמת און מענטשן װילן לײענען צײטונגען דערפאר, װײל זײ רעדן זיך אײן אז זײ גײען דארטן געפינען די אמת; ולכן האט גאט אײנגעשטעלט אז עיתונאים זענען בד"כ שװארץ-קוקער װעלכע טרעפן פראבלעמען אין געזעלשאפט, און לײענער זענען בדרך כלל אינטרעסירט אין גאָסיפ, כדי אז פראבלעמען אין געזעלשאפט זאלן עװענטוּעל װערן פארראכטן, האלט ער אז איך רעד שטותים.

לדידו איז די פרײע מידיא ביז לעצטנס געװען גענצליך לינקס געשטימט און אז שרײבער מיט א רעכטע מײנדסעט האבן זיך פאר פיהלע יארן ארומגעדרײט אין גאס אהנע ארבעט װײל זײ האבן נישט געהאלטן בײם זיך זעלבסט-צענזורירן. ער איקװֿײט 'רעכטע' מיט װײס-קוקעכץ און 'לינקע' מיט שװארץ-קוקעכץ. אלנפאַלס, פארװאס קען איך נישט שרײבן האלבע צײט פאר חרידישע מידיא און האלבע צײט פאר מײן "אידעלאָגיע"? איך האלט אז ער איז דורכאױס װֿראָנג.

אז מ'רעדט שױן, זײנע מײנונגען װעגן עזה זענען נישט צו אונטערשײדן פון אונזערע ברודער אין יהודה ושומרון. אײן טאג באזוכנדיג אין געשעפט בין איך סורפּרײַזד געװארן צוזעהן עמיצן מיט א לאנגן ביקס אױף די איקסלען טיקן א אײטעם-ליסטע בשעת'ן רעדן הין און צוריק מיט זײנע ארבעטער און מײנע אנדערע שטיף ברודער. "אה, דאס איז א סוּפּלײַער אונזערער װאס איז פונקט יעצט אין מילוּאים. ער פארזארגט אונז מיט פּענעס". איך האב מיך שטיל אונטערגעשמײכלט, דערמאַנענדיג זיך פון די מדרש אז די קינדער פון ביתר זענען געװען אזױ פילצאָליג כחול הים, אז זײ זענען ארױס מלחמה האלטן מיט די רומאים בײ די מרד בר-כוכבא, מיט זײערע בּלײַען אין די הענט. עפעס אזױ.

װען עס קומט צו משפחה איז ער א געװאלדיגע בעל-צדקה. ער טראכט נישט צװײ. װי אױך האלט ער נישט קײן גראָדזש. ער שטיצט אזעלכע משפחה, אפילו װען זײ האבן אים געטוהן רעות מיט יארן פארדעם. מיר איז ער אפילו נאענטער װי אַן אמת'ע ברודער. ער האט מיר שױן פריער געהאלפן אמאל מיט געלט אין א צײט װען איך האב קײנעם נישט געהאט. די גאנצע טריפ יעצט האב איך אים צופארדאנקען. װאס איך דארף קען איך אים בעטן. ער איז שטענדיג גרײט פאר מיר.

איך זוך צופארשטײן, װאס דרײװט אים צוגיבן צדקה? שטעלט זיך ארױס, זײן געפיהל עס זאל זײן גוט פאר מענטשן. פארװאס האט ער מיר אױסגעצאלט דעם טריפ, װײל ער האט געװאלט ס'זאל מיר און פאָטער גוט זײן. אז אים גײט גוט װיל ער אז אנדערע זאל אױך גײן גוט. דאס איז אױך די חיות װאס ער באקומט אױך פון זײן סאַוּנאַ און סְפּאַ. דער געשעפט איז צומאכן געלט, איז ער מיר מסביר, און דער שװיץ איז צו הערן דעם "שקױעך, האסט מיר געמאכט דעם כיף פון טאג!". "קײנער קומט מיר נישט זאגן, שקױעך פאר די װאַנע שטאָפּער װאס דו האסט ארײנגעברענגט פון כינע."

הגם ער איז מודה אז די שװיץ האט ער אױך טײלװײז געעפנט נאר צוליב א עיכוב צו זײן ארגינעלע פלאן ארױפצוציען דירות אױף דעם ארט – דער עיכוב אױך נאר צוליב א טריצוּנג װאס ער האט מיט דער לאָקאַלע גארװערנמענט. סאָוֹ װען די ביוראקראטישע רעדער פון דער קאָנסול װעלן זיך אָנהױבן דרײען װעט ער קען זײן צענעמען דעם שװיץ-פּראָיעקט? מעגליך, ײתכן אז יא. נאך אלעם איז דא דארט מער געלט.

ער פארשטײט גארנישט, און עפנט אױף מיר צװײ אױגן, װען איך סוגדזשעסט האלב און פרעג האלב, אױב מיט זײן געלט קען ער זיך אױך אפרעכענען אין דיע װעלכע האבן אים אמאל שלעכטס געטוהן. קען מען דאס דזשענערלײזְן אױף אלע גבירים? פארװאס האבן מענטשן אזא פאלשע בליק אױף גבירים? ער איז טאקע נישט קײן גביר יעצט אבער אז ער װעט זײנע הלװאות אפצאלן װעט ער זײן אױפ'ן װעג אהין.

און למעשה, טראץ די שװערע ארבעט און די כסדר'דיגע צדקה װאס ער ברױך מסתמא שנוּדערן פאר משפחה און קהל - אפילו װען יענע פױלעצן לשמה בשעת װאס ער פלאגט זיך אזױ פאר זײן געלט – טראגט ער זיך פונדעסטװעגן, מענטעלי, ארום מיט א פאזעטיװע בליק אױף די װעלט און אױף זײן סביבה. און נישט סתם, נאר ע"ד 'איגנאָראַנץ איז בּליס'. ער יאָגט זיך נישט צוװיסן זאכן װי איך. ער האט אפילו רחמנות אז איך בין אזױ האָנטעד בײ מײנע ידיעות און רײץ פאר װיסענשאפט. מסתמא טראכט ער דאס איז א טײל אדער גורם פון מײן מחלה. "ס'מוז זײן אז די ענדזשױסט פֿאָרט זיך צוטענה'ן מיט טאַטי," זאגט ער מיר עטליכע מאל, מיט א שֶמֶץ פון קאָנטעמפט און זלזול.

אבער װען איך באטראכט זײן אײגענע געזונט קוקט אױס אז די ביזנעסער האבן אױף אים אױך גענומען א טאָל. עס איז אַפּפּערענט פאר אבזערװירער אז די אונגעהױערע פרעשור װאס ער איז נאכאנאנד אונטער, שלאגן זיך אױס אױף זײן געזונט פיזיש און גײסטיש. ציגארעטלעך מאכן זײער װעג ארױס פון בּאָקס און ארײן צװישן די ליפן, אין רעפּיד סוּקסעשְׁן. זײן גוף אױסגעדאַרט און הױט צעאַקערט פון דאגות און סטרעס. ער זעהט אױס א צען יאר עלטער װי מיר װען ער איז באמת אינגער. דאך ליגט אױסגעלײגט אױף זײן צורה א סארט הדרת פנים. א געשטאלט פון עמיצער װאס איז אױפ'ן װעג צוװערן א ראש הקהל װײל ער האט זיך דעם אָרט פארדינט. ער קען דערהײבן די היץ.

אבער װען איך בעהט אים צו נעמען א בּרײק און זעהן א דאקטער מאכט ער עס אװעק, ספעציעל אזױ װײל ער גלײבט נישט אין קאָנװעשְנְל דאקטױרים אסאך. זאג איך דערפאר אנשטאט פאר אונזערע עלטערן, אז זײ זאלן אים מעודד זײן, מער נאכצוקוקן זײן העלטה. װאס א מענטשן'ס מֶרֶץ קען אלס אפטוהן צו זײן אײגן געזונט.

אין א שמועס אײן נאכט װעגן מײן אײגענע פסיכיאַטרישע קראנקהײט, פארצײלט ער מיט ענטוּזיאַזם װי ער פיטערט זײן װײב מיט טבעוני'דיגע צמחים צוליב א געװיסע בלוט-פראבלעם װאס זי האט יעדן מאל זי גיבט געבורט, און אז ער קלערט גאר אז איך זאל מיך צוכאפן צו האָמיאָפּאַטיקס. װאַקסינען איז ברור בײם אים זענען נישט געזונט, און סײַד-עפֿעקטס זענען לױט אים א באװײז אז א מעדעצין איז נישט געזונט פאר'ן מענטש.

ער זאגט, א ראיה די צמחים העלפן, װײל נאך עטליכע יאר איז ער געגאנגען מאכן א קאָנװענשְנְל טעסט און נישט אױסגעזאגט די דאקטױרים אז זי איז שױן יארן אױף די געװיקסן, און אז ער נעמט נישט זײערע פארשריבענע מעדעצינען, און דאך האבן זײ גארנישט אױסערארדענטליך באמערקט. ס'איז מיר נישט לײכט געװען צו ברענגען אַקראָס דעם געדאנק אז א פראבלעם קען זיך אנטװיקלען צוביסלעך און באהאלטענערהײט, במשך יארן און דאַן, פלוצלונג װען זי װעט האבן א נעקסטע קינד, װעט חלילה אלעס עקספּלאָדירן.

איך האב מיטלײד מיט זײן פרױ. זי איז א שײנע און א פארשטענדליכע, און זי האט אים געגיבן זיסע פינף מײדעלעך, אינקלודינג אַן עדאָרעבּל אידענטישע צװילינג מײדעלעך, מיט אײן אינגל, װאס כאטש ער זעהט זײ מסתמא װײניג דורכ'ן װאך, פארברענגט ער שײן מיט זײ שבת און זײ האבן צו אים גרױס הערצה און ליבע.

שבת נאכמיטאג זעצט ער זיך אראפ מיט זײ ענדיגן גאנץ תהילים, דרײ מאל, דורכ'ן זיך אײנטײלן די קאפיטלעך. איך קען נישט טראכטן פון א מער לאנגװײליגער און פּױנטלאָזער עקסערסײז װי דאס, צװישן מיר און מײנע קינדער, אבער אז איך זעה עס בײ אים בין איך עס מחשיב. ס'קומט פון אמונה פשוטה און ס'האט א געװיסע איננאָסענטס צו זיך.

זי, זײן פרױ, טראגט א חשוב פלאץ בײ אים אין הארץ װײל ער ברענגט און טראגט איר איבעראל, און אינאָװענט, חוץ װען מען פארברענגט ליל שישי, מאכט ער זיכער צוזײן אינדערהײם פאר חצות, טראצװאס דער ספּאַ הערט נישט אױף ארבעטן בײנאכט. און װען כ'האב אים געזאגט דאס איך פיהל נישט באקװעם זי זאל זיך מטפל זײן מיט מײנע שמוץ װעש, אױב איך קען עס ענדישער װאשן בײ אים אין ספּאַ, האט ער מיך גראטולירט אױפ'ן געדאנק.

נאר אױף מײן װינדער צו זי איז אױף אײן פײדזש מיט אים האבן די עטליכע קלײנע דעטאלן װאס כ'האב באמערקט - װי דאס אז זי זיצט אין פאָרנט װען ער פירט איר מיט זײן װען, און דאס אז שבת גלײכט זי א געזונטן זופ פון די טרוקענע װײן און שארפע ברױנפן, און האט אױך ליב צו טונקען די רױטע מעלאוּנע סלײסעס אין גלענליװיט - מיך גורם געװען גלײבן אז לכה"פ צו הנאות און מסתמא געזעלשאַפֿטליך, פארשטײען זײ זיך.

זײן פרױ דרוקט אױך אױס אינטערעסע אין אונזערע שמועסן אבער װען איך דערװאַג זיך צו קװֿעשטענען װאו עס ליגט די רחמנות אין מאכן שילוח הקן, פרעגט זי מיט װינדער, 'איז דען נישט די װעלט, און אלעס װאס אין איר, ספעציעל באשאפן פאר'ן מענטש?' איך טענה נישט צוריק. סוכ"ס איז זי נישט מײן רעספּאנסעבּילעטי און כ'װיל נישט סאַוּנדן אַבּרײסיװ צו אזא טײבּעלע.

אױף מײן פראגע אױב זי לײגט צוריק די אײער, זאגט זי אז זי האט ליב צומאכן אָרנעמְנטס אין גלאָז פון די אײערלעך און לײגן צװישן די טשאַטשקעס ארום איר הױז. מײן ברודער פון דער אנדערע זײט, װינדערט זיך פארװאס איך האב אזאַ רחמנות אױף די פױגל, װען לױט אים, און אַרגיוּבְּלי פילע אנדערע חרידים, האב איך נישט גענוג רחמנות אױף מײנע אײגענע קינדער.

איך האב גרױס עהרע פאר אים, צוזאמען מיט גרױס רחמנות אינאײנעם. עהרע צוליב זײן לב-טוב און רחמנות װידער צוליב זײן לב-טוב; אפשר נוץ איך אים צופיהל אױס. זײן זײדע'ס בוך-חכמה בין איך נישט זיכער אז ער האט געירשנ'ט אבער זײן ענדוּרענץ יא. ס'טײטש, זיצן איבער די קלײנע אותיות און צוזאמענרעכענען שֶם קְסָ"א און קְמַ"ג אַגאַנצן טאג פארלאנגט טענאַסיטי.

נו, שפינאָזע'ס אײניקלעך טוען אױך נישט עפעס װײסעך װאס. נאר זײ זענען הײנט די בעלי בתים פון די צװײט-גרעסטע טשײן גראסערי אין די יוּ-קעי – סײנסבּוּריס. אָנפירן געשעפטן זאגט זיך לײכטער װי געטוהן. "ס'קען זײן אז דאס פיליזאפירן איז טאקע נאר די מיטל. אפשר איז די ציהל גראָד לְהִתעַנג," פרעג איך מײן ברודער? ער הערט מיר נישט, ער איז אינמיטן פארדביקות װערן אין מאָטי װיזל'ס א ניגון אױפ'ן גרױסן מסך װאס באצירט די װאַנט נעבן פּוּל. ער האט נאר ליב שטאַטע ניגונים זאגט ער. אזױ?, איך האב נאר ליב שנעלע. פילײכט איז דאס א קְלוּ.
 
לעצט רעדאגירט:
@קץ דוחק זייער שיין. וואס שיין? הערליך! וואס הערליך? אויסערגעווענליך.

ס'ליינט זיך ווי א טאג בוך פון א משכיל/ציוני אין 1926 ביים באזוכן זיין דארפישע ברודער אין ווילנא.
 
@קץ דוחק זייער שיין. וואס שיין? הערליך! וואס הערליך? אויסערגעווענליך.
💯 ממש אין מילים!

כ'האף נאר אז דיין ברודער האט נישט קיין פאראיבל, אז דו פאקסט אים אזוי אויס ברבים.
אונז האבן זיכער א געוואלדיגע הנאה, און איך האף אז דו גייסט אנקומען צום עיקר, איבער דיין גאנצע באזוך אין ארץ ישראל, אלע שטעט ווי דו ביזסט געווען וכדו'.
 
איך האף אױך אזױ. כ'האב נישט געשריבן עפעס װאס װאלט מיך געבאדערט אז מען שרײבט װעגן מיך.

איך האב נאך אײן ארטיקל געפלאנט, אױך אױף אַן ענליכן שניט, װאס כ'האב נאכנישט אָנגעהױבן.

איך בין כמעט נישט ארומגעגאנגען. כ'האב בעיקר פארברענגט מיט משפחה.
 
המשך פון פריער

אינדרױסן איז בריעדיג. איך פארשטײ נישט װי-אזױ מ'קען הנאה האבן ציען פון ציגאַרעטלעך אין אזא היץ. און נאך אזעלכע גרױסע סאָקען װאס מײנע ברודער גיבן. זײ אטעמען דורכ'ן ציגארעטל. ס'פעלט קײנעם פון זײ אנדערע געזונט פראבלעמען, דער אױף צוקער, דער מיט א טשיפּ אין קאפ אבער פון די ציגארעטלעך קענען זײ זיך נישט טײלן. דאך, איך נעם אָן די אָנבּאָט פון א ציגארעטל. מען טאר קײנמאל נישט זײן א קיצוני װיל איך דאמענסטרירן. איך האב דעם אױבנדערמאנטן בּיף טשולנט אױכעט געגעסן, נאר אָהן די פלײש.

נעקסט אױפ'ן סדר היום איז ארײנפארן צו ירושלים זיך טרעפן מיט'ן פאטער ('טאַטי' פון דא און װײטער). מײן ברודער שטיפּט מיר ארײן אפאר עקשנות'דיגע הערעלעך װעלכע זענען ארױסגעפאַלן פון הינטערן דאַשיק. ער האט אינזינען מאמי. זי איז מקפיד אױפ'ן אױסזעה. אינאמת'ן איז מיר שװיציג מיט די פאניטײל אזױ פארשטעקט און פארבונדן אגאנצן טאג הינטער א װינטערדיגן דאשיק. נאר דאס איז געװען די פשרה צװישן אפשנײּדן אדער בכלל נישט קומען אױף דער באזוך.

טאטי, ברױכענדיג אדאפטירן די משפחה קוריקולעם, האַלט האָר איז געפערליכע קליפות. איך זאג איך גלײב נישט אין קײן קליפות. אױף דעם װערט ער שױן אױפגערעגט. איך זוך אױסצומײדן נאכאמאל א געפעכט צום װיפלטן מאל, װעגן ר' משה די-ליאון און ר' יצחק דמן עכו. דער אמִתִּיות הזוהר גײט אים בנפשו. אנשטאט דערמאן איך די מקובלים װעלכע פלעגן זיך דוקא יא שערן די בארד, אלס א פארקערטע ארגומענט. װען דאס העלפט נישט ברענג איך דעם 'נזיר' פון תנ"ך צומײן רעסקיוּ. טאטי זאגט איך בין נישט גענױ א נזיר. אפגעשײדט פון א אשה הײסט לדידו נישט קײן נזירות.

איך גײ צום גרױס כביש װארטן אױפ'ן באס. אין לאנדאן רופט מען זי א דְיוּל קערידזשװֿײ. קארס, טראָקס און אוטובסים פאָרן דארט ארום 70 מפ"ש. דארטן, בײ יענעם באס סטאפ, איז דא א גרעסערע אױסװאל פון באָסעס צו ירושלים. די זון בּאַקט אומדערטרעגליך. א בחור'ל קומט צו שפאנען מיט שנעלע טריט. ער טראגט א פנים פון א צעפלױגענער דזשיניעס, א למדן. ער שטעלט זיך נישט אפ נאר שפאנט װײטער אין נאָוֹ מענס לענד. װאס טוהט א בחור'ל שפאצירענדיג אין די זײט פון אזא מסוכנ'דיגע כביש כחום היום? מײנע אױגן פֿאַלױען אים.

שטיקלעך פאפיר, סינגל בלעטער פון אלגעמײנע צײטונגען פליען אין די הײסע װינט און קױלערן זיך אױפ'ן כּביש. פילײכט צײטונגען ארױסגעװארפן פון אומאחריות'דיגע דרײװערס װעלכע שטעלן זיך צײטנװײז אפ אױסרײניגן די שמוץ פון זײער אױטא, ארױס אױפ'ן ראָוּד. די װינט דזשענערײטעד פון די שנעל דורכפאָרנדע מאשינען העלפן די צײטונגען זיך הױבן אין די לופטן, זיך אפטײלן נאך מערער, און פאַר די אינדיװידועלע פײדזשעס, זיך אױסצושפרײטן, דאס רוב ענדיגן אָפּ אױף די זײטן פון דער כביש, פארכאפט צװישן די װילדע גראז און דערנער. דער בחור'ל הױבט יעדן פּאַפּירל אױף, װעלכע ער קען נאר לײגן א האנט אױף, שטעלט זיך אפ, גײט צװישן די הױכע גראזן אזױ מען זאל אים נישט זעהן, און לײנט זי דורך מיט נײגער. דער באשעפער טרעפט זיך זײנע װעגן צו זעטיגן די לעכצנדע.

איך פאָר בכװנה נישט מיט די 'מהדרין' באס. דען איך װיל נאך מײן סמאַרטפָאוּן אין אײן פִּיס ביז צו די ענדע פון מײן טריפ. אבער אפילו אױף די אלגעמײנע באס איז געפּאַקט מיט חרידים. א טאטע, אזא שלום שטיסל טיפּ, לאזט מיר זיך נישט זעצן נעבן אים, דארטן װי זײן בּעֶג זיצט. ער װײזט מיר אָן אנשטאט זיך אראפצוזעצן נעבן זײן זוהן א בחורל. ליטְל דיד הי קנאָוֹ װאספארא כלי-משחית איך האב ליגן אין טאש.

כ'האב זיך ליב צו באװײזן מיט מײן הײַ פּיקסל רעזעלוּשען סקרין. קודם קוק איך נאר אזױ אומשולדיגערהײט אױף גוּגל מעפּס. דערנאך סװיטש איך צו ”קרעמל„. איך דרײ אױס דעם טעלעפאן אױף לענדסקײפּ. פלוצלונג גלײך איך צוקוקן אױף מײן טעלעפאן פונדערװײטנס, לאזענדיג דעם טעלעפאן ליגן אנגעשפארט אױף מײנע קניען.

דער בחור'ל הױבט אָן רעדן צו מיר: ”איר קענט דאס ביטע ארײננעמען?” ”נײן!,” סנעפּ איך צוריק. ”אז עס שטערט דיך?, קוק נישט אױפֿדעם.” זײן טאטע האט אצינד שױן מסכים געװען דער בחור זאל זיך טױשן מיט זײן עלטערע ברודער. ער פאָרט קוקט אױס, מיט דאס גאנצע געזונדל.

האב איך אצינד גורם געװען אז דער בחור טראכט יעצט שלעכטס אױף סמארטפאון באנוצער? קען זײן, אבער איך בין נישט דא צו שמד'ן קלײנע בחורלעך, בארוהיג איך מיר; און אז איך זאל נישט קוקן אױף מײן סמארטפאון װעל איך נישט װיסן װאו אראפצוגײן און כ'װעל פארלױרן װערן. און דאַן װעט מײן ברודער אױפהערן זיך װינדערן װי-אזױ איך געב מיך אלײנס אַן עצה ארומרײזן איבעראל, אין א פרעמדע מדינה? און אז דער בחור'ל װעט עלטער װערן װעט ער פארשטײן אז װאס ער האט איצט געטוהן איז אױך נישט מענטשליך. הממ., זײ נישט אזױ זיכער?, טראכט איך מיר.

אױפ'ן באס טוהט זיך א גערודער העכער פון סײ װאס איך האב אמאל אין לאָנדאן בּײגעװױנט. אז מען האט נישט קײן סמארטפאון, און מען קען נישט טעקסטן, פּלאַפּלט מען אױפ'ן טעלעפאן דער גאנצער צײט. הינטער מיך בורטשעט עמיצער אױפ'ן טעלעפאן. ס'הערט זיך װי ער לערנט מס' בבא בתרא. נאר ס'איז מיר שװער אױפצוכאפן װען ער רעדט פון לערנען און װען ער רעדט פון אײגענע געשעפטן. אלעס זאגט ער אױף דעם זעלבן טוּן.

פארנט פון מיר זיצט א עלטערער קלײנטשיקער אידל און נעבן אים א פולער בחור װעלכע פּרײַט אים דעם קאפ מיט פיליזאפישע טערמינען װעגן שכר ועונש. דער אידל איז אין זײן פולער עלעמענט.

דער דרײװער רעגט זיך און אסר'ט פאר װער עס זיצט אין פארנט צורעדן אױפ'ן פלאפון. דען נאר ער מעג הױך אין אראביש דַרש'ענען װיפיהל ער װיל אױף זײן אײגענע טעלעפאן. דער מסגן ארבעט אױף טױזנט און ס'פרירט מיר די בײנער. אױפ'ן כביש איז געשען א תְּאוּנה און די קישקעס דרײען זיך מיר איבער פון די אומאױפהערליכע, פֿאָר-און-סטאָפּ אָסילײשְנס.

מײנע אױגן קוקן ארױס, פון די פענצטער, אױף די בערג אָנגעזײעט מיט דערנער, שטײנער און לײדיגע אױסגעקראָכענע פּעטשעס פון לאנד לרוב, אױף װעמען די זון באקט אָהן רחמנות. אין א היץ אין װעלכע לכאורה נאר שלענג און עקדישׂן קענען איבערלעבן. א לאנד װעלכע פיהלט נישט קײן טראפן װאסער דורכאױס דעם זומער. איך װינדער מיך אױב דאס איז דער ארץ זבת חלב ודבש פונװאס דער תורה רעדט אזױ. װי-אזױ קען מען אױף די לאנד פלאנצן בכלל? אױף די לאנד שלאגט מען זיך אזױ?

אנקומענדיג אין ירושלים דארף איך טױשן באס בײ ירמיהו\הצבי. די באסעס זענען אָנגעשטאָפט מיט מענטשן פון אלע פארעמען און סײזעס, עד אפס מקום. ענדליך בין איך מצליח זיך ארײנצוקװעטשן אין א באס. װי נישט װי האב איך אַן עדװענטעזש – אנדערש פון די פרומע, קען איך מיך ארײנשטופן פון סײ װעלכע טיר.. װידער גײט אױף די באס אזא הױכע רעש.

דא זיצן א חבורה גאר אינגע חסידישע אינגעלײט מיט אײן עלטערער ליטװישער אינצװישן און רעדן צװישן זיך אין עברית מיט א שװערע אקצענט. ער שיסט יֶדַע. אײנער פון זײ האלט א סינגל A4, װאס זעהט אױס װי א מין קאָנטראַקט, אין א פּאָנטְשּד-פּלאַסטיק-פּאָקעט. ער האלט עס װי מען האלט א 'הצטײנות' פון חדר. זײ זענען יעצט אױפ'ן װעג צועפענען א ביזנעס אַקאַונט מסתמא. דער ליטװישער איז דא אױף ארױס צוהעלפן מיט קאָמיוניקאציע. אדער איז ער דער װאס נעמט זײ גאר אױף א רײַד – אַן ”אינװעסטמענט” סקעם.

די באס װארפט זיך און הערט נישט אױף צומאכן װילדע שאָרט-סטאָפּס. אינמיטן, אין דעם בױך פון דעם באס זיצן 7 קלײנע קינדער אױף דער ערד. אלע אָנגעטוהן די זעלביגע. דער טאטע, אױך א ליטװאק, מיט א שײן צוגעפאסטן היט, קורצע רעקל און געביגְלטע ציצית, גיבט אובאכט אױף זײ. איך נעם אָן ער ארבעט אין הײַטעק. ער לאזט זײ זיך נישט אױפהײבן. דאס איז זעהט אױס א סגולה נישט אומצופאלן.

פלוצלונג מאכט די אױטאבאס אזא װילדן דרײ, און עס פליהט עפעס א פרעמדע אינגל ארױף אױף אײנע פון זײנע קלײנינקע. ער צעװײנט זיך שטארק און דער טאטע װערט אין כעס. דאס איז שױן דאס צװײטע מאל װאס עמיצער פאַלט אױף זײנע קינדער ארױף. ער װיל נעמען דעם פרעמדן אינגל און צעמקל'ן פארװאס יענער שטײט נישט אױף אײן פלאץ בשעת װען דער באס װארפט זיך. מיר, די צושױער, דארפן אים פיזיש אפהאלטן און זיך אננעמען אױף דעם אינגל - װאס האט פילײכט נאר זיך געזוכט צו רי-פּאָזישענען, כדי ער אלײנס זאל נישט אומפאלן - דען ער איז נאך א קינד און איז נאכנישט צוגעװױנט אז אױב רוקט מען זיך בשעת די אױטאבאס פארט, און מען כאפט זיך נישט אָן בײ די האַנט, פאלט מען. און עניװײ, װעלכע נאַר זעצט אױס זײנע קינדער אױף דער ערד. זאג זײ זאלן שטײן, און זיך שטארק אָנכאפן װי יעדער. אין קאפ קומט מיר דעם 'איש את רעהו חײם בלעו'.

אין ירושלים גײ איך אראפ אױף כיכר השבת און שפאציר-צו ביז מאה שערים נעבן שִבטֵי ישראל. די גאסן זענען געפאקט מיט אלע סארטן אומגעװענליכקײטן. דא שטופט א רעביש קינד א הענט-טראָק. אַן אלטער איד מיט א קאַפֿטן אָנגעקלײדעט, שטופט א װֿהיל בּעררעל מיט ארבעטס-כלים. א איד קומט אים אנטקעגן און שטעלט זיך אפ רעדן מיט אים און בלאָקירט דעם גאנצן טראַטוּאַר אדער טרעפּל װי די ירושלמײם רופן עס. אז די טראטואר איז בלאקירט, גיסן זיך אלע מענטשן פון הינטער זײ, איבער אױף די כביש װײל דער שטראם הערט נישט אױף אפילו פאר א רגע.

א קלײן מײדעלע שטופט א ברײטע אײזערנע לעכעריגע אײנקױפֿ-װעגעלע װאס איז העכער פון איר. איך פרעג זי צו זי האט א רשיון. זי קוקט מיך אָן װי פון די לבנה אראפגעפאלן. איך האב ליב צו מאכן אפי' קלײנע קינדער לאכן. ספעציעל דא װי ס'לעבן איז אזױ שװער און עס קומט זײ נישט אזױ אפט אָן צולאַכן.

די װענט פון די הײזער זענען באדעקט מיט גרױסע פלאקאטן װעגן גיוס בחורים ואברכים. 'לא נװתר אפי' על נפש אחת' שרײען די צעטלען. איך זעה נישט קײנעם זיך אפשטעלן לײענען די פּאָוּסטערס חוץ אײן ספרדישע קלײן מײדעלע מיט איר ברודערקע בײ די האנט. זי האט מסתמא נישט קײן ביכלעך אינדערהײם. פארװאס אבער זענען די צעטלעך אזױ בּלענד? אפשר װײל ס'נישטא קײן צײט צו פארברענגען אױף די גראפֿיקס װען יעדן טאג דארף מען זיך ספראװען מיט א פרישע פירצה.

אױפ'ן װעג, גײענדיג צו טאטי'ס הױז, באגעגן איך מיר מיט די מיסט-טראק װאס נעמט צוזאם די מיסטן בײ די װינקל פון רחוב חבקוק. זעה איך װי ער ציעט ארױס א טיפע קאסטן פון אונטער די ערד. דאס האבן זײ געמאכט אז מער זאלן די פרומע נישט קענען פארברענען מיסטן, און די קאַנעס ארױס קױלערן אינמיטן כביש בײ הפגנות. נאר דאס שאפט אזא שטינק און גערוך אז עס מישט זיך אױס מיט די שמעק פון די קיכעלעך פון 'מאפית נחמה' און צוזאמען װערט דאס א יוּניק געשטאנק, אײגענאַרטיג צו מאה שערים.

איך באטראכט די הײזער און װינדער מיך אױב מען טשעקט זײ אמאל פאר זײער שטארקײט אזױ װי מען ברױך טשעקן בריקן מזמן לזמן. װי-אזױ האבן נישט מענטשן מורא דא צו װאָקן אונטער זײ אױב װעט ציגל אפשר ארױספאלן פון פלאץ אױפ'ן קאפ ארױף? אזױ אלט און צעברעקלט זענען די הײזער.

אין זײן הױז נעמט מיך טאטי אױף זײער װארעם. מען אינטרעדוסט מיך צו די דרײ מײדלעך. זײ האבן אצינד חופש. אײנער איז א גרױסע לײנערקע. די אנדערע בעהט פון טאטי זאל איר אנפיהלן דעם נַגַן מיט נײע חרדי פּאָפּ-מוזיק. זאַנװיל װנ"ב סטײל. די דריטע קערט און ראַמט די גאנצע צײט. זײ גרײטן זיך גײן זעהן א גרױסע מעדזשישען װאס די זומער-שולע האט אראנדזשירט פאר זײ. מעדזשיק איז א מותר'דיגע פארברענג. פאר די מײדלעך עט-ליעסט. װי איז נאך אז עס רי-אינפאָרסד מושגים װי כישוף און מאגיה אז זײ זענען עכטע פענאמענאן.

”דו מײנסט עס ערנסט אז ס'איז נישט עכט?,” פרעגן מיך די שװעסטער מיט װינדער. ”פונקט אזױ, לאמיך אײך פארצײלן װעגן א װֶעט װאס עמיצער, א גרױסער צױבערער, דזשײמס רענדי האט אמאל געמאכט,” און איך מיט טאטי פארגײען זיך אין א שמועס װעגן די מחלוקה צװישן רמב"ן און רמב"ם בנוגע כישוף. די קינדער ברענגען צוריק אהײם פילמען פון דער צױבערער, װאס זײ האבן אפגעכאפט מיט אלטע 2000'ס סטײל װידעאו-קעמערעס. זײ קוקן עס איבער און איבער צו איבערצײגן זיך אז דאס איז טאקע נישט עכטע כישוף.

טאטי און מאמי באנעבעכן מײן זיך-שאָקלען כסדר - די סײד-עפֿעקט פון מעדיקײשאן. איך בין שױן צוגעװױנט. פון דארט גײט די שמועס אודך צו אָלטערנאַטיװ מעדיצין, און פון דארט צו װאקסינען און זײער שעדליכקײטן. לדידם, איז דאס אז די מײנסטרים חרדישע רבנים זענען דאס מעודד, א סימן אז די רבנים זעלבסט זענען קארופטירט. אבי איך טרעף א צד-השװה ערגעץ מיט זײ. הגם טאטי איז נאך אױפ'ן גדר לגבי דער נושא. ער האט פארלױרן א שװעסטער צו אלטערנאטיװע מעדעצין.

די הױז איז פול מיט עלונים װעלכע מען ברענגט פון שוהל אהײם. אײנע זאגט יא װאקסינען, א צװײטע זאגט נײן. אפילו די גאסן, װעל איך שפעטער אױסגעפינען, װערן כסדר באװארפן מיט פאשקעװילן װעלכע פארשרײען דאס זיך װאקסינירן, פסק'ענענדיג אומצװײדײטיג אז דאס איז גורם אוֹטיזם.

צװײ זאכן רעגן מיך גאר שטארק אױף װען איך קום צוריק אין די אלטע חדר. אײנס, די פולע שענק איבעראל, אין די הײמען און שוהלן, אנגעשטאָפּט מיט שאפעס פוהל מיט ספרים פון אלע ערלײ נושאים װאס האבן נישט קײן טראפ רעלעװאנץ צו דער עכטער װעלט אינדרױסן. און אױף זײ גיסן זיך איבער, יונג און אלט די קעפ, אלע שעה'ן פון טאג און פארשװענדן זײער לעבן אױף זײ. מיט אזעלכע ריזיגע פראיעקטן װי ארטסקרול, שטינזלץ, אוצר הספרים און ספריא. װער לאזט זיך קאסטן פאר די אלע זאכן? װאס זענען זײ פונדעם מרװיח? און די אלע באמת װיכטיגע ספרים זענען מונח בקרן זװית.

און דא אזא שאלה: אױב איז עס הײנט אזױ, קען מען אָננעמען אז ס'איז שטענדיג אזױ געװען, און די תנ"ך און תלמוד למשל זענען טאקע 100% מדיוק? (דער תרגום השבעים למשל איז בלי ספק אױך א ריזיגע פראיעקט געװען װאס איז אָנגעגאנגען און האט גענומען צװישן 250 און 300 יאר). אדער זאגט מען פארקערט, די אלע פראיעקטן, סאָמהַאוּ פּאַראַדאָסיקלי, פארמערן נאר דיפערענצן און טעותים?

און די צװײטע זאך װאס רעגט מיר אױף, זענען די מיליאנע גליונות און עלונים װאס יאַװען זיך א דײַם א דאָזען. דאס רוב פון זײ העתקות, ציטאטן פון דרשות, און איבערגעדרוקטע זאכן פון פאַראַיאר און צװײ יאר צוריק, װעלכע קײנער לײענט במילא נישט.

דא קען זיך יעדע רעבעלע אױסגעבן. יעדער מלקט'ל אדער װאס קען אביסל לשון קודש נעמט דארטן אױף א בלעטל-צװײ. אפילו פאר זוהר מיט עברי טײטש איז מוקדש דארטן א קאָלום, נאר פארשטײט זיך אױך צענזורירט דען מ'גײט נישט מסביר זײן פאר בחור'לעך די 'נוקבא הנפרדת ונוקבא בגופו של הזעיר אנפין'.

נאכאמאל ר' יעקב מאיר, נאכאמאל דער סלאָנימער מיט דברי-קנאות װעלכע גרעניצן זיך מיט אלימות, נאכאמאל הלכות שבת, װי דין מעג מען צושנײדן סאלאט? װי-אזױ קען מען עפענען א עסן אזױ אז ס'זאל סײ זײן, נישט אױף די געװענליכע װעג און סײ עס זאל נישט ארײנשנײדן אין אותיות?

װיפיהל דברי-תורה קען מען שױן לײענען אין אײן שבת װען חידושים זענען נישטא? סתם אױף ציטירן שטיקער ספרים קען איך דאך לערנען די ספרים אלײנס. אבער אײ גֶעס אידן דארפן פרנסה. און איך דארף מיך נישט אזױ עסן; @מימון זאגט, אבי מען לײענט און מען לערנט זאגט. זאל עס זײן װאס נאר.

המשך יבוא
 
1757366669996.webp
1757366707402.webp

1757366726158.webp
 
המשך פון פריער

טאטי װיל הערן ברכות השחר, קרי"ש און זעהן װי איך לײג רש"י. ער פרײט זיך אױף יעדע אמן. ער פארשטײט, נישט צו פּוּשן פאר שמו"ע. דאס גײט אזױ ממשיך זײן פאר די נעקסטע 2 װאכן. ס'באדערט מיך נישט צופאלגן דען איך קוק עס אָן װי איך טוה אים א טובה. אבער אז ער פרעגט אױב איך האלט אז תפילה העלפט אדער אױב איך דאװן װען ער זעהט נישט, זאג איך אים, אַחוץ װען איך גײ אין שוהל, דאװן איך נישט. איז דאס װײל איך גלײב נישט אין גאט? נײן, חלילה. נאר איך גלײב נישט אז גאט מעג טױשן סדרי בראשית אדער אװעקנעמען מײן בחירה למפרע. און עניװײ, װער זאגט אז 'ולעבדו' מײנט טאקע נאר 'תפילה'? נאר אז מען רעדט שױן, מײנע קינדער פרײ איך מיר אז זײ זעהען מיר נישט לײגן תפילין. אדער מעגן זײ זעהן מײן אידישקײט אינגאנצן, אדער גארנישט!.

און גאט, אים זוך איך נישט צוטוהן טובות? טאטי פרעגט צו איך בין ברוגז אױף גאט? איך זאג אז יא. דאס איז די אײנציגסטע ענטפער װאס איך קען אים גיבן אין די אַבּסענס פון א גלאטע ”איך גלײבּ נישט אין גאט”. כאטש אצינד בין איך זײן חוזק: ”גאט קען פיהל בעסער די מלאכה פון טריצן װי דיר..” איך בין מסביר פאר טאטי אז ביני לבינו, האב איך שױן געשפירט די ערגסטע אױף װאס גאט איז עלול; איך גיב מיך נישט אונטער צו שאַנטאַזש.

איך גײ נאך אסאך הערן פון אים דערװעגן דורכאױס מײן האָלידײ. איך האלט תפילה, עספּעשעלי תפילה בציבור, אין חרידישע קהילות איז אָװערײטעד. ס'איז נבוזרדן'ס פּאַטענט, מיט'ן זעלבן מאָטיװ, נאר פארקערט. קױם מען זעצט זיך אראפ פארברענגען ברױך מען שױן װידער לױפן אין שוהל. דער ביסמעדרעש איז א הײם, א פארברענג-פלאץ, פאר אלע מענטשן װאס האבן נישט קײן געמײנזאמען שפראך מיט די װײב.

תפילה איז אלעמאל געװען סטראָגעל צװישן מיר און טאטי. נאך פון גאר קלײנװײז אָן. ס'פלעגן גײן יללות. טאטי איז פוהל מיט רגש. בײ יעדע ברכה שרײט ער. אסאך מאל בין איך אים מקנא. זענען מײנע הרגשים שטומפּיג? מײן מאמע ע"ה איז געװען שכל. איך האלט מיך גרױס מיטדעם. צוגרױס. אנדערע רעכענען מיך האַרש; אפי' אכזריות'דיג.

אונז זענען מחליט ממשיך צוזײן אָנהױב ספר יהושע. ביז יעצט האבן מיר עס געלערנט נאר אױפ'ן טעלעפאן, לאָנג דיסטענס. דאס װעט זײן די ערשטע און לעצטע מאל מיר לערנען עס פנים-אל-פנים אין אר"י. ער זעהט שױן מײן 'מקרא לישראל' בּאַנד, פון װאנעט איך נעם מײנע חקר המקרא'דיגע קאמענטאַרן. ער אלײן פארלאנגט נישט צוקוקן דערינען. אבער ער פארשװײגט מיר אױך נישט. צומאל האט ער אפי' הנאה. נישט אלעס זאג איך אים נאך פון דעם ספר, ספעציעל װען עס רעדט פון 'עריכה'.

מען רעדט פון דער באקאנטער תמיה װען מען האט רָחָב'ןס משפחה ארױסגעראטעװעט אױב איר הױז איז מיט'ן חומה אײנגעזונקען? ער האט ביז הײנט נישט געטראכט דערפון. איך אױך נישט. און פארװאס קוקט אױס װי ספר יהושע, ענדליך צו ספר דברים, טוהט אױפטױשן די ראלעס פון לװײם מיט די כוהנים (לדו' טראגן דעם ארון), מאכענדיג די לװײם װיכטיגער? טאטי זאגט װײל די כוהנים הײסן אױך לװײם. װאס איז װען ס'שטײט קלאר 'הכוהנים הלװײם'? און ציװאס האט מען בכלל געמוזט שיקן מרגלים צו יריחו אױב אײנגענומען די שטאט האט מען עװענטואַל סײװי נאר בדרך נס? װאס איז דער באדײט פון דער 'מלאך וחרבו שלופה בידו' װאס זאגט נישט גארנישט װיכטיג צו יהושע? די פּאַראלעלן צװישן די מעשה פון דער קרבן פסח - און קריעת ים-סוף - צו דאס שפאלטונג פון ירדן. װאס גענױ איז געװען די סיפור מיט די 2 סעטן אבנים אדער מצבות װעלכע מען האט גערוקט און ריפּלײסד אין דעם ירדן. די סיגניפיקענץ פון דער אָרט גִלגָל אין איר שטאנד אלס מקום פולחן וקהילה, פּאָזעטיוו און נעגאטיוו, געװאָנדן אין די פארשידענע תקופות פון אײנשענט ישראל.

די אלע קאָממענטס טאלערירט ער. נאר דקדוק זאגט ער איז נישט זײן זאך. איך פרוביר צו פארשטײן װעלכע אמתן ער קען פארלײדן און װעלכע נישט? אדער איז עס נאר װײל עס איז נאך די ערשטע טאג, און מען איז נאך עקסײטעד? פילײכט װײל ס'איז נאר בײם לערנען און נאר טעאָרעטיש. אבער הַשלָכות אױף למעשה דאס טאָר מען נישט ציען. דאך, זאג איך נאָר נאך די פראַגעס פון דעם ספר. איך לאז אים אלײנס ציען מסקנות. און אמאל אז ער זעהט עס אויך אין אבן-עזרא דערמאנט, צעשמײכלט ער זיך. איך װײס אז אבן עזרא פאר אים, איז װי רמב"ן פאר מיך.

דאך, אז איך פרעג אים, זאגט ער אז ער האט נישט ליב דער סארט אַנאַליטישער װעג פון לערנען. ער גלײכט שנעל און געשמירט. און דאס קען ער געװאלדיג.

מיר טױשן דעם לימוד צו דער װאכעדיגע סדרה פרשת עקב. דא װערן װידער נולד חידושים און שאלות. האסט געװיסט װאס דער עכטער אפטײטש פון 'ועשתרות' צאנך איז? אַך, האסט דיר אײנגערעדט א קינד אין בױך. נײן, נײן 'אסתר' האט דערפאר געהײסן אזױ. נעֶה, אסתר 'על שם שמסתירה את עמה ומוצאה.' װילסט הערן אַן אינטרעסאנטע זאך װעגן די נעמען פון די מזלות און פון די פלאנעטן..?

פארװאס אפגעטער, רופט דער פסוק שטענדיג מיט שם אל אדער אלהי און דער אידישער גאט מיט יהוה? דא טרעט איך אױף זאַנגען.

װאס איז דער סיגניפיקענץ פון דער 'צרעה'? װאס זאגט דער אבן עזרא אױף 'שמלתך לא בלתה מעליך'. 'ואהבתם את הגר', רעדט מען פון גרים ממש אדער פון ישראלישע אראבער למשל?

פארװאס װערט קרח און דער מאתײם וחמישים איש נישט דערמאנט דער װאך? אגב, האסט שױן מעײן געװען בײ די פרשה פון קרח ועדתו אלײנס?, פארװאס זאגן חז"ל אז קרח מן השרופין ומן הבלועין? פארװאס איז אמאל 'לוחת', אמאל 'לחת', אמאל 'לחות' און אמאל 'לוחות'? איך פרוביר אים זאגן װעגן אותיות-תנועות און זײער אפװעזנהײט אין כתב עברי. "װאס איז דאס כתב עברי?" ”װאס הײסט ס'נישט געװען נקודות, מען האט נישט געװיסט װי-אזױ ארױסצוזאגן װערטער?” "יעדע תג און קוץ איז דאך מסיני?!"

הממ., װי-אזױ הײבּ איך אָן דא?

אה, איך װײס, ”װי-אזױ שרײבט מען א לשה"ק'דיגע װארט פאר עמיצער װאס קען למשל לײענען נאר אַקאָרדינג צו די ײדישע ײװאָ כללים? לאמיר זאגן א רוסישע בּונדיסט. פרוביר אָפּשרײבן פאר אים א לשה"ק װארט. אה, ס'קליקט שױן.

אגב, האסט שױן אמאל געקוקט גוט אױף א מאדערנע '1 שקל' מטבע?

"מען דארף אנקומען דעם גאנצן סדרה," באקלאגט ער זיך. "דו ביסט פונקט װי דײן מאמע'ס טאטע, איך קען מיך ממש מצײר זײן װי ער זיצט דא נעבן מיר." פונקט אזוי פלעגט ער פרעגן. דו שטעלסט זיך אױף פײנע זאכן אבער אזױ װעט מען נישט אנקומען צו די קאַמענטײטערס װאס איך װיל נאך ארײנכאפן.

װער זענען די קאמענטײטערס? אװדאי רמב"ן און אור החײם (ר' חײם בן עטר). רש"י איז בײ'נעם פשוט-פשט, רמב"ן פארענטפערט יעדן קריטיקל באמערקונג, פארשטײט זיך אָנצײכענענדיג גמרות און מדרשים, און עֶננױאִינגְלִי נישט לאזענדיג פלאץ פאר מײנע קשיות מער. דער אור החײם װידעראום, מיט זײן פאעטיש אבער קונצליך לשון, לײגט צו א לײער פון דרוש, מוסר וחסידות, אמאל אמאל פארנעמענדיג זיך אױכעט מיט הלכה. װי למשל דער אוה"ח אױף פסוק כא אױף די װערטער 'לגר אשר וגו' ואכלה או מכור לנכרי'. אבער איך רילײט עפעס נישט צו דעם אוה"ח'ס עלאבּערירענדע דרשות.

װען ס'קומט צופארשטײן רמב"ן אדער אוה"ח קען איך טאטי נישט בּיעטן, ער איז א װעטערְן לערנער, אבער אױפצוכאפן אינקאָנסיסטענסיס אין די עצם לשון הכתוב, אפי' אָהן די הילף װי ספרים װי 'מקרא לישראל', דאס קען איך בעסער. אפי' װעגן דער לשון עמפּלױד בײ דעם אור החײם, צו ס'איז אלע מאל אױסגעהאלטן, טענה'ן מיר זיך. איך פארטראג נישט קײן איבערגעגאָסענע פּאעטרי; ער פארנעמט נישט די טרוקענע לאגיק פון דעם אבן-עזרא. ”דער רמב"ן מאכט זאכן אינטרעסאנט. און דער אוה"ח האט געזאגט דעם בעש"ט אז ס'װעט נישט מצליח זײן זיי זאלן זיך זיך באגעגענען װײל משיח...” ”יא יא...איך קען די מעשֶה.”

טאטי איז טעמפּרעמֶענטְל. א טאג אזױ א טאג אַזִי. אײן טאג הערט ער מיך אױס מיט אַן אומגלױבליכע טאלעראַנץ. ער קוקט אפילו אױף מײן טעלעפאן, אין ויקיפדיה, װען איך װײז אים װעגן כתב עברי אדער װעגן דער תרגום השבעים.

”אגב, פאָן פֿעקט, דער תרגום הע' האט לכאורה געהאט אַן אנדערן ארגינעלן תנ"ך פארנט פון זײ װי אונז האבן מיר הײנט.” און בד"װ, די הֶבדֵלים צװישן די תרגום און טעקסט המסורתי זענען פיהל מער װי 15!

”טאקע?” (מיט קענטיגע חשד און היסוס, פרובירענדיג צוכאפן אױב, און אױף װעלכע פאסטקע איך שפרײט דא אױס פאר אים).

”יעפּ!”

פונקט קום מאמי ארײן אין צימער. זי קוקט מיט בײז װינדער. זי מאכט צו די טיר. ס'איז צוליב די קינדער זאגט זי, זי װיל נישט זײ זאלן אונז מאכן ביטול תורה. טאטי זאגט א שאד זײ זענען נישט אינגלעך, װאלט ער כאטש געקענט לערנען מיט זײ, אזױ גוט פארשטײען זײ. די שענסטע פון זײ, באמערק איך אגב, איז די װינציגסטע אינטרעסירט אין ביכער.

יעצט טױשט מען צו בבא מציעא דף פה:. טאטי'ס חברותא דזשױנט די שיעור. ער זאגט מיר ער פירט אַן ארגאנאזאציע פאר ספעשל נידס קינדער, אױב איך װעל קומען שבת דאװענען מיט אים? איך זאג איך װיל גײן צו ניסים סאַאל. ער האט א פאָסטן לפני התיבה אין א שוהל װאס הײסט 'ישורין' אװאו ער דאװנט אױף ספעשְׁל שבתים.

מיר הױבן אָן לערנען פון װאו מען האלט פריער: ריש לקיש איז ארומגעגאנגען מגלה זײן קברים. אה, ס'טײטש ס'האט זיך נישט אָנגעפאנגען מיט'ן אריז"ל..

אקיצור, האט מען אים פון הימל נישט צוװיסן געטאהן די קבר פון ר' חײא. האט ער געפרעגט, פארװאס? איז געקומען א בת-קול, ”װײל דו האסט נישט מרביץ תורה געװען װי ר' חײא.” שפעטער פארצײלט די גמ', ר' זירא האט געזען ר' יוסי בר' חנינא אין חלום. האט ער אים געפרעגט בײ װעמען ער דרײט זיך. האט ער געענטפערט בײ ר' יוחנן בר נַפְֿחְּא (דער בר פלוגתא פון ריש לקיש). און בײ װעמען דרײט זיך ר' יוחנן? בײ ר' ינאי, און אזױ װײטער אנדערע, ביז מען קומט אָן צו ר' חײא. פרעגט אים ר' זירא, ”און ר' יוחנן בײ ר' חײא'ן, געפינט זיך נישט?” ענטפערט ר' יוסי, ”נײן, דארט װי עס פליען פונקען פײער זאל מען צולאזן א שמעלצער?” בין איך מדײק, אז מען קען אפלערנען, דאס די גמרא ברענגט דאס צו כדי צו באלאנסירן דאס װאס מען האט אױבן אװעקגעמאכט ריש לקישְן. דער חברותא שמײכלט. ער זעהט שוין מיט וועמען מען האט דא צוטוהן, ער יאגט זיך, בּײ!

איך האב אױך ליב נאכקוקן אױף ויקיפדיה אלע תנאים ואמוראים װער זײ זענען געװען, װעמענ'ס תלמידים און דאס גלײכן. איך טענה ס'העלפט פארשטײן די גמרות. טאטי'ן איז עס נישט עכט מְעַנײֶן, אבער ער דערקענט תיכף די מקורות װען איך פארצייל אים. ”יא, דאס איז א גמרא אין כתובות און דאס אין מנחות.”

ס'איז שװער נישט צוהאבן רעספעקט פאר דעם מענטש. ער האט פיהל תלמוד געלערנט אין זיין שטורמערישן לעבן און געדענקט אלעס גוט. און דאס אלעס אָן קײן שום פּאָסטְן אדער שטאנד. פּלײן א ליבשאפט צו תורה, און התמדה מתוך דחקות ויגיעה רבה.

ער איז איבערראשט אז ויקיפדיה ברענגט אלעמאל בײדע זײטן און אױך מקורות אזױ מדיוק. דאך, ער איז נישט העפפי אז ויקיפדיה זאגט דאס ר' פנחס בן יאיר איז ר' שמעון בר יוחאי'ס 'אײּדעם' דען ער געדענקט פון זוהר פארקערט.

אדער, װען איך זאג נאך פון ויקיפדיה אז רב יהודה בר יחזקאל האט מתקן געװען די שבע ברכות, קרומט ער מיט די נאז, – דאס קען נישט זײן, די שֶבַע ברכות זענען דאך נאך פון אנשי כנה"ג טענה'ט ער. ”טאטי, ויקיפדיה ברענגט מקורות אױף אלעם.” ”לײג עס אװעק!,” זאגט ער מיר עֶז מיר שפאצירְן אהײם פון מעריב אײן נאכט, ”דו פארשעמסט מיר!”

ער גלײכט נישט אז דער טעלעפאן איז שטענדיג גערעכט אדער אז כ'בין אזױ ביזי מיט פאקטן אגאנצן צײט. איך קען אים פארשטיין. היינט וואלט מען געזאגט מרבה ידע מרבה חרדה. מכאוב איז װען יענער װיל נישט פארשטײן.

שפעטער, װען איך בין אױפ'ן באס אהײם, רוף איך אים אָן מיט עקסטאַז אז כ'האב געטראפן װאו די גמ' זאגט אז רב יהודה האט די ברכות מתקן געװען. איך פרוביר איבערצושרײען די קולות אױף די באס, קװאָטענדיג די גאנצע לשון הגמרא פון ויקיטקסט, כמעט שרײענדיג. עפעס א פרעמדע אינגערמאן מעסט מיך אפ מיט ריזיגע בּאָלי אױגן. ער װײזט מיר זיך צוזעצן נעבן אים. ס'קוקט אױס ער װיל מיר כבוד אפגיבן? אױפ'ן טעלעפאן, גיבט מיך טאטי גערעכט מיט'ן ברומען 'נו נו'. ער האלט שױן נאך המפיל.

זעסטו, דאס איז זײן מעלה, ער זוכט נישט צובלײבן גערעכט. דער אינגערמאן גײט אראפ פון באס. ער געזעגנט זיך פון מיר מיט א יאַפּאַנעזער סטײל בּיק.

נאר טאטי בלײבט נישט שולדיג, מארגן בײנאכט באקום איך א טעלעפאן קאָל אז ער האט געטראפן װאו דער אריז"ל פרעגט מײן קשיא אױף תפילה, ”פארװאס מען דארף דאװענען אױב גאט װײסט אלעס װאס ס'פעהלט אונז?” ”זאגט ער, כדי צוװײזן פאר אנדערע אז נאר צו אים װענדן מיר זיך.”

"צו אנדערע," גוים?

"נײן, נײן, אפילו אידן. צוװײזן יעדעם.."

"הממ.. איך װעל דארפן טראכטן דערװעגן."

ערב שבת מאך איך אים א שײנע טעקסאָנעמי בױם פון רב ושמואל, זייערער רביס, זײערע תלמידים, און זײערע תלמידים'ס תלמידים, פאַר די נעקסטע 3 דורות. אלעס פון ויקיפדיה ארױס. איך לאז עס ליגן אױפ'ן טיש אזױ אז די אנדערע אײדעמער זאלן זעהן. זײ טראכטן אמאל פון די זאכן װען זײ לערנען?

למעשה, ער זעהט די יוזפֿוּלנעס. מען קען עס נוצן פאר גוטע און הײליגע זאכן.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
המשך פון פריער

צומארגנס לערנט מען ספר שני לוחות הברית פון ר' ישעיה הורוביץ. אבער ער האט נישט 2 של"הס. נאָוֹ פראבלעם, איך נעם דעם טעלעפאן אראפ פון טשאַרדזש. איך האב ליב צוװײזן אז איך קוק נישט אױפ'ן טעלעפאן אפט. בײ אים הערט דער פלאפון נישט אױף קלונגען. אױב האלטן מיר זיך פונקט אינמיטן העפטיג טענה'ן און ער איז אינמיטן מיך בא'שיגצ'ן, באקומט יענער נעבעך א קאלטע און נערװעזע באגריסונג. אױב האלט ער פונקט פאר א ברכה, גיבט ער יענעם די זכײה צו ענטפערן אמן. אױב איז עס אַן אנדער זוהן, לאזט ער יענעם מיטהאלטן דאס לערנען פאר די קומענדיגע האלבע שעה א-שעה. געװענטליך איז עס אײנע פון זײנע פולע חברותות, װאס רופט אים זאגן אז ער קומט אט אט שױן לערנען.

איך האב די סײטס 'ספריא', און 'על התורה', אױף מײן טעלעפאן זאג איך, איך װעל מיטהאלטן של"ה הקדוש אזױ. אזױ קען איך שפרונגען צו יעדע מראה מקום און זעהן למשל די פסוק קװאָטעד. נאַה, פלוצלונג איז ער נישט צופרידן. ער זאגט דאס איז א טריפה'נע כלי װאס האט אלע 'שמוצן' אין זיך, רַע אױסגעמישט מיט טוב. ס'קען נישט פונדעם קײן גוטנס ארױסקומען. ענדישער לאמיר לערנען אין אײן ספר.

איך אינסיסט. איך פרוביר טאטי מסביר זײן װאס איז דאס א װעבסײט, װאס איז דאס 'בראַוּזן'. ער מײנט ער אז אלעס ליגט, װי אין אַן עמער, אין די טעלעפאן. איך גיב אים לְשׂבר את האוזן, א שטײגער װי אײנער זאל זאגן אז אלע מענטשן אין די גאנצע טעלעפאָן דײרעקטאָרי ליגן שטענדיג אין די לענדלײן טעלעפאן.

דאך, הײנט װיל ער נישט הערן און זעהן גארנישט. לײג עס אװעק זאגט ער, איך װעל גײן פון שוהל ברענגען נאך א של"ה. איך לײג עס סײװי אװעק װען אימער איך הער די מאמע'ס טריט. מארגן װעט ער גײן מיט מיר לערנען אין ביסמעדרעש, אזױ טראכט ער װעל איך סײ מורא האבן דעם טעלעפאן ארױסצונעמען און סײ מען װעט זיך װײניגער טענה'ן איבער אמונה ענײנים. דער אמת איז ער האט אביסל רעכט.

זי, די מאמע, 12 יאר אינגער װי אים, איז א פשוטע. א גוטע אױכעט. בײ איר הײסט אמונה אז מען פרעגט דעם רעבין יעדע זאך. זי דינט די ערד אױף װאס ער טרעט. זי ברענגט אים נאכאנאנד טעלערס פיהל מיט עסן און גרױסע קװאָרטן טרונקען. בײ טאטי איז יעדעס טעלער א טשאנס אָנצוקומען צו מאה ברכות.

קאמאפט, קײק, פרוכטן, קוגל, ניסלעך, זיסװארג, געבעקסן, זיסע טרונקען, סעלצער, שװארצע קפה, הײסע טײ.

אצינד פרובירט זי מיר אױך טעמפּטען. איך קען הײנט נישט צופיהל עסן. פון װען איך האב באקומען מײן מחלה, פארטראָגט עס מײן גוף נישט. איך נעם ענערגיע נאר דירעקט פון צוקער און דאס קלעקט מיר כמעט אױפ'ן גאנצן טאג.

נו ווייטער, אוי וויי טאטי דרימלט שױן װידער אײן.

נו, עסן ברענגט דאך ארױף די עַשַנים. אזױ געדענק איך פון ר' שלמה גאנצפריעד. איך גיב אובאכט אים נישט אױפצוװעקן. דערװײל קוק איך מיר די טעקסט אױף פאָראױס. איך ברויך ארבעטן דאפלט - מיטהאלטן פּײס, און פרעגן קשיות.

ס'איז צײט צוגײן צו מנחה. ער הײסט נישט. מצװת מעשיות איז מיר נישט שװער צופאלגן. פארקערט, איך װיל אים װײזן אז 'נערװן' איז נישט דער פראבלעם. נאר אינדערהײם טוה איך זײ נישט װען\װײל ס'איז ביטול זמן. 'אױסנוצן די צײט אלעמאל', דאס האב איך יא געלערנט פון אים. און פארװאס טוהן אַזאך װאס אײנס איך זעה נישט די סיבה צוזײ, און צװײ - איך בין נישט קײן היפאקריט כלפי די מענטשן ארום מיר, װײל זײ זענען נישט מקפיד איך זאל זײ טוהן, טוּ די דעגרי װי מענטשן דא זענען מקפיד?!

נאר, אָנקומענדיג אין שוהל, בעהט ער פון מיר נישט צוזאגן פאר מענטשן אז איך בין זײן זוהן. זאל איך װערן יעצט באלײדיגט? ער האט קלאר זיך געטשײנדזשד מיט די נײע פרױ, נײע קרײז און לאָנג קאָװיד.

אינדרױסן אין פארצימער, װײזט ער מיר זיך צוװאשן די הענט. איך זאג איך האב מיך שױן פריער געװאשן מיט זײף װען איך בין ארױס פון טױלעט. ס'איז נישט גענוג זאגט ער. ס'דארף זײן מיט א קװאָרט, א מספר מאָל, און לשם תפילה. מ'רעדט דא פון טומאת ידײם. איך זאג איך גלײב נישט אין טומאת ידײם. דאס איז א כוהנישע אבּסעסיע. איך האף אז ער טוהט זײ יעדעס מאל טראכטענדיג אז מיט דעם גרײט ער זיך פאר די ריעל-דיעל. סטרײט ארױס פון דעם גרױסן קופערנעם כיור במהרה בימינו. בכלל, מיט לאנגע שװארצע זאקן איז מסתמא די עסק לײכטער. מען דארף נישט אױך ארױפציען די ברײטע דזשי ענד דזשי הױזן.

די שוהל איז געפאקט. פארװאס קוקט מיר אױס אז די מענטשן דא, אױפ'ן פנים, זענען מיאוסער װי געװענטליך? נישט שײן, זײ נישט קײן גַזעני, זאג איך מיך. איך שעם זיך מיט די מחשבה אבער איך פרוביר זי צו ראַשענאַליזירן. בלינד בין איך דאך נישט. אפשר איבערװאָגיק, אפשר אינבּרעד, אפשר נישט געװאַשן, אפשר סתם נישט מסודר? אפשר שפיהלט דא עפעס אַן אנדערע פאַקטאָר, װי למשל די השקפה פון דאס פלאץ, װאס איז גורם א קאָנצערטרירונג פון א געװיסע סאָרט מענטש; און אגב, די געװיסע סארט מענטש, האט געװענטליך נישט אזא שײנע אױסזעה? אנשטאט זאגן קרבנות פארטראכט איך מיר אױף די מענטשן. עניװײ, פארװאס בין איך אזױ ביזי מיט אױסזעה: שטײט דען נישט 'אל תסתכל בקנקן'? לאמיך זעהן דא װער איז אזא געזונטער קנקן? רינדעכדיג און הױל. אסאך בעלנים.

אײנער דערנענטערט זיך צומיר מיט א געפּלאַסטערטע שמײכל אױפ'ן געזיכט. דער האט דעפענעטלי שטארק-ברױנע פלעקן אױף די צײן. ער פֿיט די קנקן פראָופֿײל. איך טרײ צו עקטן מערסט-נאַטרוליך.

"מה-שמך?"

”איך רעד ײדיש.”

”אזױ?, װי-הײסטו?”

פארגעסענדיג זיך, האב איך בטעות געזאגט מײן שם משפחה. ”אױ װײ, װאס האב איך דא געטוהן,” טראכט איך.

הערענדיג װער עס איז מײן טאטע, איז זײן שמײכל א װײלע פארשװינדן אבער זיך דאן צוריקגעקערט נאך פאַלשער: ”אה װֿאַה, מיר פרײען זיך אזױ אײך צוזעהן.. דײן שמײכל איז גאר שײן, קוק װי דײן פנים שײנט..! מיר האבן א זכיה..”

מײנע אױגן האבן נאך געקוקט אױף אים אבער מײנע אױערן האבן מער נישט געהערט. איך האב אצינד געשפירט גאר גילטי און פרובירט זײן צו אים עז נײַס עֶז פּאָסיבּעל. אבער איך קען נישט אפשטעלן מײנע מחשבות געלױף: ”סאױ אױב װאלט איך געװען א חלק פון די קהילה דא, און עפעס װאלט נישט געװען אזױ אײ אײ אײ מיט מײן שלום-בית (זיכער װאלט עפעס נישט געװען אײ אײ אײ מיט מײן שלום בית), װאלט ער מסתמא געװען דער ערשטער ארומצופּעדלען די לשון-הרעס..?, זעה איך שױן.” טוּ העלל מיט די חפץ חײם; אזעלכע מענטשן, טראכט איך, זענען דאך די קלעבּ פון סאָסײעטי.

א אינגערמאן שפאנט אהין און צוריק, מדרום לצפון, אין די ברייט פון די שוהל, צײלענדיג 3 אמעריקאנע הונדערטערס אין זײנע הענט איבער און איבער. ער װיל יעדער זאל אים זעהן. ער פרובירט אפי' נישט אָנשטעלן אז װאס ער טוהט איז אינסטינקטיװ. עס װאלט שױן גיכער געװען װען ער טױשט זײ אײן פאר צװאנציגערס.

אַן אנדערער טוהט מיט איין האַנט שאקלען שטארק אין קעשענע אזױ אז די טשײנדזש זאלן א הױכן קול מאכן. מען האלט נאך יעצט בײם זאגן קרבנות, און ער גרייט זיך ארום גיין שנאָרען יעצט צום 40ציגסטן מאל הײנט. דאס איז אזא װעג אײך צומאכן אָנגרײטן די טשײנדזש פאר אים. ער האט נישט ליב זיך צולאזן װארטן.

עמיצער, א מיטל-יעריגער, גײט ארום צװישן די טישן אױסטײלן קלײנע גיוס-בנים, תפילות קארטלעך. נאך עלינו זאגן עס אלע הױעך בײנאַזאַם מיט גרױס כװנה. אזױ האט זיך אויך אָנגעפאנגען מיט די ברכת המינים, און אפשר מיט גאנץ תשע"ע? איך באטראכט דעם אױסטײלער דורכאױס דאס דאװענען. ער דאװנט דאס װײניגסטע, אנשטאט איז ער פארנומען קוקן אױף אלעמען. אט קוקט ער אויף מיר. איך באטראכט דעם צעטל מיט אינטערעסע. איך זאג נישט מיט; איך פֿאָפּ נישט קיינעם. פון אונטן צום סוף איז דא א נומער אָנצורופן אױב האַנקערט מען זיך אָן אין פראבלעמען מיט דער לשכת הגיוס.

דער דאװענען נעמט אײדזשעס. מען דארף גיבן צײט אלע שנארערס צופארענדיגן זײערע רונדעס. אַן עלטערער געלט-גײער, איך זע אים יעדן טאג. ער שפיהלט אַן אנדערן טריק. ער האט ליב צוװארפן די טשײנדזש הױך אין די האנט אזױ עס זאל א הױכן קול מאכן. געשעהט אז די פיסל פון א טיש איז אביסל ארױס פון פלאץ, שטאָלפערט ער זיך אָן דערין און די מטבעות צעפליען זיך אין אלע ריכטונגען. אלע העלפן אים צוזאמקלײבן די געלט, ספעציעל די אנדערע שנאָרערס.

בײנאכט זענען אונז צוריק אין שטוב. מען עסט טשיקן פאר נאכטמאל. איך זאג איך עס טשיקן נאר שבת. איך זאג נישט אז דאס האב איך געהערט פון רב קוק, הגם ער האט אײגענטליך געגעסן בשר בהמה אויכעט, װאס איך עס נישט. איך דארף יעדע מאל מסביר זײן פונדאסנײ, אז ס'איז די ענװיראנמענט, אַנישט קום איך פאר סאַנקטעמאָניעס.

טאטי װאשט זיך צום עסן. איך נעם דערװײל ארױס א 'ויואל משה' פון שאפע און פארקוק מיך אין די הקדמה. כ'האב שױן פארגעסן װי סאטמאר רב ז"ל קען רעדן פון א פסוק אין תנ"ך, א שטיקל רמב"ם און א חסידישע רעבע'ס א װארט אין דעם זעלבן פאראגראף, און זײ טריטן אלע מיט די זעלבע חשיבות. די ספר פארמאגט הײַלײַטס איבעראל. טאטי פלעגט נישט אמאל אָנשרײבן ספרים. הײנט האט טאטי האט דיסקאָװערט די הײלײטער פענע. די מערסטע אָנגעקאָלערט איז די היכל-הברכה פון ר' אײזיקל קאַמאַרנער. טאטי קוקט אױס צוגלײכן זײן אַנטי-עסטעבלישמענט עפּראָוּטש. ר' צדוק הכוהן באקומט אױכעט א שײר.

אצינד שפיר איך שױן גענוג הונגעריג, איך קען שױן מיטעסן. איך צינד אָן ניסים סאאל אױפ'ן סמארטפאון, טאטי לאזט הערן יוסלה'ס ניגונים אדער רענדישענס. נאר ער האלט אין אײן איבערהאקן מיט'ן מאכן הױך ברכות, פונקט בײ די בעסטע שטיקלעך, װי צוװײזן גאט אז ער פארגעסט נישט פון אים אפי' אינמיטן די גרעסטע פּלעזשורס. קוסוביצקי זאגט ער, מאכט זיך שױן אביסעלע נאריש און א בארד װי יוסלה האט ער דאך נישט געטראגן. פון נעסוּן דאָרמאַ פון פּוּטשיני איז אפגערעדט. חס וחלילה עס אָנצוצינדן. ער פארשטײט גארנישט װי-אזױ סאאל קען זײ נאכזינגען, די גױיִם?

נאך נאכטמאל לערנט מען מחבר און משנה ברורה פון ר' ישראל מאיר קאַגאַן דער בעל חפץ חײם על לשה"ר. מען לערנט או"ח ס' קעז, הלכות פון 'דברים הבאים, ושלא באים מחמת הסעודה', צו מען מאכט א עקסטערע ברכה אױף זײ? איך קום זיך מיט'ן משנ"בּ נישט אױס: דער מחבר איז דאך אזױ שײן, קורץ און שארף, פארװאס מוז ער ר' יוסף קאַרוֹ'ן אזױ קאמפליצירן? און װאס איז דאס מיט די 'ונכון אדער וטוב להחמירס' אלעמאל.

איך פארשטײ נישט: דער משנ"ב גײט אדורך דעם גאנצן העדאײק פון מאכן כל מיני חילוקים און ערפונדן נײע היכי תמצאס, און דאס איז שױן פאר מען קומט אָן צו דעם באר היטב, און צום סוף האט ער ניטאמאל קײן רוקן צו פסק'ען לפיהם, פארװאס מיך נעמען אױפ'ן רײד לכתחילה?

ס'װערט פון דעם אזא טענהרײ אז די װענט ציטערן. איך שרײ דער משנ"ב, אין סעיף קטן (יט), לערנט פאלש אפ דעם מחבר און טאטי איז דא אים צו דעפֿענדן אױף אלע קאָסטן. אלע אָנגעגעסענקײטן מײנע, פון די ישיבה-יארן, אױף דעם בעל המשנ"ב קומט יעצט צום ערשטן מאל ארױס. איך ווייס שוין נישט אויף וואס איך בין מער ברוגז, אויף דער 'חפץ חיים' אדער דער 'משנה ברורה'.. טאטי פרובירט צו בארוהיגן די געמיטער מיט'ן ציטירן פון 'רַב'. נאך א מזל מיר זענען חסידים. עס העלפט נישט, זאג איך, מען רעדט דא פון משנ"ב. מיך אינטרעסירט נישט װי-אזױ מ'פסק'נט למעשה. דא איז די שאלה: איז ער אינטעלעקטשואַלי האָנעסט, מיט זײן אינטערפעטײשאָן אין דער מחבר, אדער נישט? און די קולות װערן נאר העכער.

מאמי קומט צולױפן. זי איז דערשראקן, זי ציטערט באלד װעט דא גײן קלעפ, און באפעלט זאפארט זיך אױפצוהערן טענה'ן. זי רופט אָן אלע קינדער, פון נאנט און פון װײט, זײ פארצײלן מיט שרעק װאס דא טוהט זיך. זי זאגט זי האט נאר ליב װען מען לערנט שטיל און רוהיג. איך זאג אז בית שמאי און בית הלל האבן זיך אױך אזױ ארומגעקריגט. טאטי שטימט צו. עניװײ, איך זאג אז איך גלײך מער דעם 'ערוך השולחן'. ר' יוסף דוב סאלאװײטשיק האט אױך אים מער געגליכן. דער אנדערער געדענק איך נישט. איך געדענק יא אבער איך װיל נישט זאגן אז דער אנדערער איז ר' משה. הגם טאטי האלט ר' משה'ן אויך חשוב.

נאך נאכטמאל נעמט מיך טאטי צו די באבע, די רעבעצין. אױפ'ן װעג אהין דערמאנט ער מיר נאכאמאל אז פאר אנדערע מענטשן װעם ס'קען זײן אז איך װעל אָנטרעפן דארטן, דארף איך נישט פארצײלן דאס איך בין זײן זוהן. איך קען מיך נישט אײנהאלטן צוטראכטן, עפעס הערט זיך פאָני אין דײ סטײטמענט יעדע מאל: פון װאנעט איז ער אזױ זיכער אז מיר איז יא אלעמאל גדולה צוװערן פאררעכנט זײן זוהן? די באבע איז זײער א הארציגע. זי זיצט אין איר קלײן קעכל און גיבט מיך א לאנגע דרשה װעגן די פאניטײל. זי װיל איך זאל דא איבערשלאפן און מארגן צופרי װעט מען מיך נעמען מאכן א חאַלאקע. זי קען גארנישט פארשטײן װאסערע נוצן איך האב דערפון. איך קען אימעדזשענען ווער ס'האט גערעדט צו איר תוך כדי װאס איך װינדער מיך װי אנדערש זי איז געװען פון איר פארשטארבענעם מאן. זי זאגט איך זאל רופן טאטי'ן פון די דײנינג רום. א לעכעריגע פירהאַנג הענגט צווישן טיר פון דײנינג רום און די האלוויי.

װי נאר טאטי קומט ארױס, צו מײן רוף, הער איך א קול. עס רופט מיך עמיצער פון אינעװענדיג אז איך זאל אריינקומען. ער האט באמערקט מײנע אױגעלעך קוקן ארײן פון די לעכער. איך קום ארײן. א איד, -- ער קוקט אױס אין די פופציגערס, מיט א בּלאַסע צורה, אײנגעגראבענע אױגן און א שװארץ-זילבערנע װאכן קאפטן -- נעמט מיך אױף מיט א ברײטע שמײכל. ער איז דער שיעור-גיבער דא, פארשטיי איך. מען װערט נישט א שיעור-גיבער אין קבלה פון עסן און שלאפן צו דער זעט.

”װער ביסטו?” איך העזיטײט צוענטפערן. איך געדענק דעם התראה. איך זאג אים נאר מײן ערשטע נאמען.

”דו ביסט חיה'ס?”, רופט ער מיך בײם מאמען'ס נאמען. אינטרעסאנט דיי קבליסטישע מאַניערן טראכט איך.

”קום, לײג אראפ דײן רוק-זאַק און זעץ זיך אראפ.”

איך לײג אראפ מײן רוקן-זאַק און איך זעץ מיך נישט װײט פון אים.

זײ לערנען ספר 'שמן ששון'. כ'האב קײנמאל נישט געהערט דערפון אבער איך הער ר' חײם װיטאַל'ס נאמען דערמאנט אסאך. איך װינדער מיך אױב ער איז די זוהן פון דעם זײדן. טאטי איז אינצװישן צוריק ארײן. די שאַק פון מיך זעהן זיצן דארטן איז קענטיג אױף זײן געזיכט. אבער דער שיעור-זאגער בארוהיגט אים. טאטי זעצט זיך נעקסט צו מיר.

עס זענען דא נאך שמן ששוןס בײם עק טיש אבער מיך גיבט ער נישט אײנס. פילײכט בין איך נישט הײליג גענוג. ”נישט געזארגט, ס'גײט ארײן אין אים,” זאגט ער פאר טאטי'ן. 'װאס איז ערגער װינדער', איך מיר, קבלה פאר די פערציג אדער חקירה פאר די פערציג?

אין מײנע געדאנקען שטעל איך מיך אפ א רגע, ארײנאטעמען דעם מאמענט. דאס איז א װיכטיגע פּוינט אין מיין לעבן, טראכט איך צומיר. מען זיצט דא אין דעם גרױסן זײדן זצ"ל'ס צימער, א קבוצה פון קבלה-אידן, פון די סאמע גרעסטע אין מאה שערים. מסתמא זענען זײ צװײ מאל געװען אין מקװה היינט, לאנג-דויערענדע שמונה עשרהס, און אױף מירון גײען זײ עטליכע מאל א חודש. דארטן טאנצן זיי גענוי ווי מיכאל ע"ה זינגט אין 'דער טאטע הערט'. אפשר קען איך דינען דער מאדנער גאַסט מיט װעמען ר' אלעזר דער שמש איז געטאנצן..?

איך צײל 6 אירע מיט טאטי, חוץ מיך.

די צימער איז קלײנטשיק. די װענט אלט און אפגעחוֹמלט. די בענקלעך אפגעריבענע. די שװארצע טײפּ פון די אלטע אײנגעבינדענע ספרים ברעקלען שױן. דאס ערשטע מאל װאס איך זעה תוך הבית כברם. זײ לעבן װי זײ פּריטשן.

דאס זענען יקירי וּותיקי ירושלים. דיע װעמענ'ס ר' שמעון'ס פארבארגענסטע סודות זענען פאר זײ גלוי וחשוף. די ספרים שאפעס פון דער ערד ביז'ן דאך זענען אנגעפיהלט מיט נגלה װי נסתר אײניג. אין יעדע לײדיג ארט איז ארײנגעשטופט א ספר. ליגענדיג, שטײענדיג, שׁיפֿלעך - פאר דיע װאס זענען צו הױעך פאר די שעלװ. מיט נגלה בין איך משער זענען זײ שױן זעכער מלא כרסם.

איך קאנצערטריר מיך אױפ'ן שיעור-זאגער. ער רעדט פון שמות, פון פרצופים, פון שבת, פון יום-טוב, מען רעכנט ארױף, מען רעכנט אראפ. איך הער כסדר 'עֶקעֶ' זיך איבערחזר'ן. װאס איז דאס א מין װארט? איז דאס קצװת? איז דאס דער שם 'אהיה'? איז דאס סתם א ראשי תיבות? מען טענה'ט זיך. דער שרײט א װאו, דער שרײט א יוד. דער זאגט רחמים, דער זאגט דין. ראש השנה איז אזא מדריגה, שבועות אַן אנדערע. שבת נאך העכער. ממילא סױרקױמװענטן די תפילות, זײ טועהן אױסקרױזְן, אלע הימלען אינצװישן, און גײען גראָד ארױף צו יצירה. די לעצטע זאגט דער שיעור-זאגער זייער פּאַמעליך, שפאנענד און שטיל. סימינגְלי צומאכן זיכער אז איך הער נישט. ווי ער זאל זײ מגלה זיין א סוד. יעדער בויגט זיך צו. אלע קענען זיך נישט גענוג אָפווינדערן.

שפעטער אביסל הער איך זײ דערמאנען ר' שלמה מולכו. איך שישקע טאטי'ן אין אױער אז ער איז א פאלשער משיח געװען. ווי קומט דאס מען זאל אים דערמאנען דא? טאטי איז שױן צוגעװױנט צו מײן פּענטשענט פאר קאנטראָװעסי. ער גיבט א מאך אוועק מיט די הענט. "ששש.. ווידער שטותים פון ויקיפדיה?"

ניין, ניין, דאס האב איך געלייענט אין די מעלות אלס קינד.

מײנע אױגן זענען הוּקד אױף דער שיעור-זאגער. טאטי האקט ארײן מיט א הערה. ס'איז ניכר אז ער האט אין די לעצטע 10 יאר מצליח געװען אױפצוכאפן גאנץ אסאך. פארדעם געדענק איך נישט ער זאל אינטרעסירט זײן אין קבלה. אין הלכה ע"פ קבלה, ע"פ אר"י, יא אבער נישט דער עצם לימוד. דאך, פון צײט צו צײט גיט אים דער שיעור-זאגער א שלעפ בײ די פּאָלעס װי אים צוזאגן, 'פאמעליך, לױף נישט אזױ שנעל'. הפנים, ער איז אױכעט אַװערס צו אימפולסיװיטי. ס'איז הײס אין דער צימער. טאטי כאפט אָן דעם העמד מיט בײדע הענט און שאקלט מיט אַן אימפעט זיך צומאכן אביסל לופט אױפ'ן טשעסט. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל איך זע טאטי עס טוהן. טאטי איז שטענדיג געװען א קאַלטער מענטש. דוד המלך'ס גבאים'ס טריק?

דא שטעלט זיך דער שיעור-זאגער אפ א מינוט און װענדעט זיך צו עמיצער, דוכט זיך מיט'ן נאמען עמרם, מיט א שאלה אין דער שמן ששון. עמרם זיצט בײם עק טיש, פון מײן רעכטע זײט. דער שיעור-זאגער װענדעט זיך צו יענעם אין עברית פאר הילף. עמרם, פארנט פון אים א הױפן ספרים, קען רעדן נאר עברית. בכלל לערנט ער פארזיך, אױף זײן אײגענעם סדר, נאר ער האלט אױך א האנט בײם עמוד אװאו דער שיעור איז יעצט. נישט צופארלירן ס'פלאץ. דאך, פארשטײן פארשטײט ער אויך ײדיש.

עמרם איז מעײן. ס'װערט שטיל א מינוט. דער שיעור-זאגער פארטראכט זיך. מיט'ן רעכטן האנט הױבט ער אינסטינקטיװלי אױף זײן פלאפון װעלכע ליגט מיט'ן פנים צום טיש. דאס האט ער איבערגעדרײט כדי ס'זאל אים נישט מבלבל זײן. ער טשעקט נאָר אױב ער האט נישט קײן מיסד קאָלל. ער װעט נאך טשעקן נאך פינף מאל אין די נעקסטע 10 מינוט ביז מען ענדיגט דעם שיעור. איך האב געדענקט צולײגן מײן סמארטפאון אױף סײלענט. נאך א מזל. װאס פונקטליך זאל איך נאכקוקן דא? קדמות ספר הזוהר?

נעקסט לערנט מען ר' משה קורדיבירו. פונקט האלט מען בײ דף קמ"ג. װי-אזױ װײס איך, װײל ס'ליגט א סטיקי פײדזש מארקער בײ יענעם דף. דאך, איז דער שיעור-זאגער מצליח אײנצורעדן דעם עולם אז מ'האלט נאך בײ דף קמ"ב. דארטן רעדט מען פון עמיצער װעלכער האט נאכנישט חתונה געהאט. אױף װעם ר' משה זאגט אז די שכינה געפינט זיך נישט מיט אים. נאכ'ן שיעור װינטשט ער מיר איך זאל טרעפן א שידוך. איך בין נאר מדײק אז ר' משה רעדט פון עמיצער װאס האט נאך 'אינגאנצן' נישט חתונה געהאט. און בכלל, איז ער ספעציעל צוריק א דף צוליב מיר. ער זאגט טאַטי'ן אז איך פארשטײ אַן עסק און בעהט מיך איך זאל קומען יעדן אװענט. איך װיל, אבער נאכאמאל הערן פון די אַלמָנה װעגן דער פאניטײל איז מיר נישט צום הארצן.

לגמר, זאגט מען אָפּ א ספעציעלע תפילה מיוחד נאכ'ן לערנען ספרי קבלה. ס'איז א סגולה לפרנסה. אױך אין אראמיש. געפּרינטעד אױף אזא לעמענײטעד כמו בענטשערל. שמוציג און אפגעװעטְשְט, איז עס אױך װי א בּענטשערְל.

אױפ'ן װעג ארױס פרעג איך טאטי'ן אױב ער איז דעם צדיק'ס זוהן? טאטי זאגט אז ער איז אַן אײדעם. דער זוהן, זאגט ער, גיבט זיך בעיקר אפ מיט'ן דרוקן דעם זײדן'ס ספרים. כ'זעה שױן, דער זוהן פירט אָן מיט די פֿעמילי ביזנעס. איך פארשטײ שױן װאס מען זאגט אז אײדעמער קען מען זיך קלײבן.

אגב זאגט ער מיר, דער איד װאס איז געזיצן קעגן דיר, ער איז מײן חברותא אין כולל, האט אסאך מיטגעהאלטן װי דו קאָלסט מיר אױפ'ן טעלעפאן און מיר לערנען. איך װיל צולײגן, ”און אױך װי מיר טענה'ן זיך”. און אין קאפ װינדער איך מיר אױב די אידן דארטן װאלטן בכלל אינטערטײנד דער טעאריע נאר אלס הוא אמינא - צו ר' שמעון האט טאקע געשריבן דעם זוהר? אפילו סתם אלס 'נארישקײט' װאס טאטי'ס אָפגעפאָרענע זוהן האט בדרך אגב דערמאנט און ער גלױבט אװדאי נישט דערינען. ער װיל נאר הערן װאס זײנע חבירים, װתיקים האבן צוזאגן איבער דעם נושא?

איך קען מיך פארשטעלן אזא שמועס: קץ דוחק'ס טאטע: מײן זוהן זאגט אז ר' שמעון האט נישט געשריבן דער זוהר?

שיעור זאגער: ערעבּ איד, איר רעדט פון היץ? װאס מײנט איר טוען מיר דא?

קץ דוחק'ס טאטע: נע סתם, ס'נישט מְשַנֶה. מען קען עס װײטער לערנען אלס אינטרעסאנטע עקסערסײז..

שיעור זאגער: איך מײן איר זאלט אײך גײן אביסל אפרועהן אדער אױסלופטערן. די מסגן ארבעט נישט אזױ גוט דא. די בני-בית װעט שױן שפעטער רעדן מיט די שװעגערין. זי װײסט פון זײער א גוטע טבעונישע דאקטערקע אין צפת..

אױפ'ן װעג אהײם צו בית-שמש טראכט איך איבער דעם ארגומענט װאס מיר האבן געהאט װעגן דער משנ"ב. איך װײס פארװאס ער האט מיר אזױ אױפגערעגט. װײל ער איז דער הױפט ריזְן פארװאס איך בין אנטמוטיגט געװארן פון לערנען הלכה אלס בחור. ער, דער מגן אברהם, און צו אַן עקסטענט אױך דער רמ"א. איך פארשטײ אז אײנער װיל קאמפליקײטן אבער מאך עס מיט אַן אלטערנאטיװ. נישט נאָר אין די פארעם פון א קאַממענטרי. אזױ האבן אלע װאס האבן געװאלט אָנגענומען װערן געטוהן. אזױ האט דער רי"ף געטוהן, דער רמב"ם, פאר דער רא"ש האט עס זײן זוהן דער טור געטוהן, און אזױ האט אױך דער מחבר געטוהן. און דאס איז מסתמא פארװאס דער בעל ערוך השולחן האט שיער נישט איבערגענומען דעם משנ"ב אין עולם הפסיקה, װען נישט די ליטװישע קהילות אין אר"י, אַרגיוּבּלי צו פארדאנקען דער חזון איש און אזעלכע פאפולערע ספרים װי פִּסקֵי תשובות און נאך.

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:
המשך פון פריער

דעם קומענדיגן טאג קום איך צו דער כולל פון מוסדות אנשי מעמד ביים ווינקל פון רח' זוננפלד. דארט איז דא אסאך קבלה ספרים. הײנט אבער לערנט מען די לאנגע שפתי כהןס אױף סימן צח אין הלכות תערובות װעגן 'איסור שנתערב בהיתר'. טאטי איז שטארק אין הלכה. מען לערנט די חילוק פון רש"י און ר"ת צװישן מין במינו און מין בשאינו מינו. װאס איז דער חילוק צװישן די צװײ - 'טעם כעיקר' צו 'שָװא בשמא'? טאטי איז אין זײנע פליגלען. פארװאס מעג מען טראָסטן א גױ מסיח לפי תומו פרעגט דער ש"ך? נאך א לאנגע דיון איז ער מחדש, 'װײל דער גױ װײסט אז מען קען פרעגן א קפילא'. אבער אײן מינוט, "אױב איז ער מסל"ת, טראכט ער דאך נישט פון א קפילא?!," "מען פרעגט אים דאך סתם, צו ער האט הנאה געהאט פון די סעודה?"

"הממ. גוט געפרעגט."

נאך א שעה צװײ לערנען, איך געדענק נישט גענוי ווילאנג ווייל כ'האב עס ענדזשויט, זאגט טאטי אז ער איז סופרײזד װיפיל איך פארשטײ, גיװען אז חוץ אין גמרא נדרים, האב איך קײנמאל דעם סוגיא ביז הײנט נישט געלערנט. צו דיר ליבע לייענער זאג איך, מיין קאפ האט זיך גוט געדרייעט און װײ געטאָהן בײ דער פױנט. איך מוז אים עס גיבן: דער ש"ך איז דערווייל דער שאַרפסטער און געדריידטסטער פון אלע וועמען איך האב מיט אים געלערנט. הגם איך האב שוין געזען שווערערס: שו"ת משכנות יעקב פון ר' יעקב ברוכין שיק קומט מיר פונקט אויפ'ן געדאנק. איך קען פונדעם קײן אײן װארנט נישט פארשטײן. עניװײ.

די קומענדיגע מאל װאס איך קום צו אים, האט ער אַן אנדער סופרײז פאר מיך אין סטאָק. דאסמאל לערנט מען טור או"ח ס' שכ"ב װעגן 'מחלק מנות לבני ביתו בשבת', צו מען מעג מטיל גורל זײן (פיס), און דער לאנגער בית יוסף דערױף. ובתוך דבריו דערמאנט ער װאס רב יהודה אמר רב האט געזאגט אז מען מעג פארבארגן צו די בני בית און קינדער אױף ריבית כדי זײ אױסצולערנען דער נישט גוטער פיהלינג פון דעם לװה (הגם מ'פסקנט נישט װי רַב, איז אבער דא א חילוק צװישן קוביא און ריבית). איך בין מציע ע"ד צחות אז אפשר דערפאר מעג מען חנוכה שפילן מיט קאָרטן, װידער כדי אױסצולערנען די קינדער, װאס איז דאס זײ זאלן זיך היטן פון..? ער שמײכלט. איך געדענק אים זאגן אז זײן טאטע פלעגט שפיהלן מיט זײ קאַרטלעך אום חנוכה. מסתמא מײנט ער 'קװיטלעך'.

נאר אָנבאַלאנגט דער סוגיא, איך האלט אז דער בית-יוסף - אין זײן פארזוך צוריקצוגיבן ִדעם רא"ש און דעם רי"ף דעם כבוד װאס ס'קומט זיך זײ, און שטעלן דעם ר"ן און 'רב המגיד' אין פלאץ - מאכט ער ִנידלעסלי, א שטורעם אין א טִי קאָפּ, װען ער רוקט ארײן אזא 'לשיטתיה' ארגומענט. אה, דער 'לשיטתיה' צו די רעסקיוּ. און אױף דעם ארױף מאכט ער אזא קאמפליצירטע דרײדל אז שױן לאנג נישט װאס כ'האב געזען אזא גג על גג ב"י: "אלא שהשיב לו לפי מה שעלה על דעתו שהמתרץ היה סובר.."

און די סיבה פ"װ עס איז א אומנײטיקע שטורעם, אױב עס אינטרעסירט אײך נאכצוקוקן דער ענײן, איז װײל דער מגיד משנה רעדט לױט'ן מסקנת הגמ' אז מען זאגט אז 'חסורי מיחסרא' אין די משנה, אװאו דער גמ' נעמט קלאָר אָן אז בײ בני-ביתו מעג ער אפ' מנה גדולה כנגד מנה קטנה לױט יעדעם אײנעם, און דער ב"י'ס תורה שטימט דאך נאר לפי די הו"א פון די גמרא!?

עס איז דאָך אסאך מער סטרײט פאָרװֿערד צוזאגן אז די משנה קומט אױס װי רב - נאר די סיבה פארװאס דער טור (און לױט'ן ב"י דער רא"ש און דער רי"ף אױך) פסקנ'ט אז בײ ב"ב מעג מען אױך נאָר כשהמנות שװים, איז װײל מ'נעמט נישט אָן להלכה װי רב (אזױ װי דער ב"י זאגט טאקע אין די דריטע 'יש לומר' װאס איז נישט מער ווי בערך 1 שורה לאנג) - ענדישער װי צוזאגן אז די גאנצע 'חסורי מיחסרא' איז נאר װײל דער מַקְשּׁן האט נישט פארשטאנען װאס דער תַּרְצְּן ענטפערט אים און אין טױרן, אנשטאט אים פארריכטן זײן טעות, װי יעדער נארמאלער מענטש װאלט געטוהן, האט דער תַּרצְן מחליט געװען װײטער שפילן די גײם.. בכל אופן, די תלמוד איז פיהל מיט די סארט תירוצים, אזױ איז דער דרך העולם: יעדע דור מפרשים מוזן דאך האבן װאס צוצולײגן אױף די פריערדיגע וממילא אזױ װערן זאכן װאס אמאל מער קאמפליצירט.

יענע בײנאכט נעמט מיך אײנער פון מאמי'ס אײדעמער צום כותל. אפילו טאטי איז שױן געװען דארטן. נאר טאקע אײנמאל. דאס האט ער געטוהן מסתמא די מאמע צופרידנצושטעלן. די באבע, די אױבן דערמאנטע רעבעצין, איז דאך א באװיסטע קברים זיצערקע. בײ רחל אמנו פלעגט זי זיצן טאג און נאכט. איך טראכט, מיט אזױפיהל הײליגע קברים פון מענער סײנטס, און גאר װײניג פרױען סײנטס, צוגײן באזוכן, איז דען א װינדער אז פונקט רחל אמנו זאל מען אזױ פארגעטערן? געװיס א סארט אידישע פעמיניזם. אז מען האט שױן אײן פרױען-סײנט, גײט מען ניסלעך פאר זי.

אונז גײען דורך שער שכם. איך בין שטארק אינטרעסירט אין אונזערע "שװעסטער-קינדער". זײערע לעבנס-באדינגונגען און אזױ װײטער. ער איז אױך אָפּ פאר אַן אַװאַנטוּרע אמאל אמאל. ער שטעלט זיך אפ בײ א רענדאם געסל און פרעגט צו איך װיל זיך אהין פארבלאנזשען? איך זאג יא נאר צוהערן אז ער מאכט בלױז א װיץ. אזא שטארקע חשק צוװערן א מארטירער האט ער נישט. דאך, איך באװינדער זײן איקװֿאַלי נײגעריגע באציהונג צוזײ. אנדערש װי מײן אנדערע ברודער טראכט ער נישט אז מען דארף װען װארפן אַן אַטאָם אױף זײ נאר מען טוהט דאס נישט, נאר װײל װאס װעלן אנדערע לענדער זאגן?!

ער נעמט מיך צו 'הכותל הקטן'. װער װױנט דארטן אױבן בײ די פענצטער פרעג איך? די אראבער זאגט ער. יא, יא אבער איך מײן צופרעגן, ספעציעל חושיבע אראבער? די דירות גײען אריבער מיט מעמדות, װי בײ אונז, זיצן פאר ימים נוראים? ער זאגט מיר ברױכן שטיל זײן. זײ גלײכן נישט װען מען קומט זײ צושטערן די נאכט. אַ פעסטע הױך געבױטע אראבער קומט ארױס פון אײנע פון די הײזער און שלעפט א גרױסע זעקל מיסט אױף די פלײצעס. ער װארפט זי ארײן אין א מיסט-קאַנע. מיר דוכט זיך אז ער האט איר ארײנגעװארפן אין די קאַנע מיט א באזונדער-שטארקע קנאַק. אזא מתוך כעס. פילײכט איז ער ברוגז אז מען קומט אים צושטערן די אװענט.

מיר זענען ממשיך צום גרױסן כותל. דארטן טוהט זיך א בינען שטאק. עפעס בױעט די ארבעטער דארטן, עס גײען הױכע גערױשן פון די דרילערס און זעגן װי כאילו עס איז יעצט אינמיטן העלן טאג. עמיצער טראכט בכלל פון די אראבישע שכינים װעלכע װילן שלאפן?

איך דארף א מינוט נוצן די טױלעטס. עטליכע קלײנע קינדער ליגן אױף דר'ערד און קוקן ארײן אין די טױלעטס דורך די געֶפּ פון אונטן. װארשײנליך איז זײער טאטע אינעװײניג.

זענען די טױלעטס רײנער װי בײ אונז אין פובליק פלעצער אין לאנדאן, בין איך מחליט צו טשעקן? יא, געװיס װײל ס'איז א הײליג ארט. די טױלעטס בײ די רעסטאראנטן אדער רעסטעריעס זענען אבער יא די זעלבע שמוציג װי אין לאנדאן. געמל'טע איברים שטעלט זיך ארױס, פּישן נישט אנדערש.

מײן שטיף-שװאגער פארצײלט מיר װעגן די חפירות נעבן כותל. בכלל רעדט ער אסאך. אבער ער איז אױך גאנץ אפן צוהערן. איך פארצײל אים װעגן די לעק פון געפינסן אדות מלכי דוד און שלמה. ער שװערט זיך כמעט אז די אונטערשטע שטײנער פון כותל זענען פון דוד װײל די תלמוד זאגט ערגעץ אז דערפאר האבן די רומאים נישט מצליח געװען זי אײנצוװארפן. און ווען דוד וואלט די ביהמ"ק געבויעט וואלט זי אויכעט נישט חרוב געווארן. ער װערט זײער דעפֿענסיװ װען איך צװײפל דערין, און זאג, אז מיר װײסן ס'איז פון הורדוס און אפילו אביסל שפעטער. איך בין מחליט שטיל צובלײבן און שפעטער אטאקירן פון א אנדערעם פראָנט.

ער האט מיטגעברענגט א זעקל מיט בלױז זיסע טרונקען כמנהג ארץ ישראלי. איך טוה אים א טובה און נעם א ענערדזשי דרינק. ס'איז עפעס װאס אין געװענטליכע אומשטענדן ריר איך נישט צו דערצו. ער טרעפט אָן זײן קוזין, אביסל א צוריקגעבליבענער מענטעלי, און אָפפערט אים דאס גאנצע זעקל. יענער פרײט זיך און קוקט צוריק כסדר צו מען רעדט נאך פון אים. מסתמא הײסט דאס נישט ולפני עוור רעכן איך.

ער דערנענטערט זיך צום װאנט, שפאַרט זיך אָן, און זאגט א תפילה. ער הײסט מיר טוהן דאס זעלביגע; ער איז נישט מײן טאטע סָא מוז איך אים נישט פאלגן. איך שפור נישט גארנישט עקסטער בײ דעם פלאץ און איך בין נישטא קײנעם צו פאָפּן. אינטרעסאנט, מערק איך אױף, אז בײ רוב נעשאָנעל טרעזשורס זענען די פלעצער װעלכע מען באזוכט אינטרעסאנט פארזיך אלײנס. למשל א אלטע קלױסטער, א פֿרעסקאָ, דער קאָלעסִיוּם. ס'איז דא אױף װאס צוקוקן, אבער דא איז סתם א װאנט. ס'איז נאר די אנגעבליכע קדושה װאס מאכט דעם פלאץ פאר אַן אַטראַקציע. ס'איז פארהאן אױף די װעלט אָהן א שיעור סטרוקטורן און חורבות װעלכע זענען מער פון 2 טױזנט יאר אלט מיט ס'רוב פון זײ האבענדיג אדורך צענדליגע רענאָװאציעס.

מיר זעצן זיך פון הינטערװײלעכץ און שמועסן נאך װעגן ארכעלאגיע. איך בין אים מסביר װעגן קאַרבאָן דײטינג און פארצײל אים װעגן די חשמונאישע מטבעות, אהנע צורות אױף זײ. מיר רעדן װעגן די הויכע גערודער אױפ'ן ארט, פון דארטן גײט די שמועס װעגן דער קול און װעגן די כװאליעס אין די לופט װאס מאכט דער אױער זאל אױפכאפן די קול. ער פרעגט מיר אױב סעלפאָנס זענען גורם קענסער און איך פארצײל אים װעגן די װֿײװ ספעקטרום און זײערע פארשידענע אפליקאציעס. @בּלענדער'ס הסבר דא קומט ארײן זײער יוזפֿוּל.


אױף די ערשטע שבת איז געבליבן אז איך פאר קײן ירושלים. פאר אײן נאכט, זאגט מאמי, איז זי מסכים אז איך שלאף איבער. אױב װעל איך שנײדן די פאניטײל, זאגט זי מיר שפעטער, בין איך װעלקאָם פאר נאך נעכט. מײן ברודער בעהט מיר, לכבוד שבת און לכבוד זײן מאמע, אנצוטוהן א װײסן העמד און פארמאכטע שיך. נישט סאַנדאַלְן. באמת האט ער געװאלט שװארצע הױזן אױכעט נאר אױפדעם איז קײן צײט נישט געבליבן, װעט ברױנע שוך אױך טוהן.

מײן אנדערע ברודער פירט מיך ארײן מיט זײן אױטא, זײער פענצי. ער פארט פופציג העכער די ספיד לימיט און פירט זײן פרױ און קינד און קאר. אױפ'ן װעג הערט ער זיך צו, נאכאמאל צו די נערװירנְדע ארץ ישראל'דיגע, חרידישע חתונה מוזיק. דיע װאס פראדוצירן נאך דערצו װידעאוס פון אזעלכע געמאכטע קאנצערטן אדער פארברענגען. מיט די שטארקע לײזערס, אױג-פארבלענדנדע קאלירן און פאלשע טענצערײ. איך דארף קוקן װי אהרלע סאמעט טרונקט לחײם, מלכות קאָװײער מיט זײערע אָװערסײזד שטרײמלעך און מוטי גולדמן פרובירענדיג צו קװעטשן מיט זײן שטימע װי אַ אשה.

איך פרעג אים צו ער האט שױן געהערט מײלעך קאהן. יא אבער ער האט נישט ליב זײן הײזעריגע שטימע. ער לאזט מיר הערן יאיר אליצור, ספעציעל 'טאטע תטהר', ער פרעגט מיר אױב כ'האב שױן געהערט פון אים. איך האב נאכנישט געהערט פון אים אבער זײנע ניגונים דערקען איך; איך האב זײ שױן געהערט ארױסזינגען פון אידישע קארן און רעסטאראנטן.

”ער זינגט ממש װי א פרײער אבער ער איז אינגאנצן פרום,” קען זיך נישט מײן ברודער אפװינדערן. איך װינדער מיך צו ער הערט נישט די סתירה אין דער אײנע פֿרײז, מיניה וביה? מיר קומען אָן קײן ירושלים. ער זאגט, װען אימער ער פארט קײן ירושלים, מוז ער פארבײפאָרן אלע גאר פארנומענע גאסן כאטש עס איז געפּאַקט מיט טראפיק דען ער בענקט זיך אזױ צו זײן מוטער שטאט.

אינדיד, ארץ ישראל האט באװיזן דאס אומגלױבליכע: צװינגען א גאנצע נײע חרידישע דור זיך אװעקצומוּפן פון די עלטערן און פון די מײן באזע פון זײערע קהילות, אפילו תיכף נאך די חתונה.

מיר שטעלן זיך אפ נישט װײט פון דער שוהל װי ער געהערט. די קינדער פון זײן חסידות שטײען אלע אינדרױסן פון די שוהל און קוקן שטארק אױף אונז. איך פרעג אים צו ער האט א תחושה אױף װעמען מען קוקט. ער זאגט ער מײנט אױף אים, װײל ער קומט װײניג ארײן אױף שבת און ער האט א שײנע קאר נאכדערצו. איך טראכט אז זײ קוקן אױף מיר. אדער אפשר קוקט מען אױף אונז בײדע "צוזאמען".

פרײטאג צונאכטס נעמט מיר דער ברודער צום כותל. מען קען זיך נישט רירן, אזױפיהל מענטשן זענען דארט. איך באקום פלעשבעקס פון סאטמערע און ברסלבע רעבישע חתונות, צאַמפאָרענישְן, ימים טובים און דינערס. כ'קען קױם װארטן זיך צוזען ארױס פון דארטן. צוקומען זײן צוקװעטשט צװישן א מאַסע פארשװיצטע זכרים װאלט איך געקענט פארן קײן מירון אפריל דעם 30סיגסטן פון יאַרע 2021 נישט אױף נאכאמאל אױסגערעדט.

ס'איז שװער מכװן צוזײן דאס דאװענען. די זינגען פון א שלמה קארליבאַך'ס מנין מישט זיך אױס מיט די 'יחי אדונינו' פון א ליוּבאװיטשער מנין און מען קען אײנער דעם צװײטן נישט הערן. דא טאנצן א מחול פון סאלדאטן מיט ביקסן אױף די פלײצעס און פארדזשעלטע האר. דארטן טאנצט א מתנחלישער מנין נעבן די פרױען'ס מחיצה מיט זײערע װײבער און טעכטער פון איבער די װאנט, אױסגײענדיג פאר שטאלץ, און פרובירענדיג מיט די אױסגעשטרעקטע הענט, אריבער די מחיצה, אָנצוטאַפּן די לאַבּן פון זײערע פאר'התלהבות'דיגע מענער.

ווי קענען מענטשן מיט גאָנס קומען אין שוהל דאווענען, און צוהערן 'לא תרצח' פון די עשרת הדיברות?

איך קוק אױפ'ן װאנט און זעה יוֹנים אין די שפאלטענעס פון דעם כותל, זיך מאכן זײערע נעסט דארטן. די ביליגע סארט יונים, דיע װעלכע עסן פון די גאסן און פארמאגן די בליטשקעדיגע העלדזער. נישט די ברױנע, די שענערע סארט, דיע װעלכע קענען שײן קלאָגן. יענע זיצן אױף בױמער. דיע, װאס מען זעהט אין דעם כותל, רופט מען 'ראטן מיט פליגלען'.

די יונים אױפ'ן װאנט קוקן אראפ אױף דער דאװענדיגער ציבור אָהנע באזונדערע בעגײסטערונג. צו מיר טראכט איך, זענען דאס שױן די חושיבע שביונים (די חשובע פון די ביליגערע סארט)? צו ערלױבן זיך א דירה אױפ'ן כותל אלײנס? צוגײען זײערע דירות אױך אריבער אין מעמדות, פון דור צו דור? צושפירן זײ אױך די קדושה פון דאס ארט אדער זיצן זײ און װינדערן זיך װאס זוכן דא די אלע מענטשן אין אונזערע הײזער און פארװאס צושטערן זײ אונזער רוה?

נאר א מזל די געלט-גײער זענען נישטא הײנט. שטעל דיך פאר עמיצן'ס מטבעות גיסן זיך דא אױס, צװישן דעם געדרענג.

איך טוה אָפאָטעמען װען מיר זעען זיך ענדליך אינדרױסן. נישט פאר איך בײגעװױן א קאמף צװישן די פאליצײ מיט א גרופע אידן, בריסקע זעהען זײ אױס, בײם סקענער מאשין, װעלכע אנטזאגן זיך זי אריבערצוגײן אום שבת קודש.

בײ די סעודה באטײליגן זיך עטליכע אײדעמער צוזאמען מיט זײערע פיהלע קינדער. אײן אײדעם, ער איז נישט קרענקליך ער זעהט נאר יעצט אױס אזױ, רעדט אסאך בשעת װען טאטי זאגט תורה. ער האט אסאך װיצן צו דערצײלן דעם אנדערען אײדעם. נישט ממש װיצן אבער מליצה'דיגע תורה'לעך. זײן אינגל, נישט װײניגער הױט און בײן װי אים, שטײט אױף די פיס און שאקלט זיך שטארק איבער דאס זמירות'ל. יעצט זאגט ער זכוֹר פון זוהר. דער איז פון די סארט יונגלעך אױף װעמען די יצר-הרע האט א קנאפע שליטה שױן פון קלײנװײז אָן. לערנען און דאװענען קומט זײ אָן לײכט. זײער ניסיון איז צו 'װעלן' טוהן אַן עבירה. א ברודער זײנער, פון 7 אדער 8 יאר זעט ער אױס, זיצט אױפ'ן סאָפאַ, און מיט די ביסל צײנער װאס זענען אים פארבליבן קײט שטיקער צוקער און שטיפט ארום מיט זײנע קוזינעס און געשװיסטער.

טאטי װערט אױפגערעגט און שרײט אױף אים. ער לאזט אים כמעט אראפ א פעטשל. ער באגנוגט זיך מיט אַן עקספּאָלשְן װארענונג. נאכדעם שרײט טאטי אױף די מײדלעך. ער װיל מען זאל אים הערן בײ די אנדערע עק פון טיש. די קינדער זענען הײפער און װילד פון נאשערײ. די עלטערע פון פּעפּסי. טאטי זאגט נאך פון די עלונים פון שוהל. עס שטײט דערױף, אין גרױסע װערטער, מען זאל זי נישט ארױסטראגן פון שוהל. טאטי זאגט אז אין שוהל איז נישטא צײט צולײענען אפילו פאר דיע װאס לײענען זײ שױן יא. ער פארשטײט נישט פארװאס מען קען נישט שטיל זײן אױף א מינוט. ער פארצײלט דאך נאר מעשה'לעך. ס'איז די קװאנטומען עסן סטופיד.

סוף פון די סעודה קומען אפאר מירער בחורים באזוכן. אײנער איז א גרײט נעפיוּ פון טאטי. זײן זײדע האט אים מסתמא געבעטן ארײנצוטשעקן. דער נעפיו'ס חבר זעהט אױס צוזײן א גורער. איך באטראכט מײן קוזין צוזעהן צו ער קוקט אױף די מײדלעך. לױט די אופן װי-אזױ שידוכים גײען דא צו איז דער פאקט אז ער איז א נאנטער משפחה קרוב בכלל נישט קײן אָפּהאַלט.

טאטי טשערישד די געלעגנהײט צוזאגן א חסידישער בחור אין א ליטװישע ישיבה א תורה'לע פון דברי יואל. דער בחור זאגט זיך אפ פון די אײסעס װאס מען װיל אים מכבד זיין מיט. ס'טײטש, לעקן אַ אײסעס פאסט נישט פאר א מירער בחור. איך לעק מיינס מיט א באזונדער געשמאק און שטארק-ארױסגעשטעקטן צונג.

אים, דעם גרײט נעפיו, זאג איך דײקא יא אז איך בין טאטי'ס א קינד. ער נעמט נישט קײן סאך נאָטיס פון מיר. װער האט געפרעגט עפעס א יחצאל מיט א דאַשיק? איך דערמאן זיך פון @שושני'װען ער װײסט נאָר' הודעה.

איך פרעג זײן חבר שױן צום װיפלטְן מאל, צו װעלכער גורער רבי ער געהערט, ר' יעקב אריה אדער ר' שאול? ער ענטפערט מיר, און חזרט איבער װי א אויבער-חכם: ”װעלכע דו װילסט”. איך קען מיך פארשטעלן װאס ער טראכט: ”איך בין א מירער בחור, דײ קטנות איז בִּיאָנד מי!” ”נו, איז טוה דיר אױס דעם קאַפּעלוש און ציה דיר אראפ די פאָני זאָקן,” הער איך מיר הײַפּאָטעטיקלִי צוריקענטפערן. שױן, די בחורים גײען זיך.

נאך די סעודה לערנען מיר א עמוד מדרש רבה. מדרש האב איך ליב, אבער דער שלאף איז אױף אים גובר.

המשך יבוא
 
גאונות!!
פאר די ביכער, אין פולן זין פון ווארט.

און יישר כח פאר די שׁאַוט אַוט.
 
Back
Top