האבן אמאליגע רבנים דערלויבט עראָטישע ליטעראטור? (ניבול פה)

דורש אמת

היימישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
61
רעאקציע ראטע
292
פונקטן
53
לעצט רעדאגירט:
איך בין נבהל ונשתומם... קודם לערנט אביסל ספעלינג.
 
  • דיסלייק
רעאקציעס: Billy
דעיס איז נאר א קיצור
די full ווידיאו קומט מארגן לכבוד שבת ר״ח מערצישעם

View: https://youtu.be/mw9oMnEx1EI?si=SdQo0lSYVa7h0blZ
איך ווייס נישט אויב דו ביסט דער פון די ווידאו, אבער צום קעפל:

עראטיסיזם איז נישט די זעלבע ווי ניבול פה.
אזוי מיין איך, על כל פנים.

סתם לדוגמא, געוויסע חלקים פון שיר השירים וואלט איך אריינגעלייגט אין די קאטאגאריע פון עראטיסיזם, אבער נישט ניבול פה.

געוויסע מעשיות פון די גמרא וואלט איך אריינגעלייגט אין סתם ניבול פה, און נישט עראטיסיזם.
(פארשטייט זיך אויב טייטשט מען עס ליטעראלי, און נישט פאר עפּעס טיפער, וואס איז יעדעמס אייגענע באשלוס צו מאכן.)

עראטיסיזם איז מער עפעס וואס א מער אינטעליגענטער מענטש וואלט געקענט ענזשויען, אויב נעמט מען אוועק רעליגיעזע בעגעזש. דאקעגן ניבול פה איז געווענליך אסאסיאירט מיט מער ביליגע שפראך פון די מאסן, וואס 'פאסט' נישט...

אסאך פון די ספרדישע פייטנים האבן עוסק געווען אין עראטישע פאעמעס, עפעס וואס איז געווען פאפולער מיט די אראבישע פאעמעס אויך.
 
ס'איז א @ברכה לבטלה צו קאמענטירן אויף די סארט סארקאזם

ס'איז אים נישט בייגעפאלן אז א VISUALLY IMPAIRED SCHOLAR קען האבן א סעקרעטאר וואס זאל מאכן אזא טעות
 
איינער פון די חוקרים פון פיוטים אינעם מיטל אלטער, איך געדענק נישט יעצט זיין נאמען, האט פארציילט אז ער איז געווען געבן אן לעקציע איבער עראטישע פיוטים פונעם מיטל־אלטער ביי א גאנץ מאדערנע שול, און נאכן שיעור זענען אפאר פרויען צוגעקומען צו איהם צו זיי קענען עפעס פרעגן.

"יא אוודאי", ענטפערט ער.

פרעגן זיי, "ס'איז זייער א שיינע לעקציע געווען, אבער מיר זענען נייגעריג וואס די רבנים פון יענע צייטן (מיטל אלטער, בעיקר אין ספרד) האבן געזאגט דערצו."

ענטפעט ער זיי, "די רבנים זענען אט די שרייבער!
 
איך ווייס נישט אויב דו ביסט דער פון די ווידאו, אבער צום קעפל:

עראטיסיזם איז נישט די זעלבע ווי ניבול פה.
אזוי מיין איך, על כל פנים.

סתם לדוגמא, געוויסע חלקים פון שיר השירים וואלט איך אריינגעלייגט אין די קאטאגאריע פון עראטיסיזם, אבער נישט ניבול פה.

געוויסע מעשיות פון די גמרא וואלט איך אריינגעלייגט אין סתם ניבול פה, און נישט עראטיסיזם.
(פארשטייט זיך אויב טייטשט מען עס ליטעראלי, און נישט פאר עפּעס טיפער, וואס איז יעדעמס אייגענע באשלוס צו מאכן.)

עראטיסיזם איז מער עפעס וואס א מער אינטעליגענטער מענטש וואלט געקענט ענזשויען, אויב נעמט מען אוועק רעליגיעזע בעגעזש. דאקעגן ניבול פה איז געווענליך אסאסיאירט מיט מער ביליגע שפראך פון די מאסן, וואס 'פאסט' נישט...

אסאך פון די ספרדישע פייטנים האבן עוסק געווען אין עראטישע פאעמעס, עפעס וואס איז געווען פאפולער מיט די אראבישע פאעמעס אויך.
אמת אבער ווען ר' חיים ויטאל למשל האט גערעדט אנטקעגן ר' ישראל נג׳ארה פאר זיינע שירי עגבים האט ער געזאגט ר' ישראל רעדט אדער זינגט ניבול פה.
 
איינער פון די חוקרים פון פיוטים אינעם מיטל אלטער, איך געדענק נישט יעצט זיין נאמען, האט פארציילט אז ער איז געווען געבן אן לעקציע איבער עראטישע פיוטים פונעם מיטל־אלטער ביי א גאנץ מאדערנע שול, און נאכן שיעור זענען אפאר פרויען צוגעקומען צו איהם צו זיי קענען עפעס פרעגן.

"יא אוודאי", ענטפערט ער.

פרעגן זיי, "ס'איז זייער א שיינע לעקציע געווען, אבער מיר זענען נייגעריג וואס די רבנים פון יענע צייטן (מיטל אלטער, בעיקר אין ספרד) האבן געזאגט דערצו."

ענטפעט ער זיי, "די רבנים זענען אט די שרייבער!
װען סעמיועל דזשאנסאן האט פארענדיגט זײן דיקשאנערי זענען א דעלעגאציע פרױען געקומען צו אים זיך באדאנקען, און ספעציעל אזױ פאר'ן אױסלאזן און נישט אינקלודן אינדיסענט (שעלט-װערטער וניבול פה וכדומה) װערטער אין זײן װערטער-בוך. האט ער זײ געענטפערט: איך גראטוליר אײך פאר'ן האבן די געדולד זײ אױפצוזוכן.
 
האסט צוגעצייכנט א לינק, האט מיר געכאפט א נייגער צו זעהן צו ער איז געווען א איד.

His mother was 40 when she gave birth to Johnson in the family home above his father's bookshop in Lichfield, Staffordshire.
This was considered an unusually late pregnancy, so precautions were taken, and a man-midwife and surgeon of "great reputation" named George Hector was brought in to assist.

The infant Johnson did not cry, and there were concerns for his health.
His aunt exclaimed that "she would not have
picked such a poor creature up in the street"
(עד כאן וויקיפידיה)

ס׳מיר זייער אינטרעסאנט אזעלכע געשיכטעס:
How society has a tendency to undermine the best and rarest souls among them
Until years later when they finally get
“discovered”

א ביישפיל דער בארימטער ארטיסט Vincent_van_Gogh

צוריק צו:
Samuel Johnson (18 September 1709 – 13 December 1784), often called Dr Johnson, was an English writer who made lasting contributions as a poet, playwright, essayist, moralist, literary critic, sermonist, biographer, editor, and lexicographer.

The Oxford Dictionary of National Biography calls him "arguably the most distinguished man of letters in English history"

אין אנדערע ווערטער: א מוסר השכל פאר יעדן,

ווען סעסייעטי אנערקענט נישט דיינע כשרונות און ווייסט נישט וויאזוי מחשיב צו זיין דיינע כוחות, געב נישט אויף.
The most important one who needs to believe in you is you

(יעדער דארף חיזוק פארשטייטצעך, אבער די קונץ איז צו טרעפן די מענטשן וואס קענען עס דיר אפפערן.)

We become like the people we surround ourselves with.

דריי זיך נישט מיט חברה וואס מאכן דיר פילן ביליג ווייל ס׳האט א השפעה אז דו זאלסט נאך חלילה אנהייבן זיך ספק׳ענען אין דיין ווערד as if זיי זענען גאר די ריכטיגע מבינים

נישט אומזיסט שטייט אין פרקי אבות: איזהו דרך ישרה… חבר טוב, שכן טוב וכו׳
ס׳וויכטיג ווי מער זיך דרייען מיט מענטשן וואס ברענגען ארויס די בעסטע פון דיר
 
אמת אבער ווען ר' חיים ויטאל למשל האט גערעדט אנטקעגן ר' ישראל נג׳ארה פאר זיינע שירי עגבים האט ער געזאגט ר' ישראל רעדט אדער זינגט ניבול פה.
אויף רבי ישראל נאגארה ,האט רבי חיים ויטאל
גיהאט התנהגות פראבלעמען , לאו דוקא
די עראטישקייט פון זיינע שירים .
די פיוט פון זיין רבי׳ן דער הייליגער אר״י
וואס מען זאגט ביי חסידים פאר קידוש ,
האט אין זיך בולט עקסטרעם עראטיש טערמינען
רוב מענטשן ווייסן נישט וואס זיי זאגן , אבער ווער
עס ווייסט פארשטייט.
 
אויף רבי ישראל נאגארה ,האט רבי חיים ויטאל גיהאט התנהגות פראבלעמען , לאו דוקא די עראטישקייט פון זיינע שירים .
די פיוט פון זיין רבי׳ן דער הייליגער אר״י וואס מען זאגט ביי חסידים פאר קידוש , האט אין זיך בולט עקסטרעם עראטיש טערמינען רוב מענטשן ווייסן נישט וואס זיי זאגן , אבער ווער
עס ווייסט פארשטייט.
זמירות לסעודות-שבת שיסד האר"י הקדוש יהודה ליבס
 
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס רבי יהושע בועז האט מתיר געווען דאס שייטל. אז מען קען געבן א הסכמה פאר ניבול פה רח"ל קען מען אויך געבן א הסכמה אויפן שייטל, גאט באהיט.
 
אויף רבי ישראל נאגארה ,האט רבי חיים ויטאל
גיהאט התנהגות פראבלעמען , לאו דוקא
די עראטישקייט פון זיינע שירים .
די פיוט פון זיין רבי׳ן דער הייליגער אר״י
וואס מען זאגט ביי חסידים פאר קידוש ,
האט אין זיך בולט עקסטרעם עראטיש טערמינען
רוב מענטשן ווייסן נישט וואס זיי זאגן , אבער ווער
עס ווייסט פארשטייט.
ער רעדט וועגן ישראל נאגארה זינגען גוי'שע עראטישע לידער
ער באציהט זיך נישט צו די לידער וואס ער האט אליין קאמפאזירט
 
לויט ווי עס זעהט אויס האט ער גיזינגען און פערפארמט פאר גויי הארצות
אין דעם אומצעזורירטן חזיונות פון מהח״וו
איז דא נאך טענות , וה׳ הטוב יכפר.
 
Back
Top