הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

עס איז ראטזאם אז די אדמיניסטראטורם זאלן מאכן עפעס א סארט ליסטע פון תקנות.

איך פארשטיי אז מען וויל אוועקשטיין פון צענוזור, אבער מען דארף אינאכט נעמען אז די רגע מען גייט פאבליק ווערט עס נחלת הכלל און עס קען גיין ארויס פון קאנטראל.

עס זענען דא אומסטאבילע און קראנקע מענטשן וואס - בפרט ווען זיי זענען אנאנים, וועלן טון און ארויפברענגען זאכן וואס איז אומאקצעפטירבאר.

מען דארף האבן א מינאמאלע תקנה אויף טראללן. ווילסט דאך נישט אז א פרומע אייוועלטיסט זאל היידשזעקן א אשכול און זיך נעמען שיסן תגובות מיט סתם אותיות אין די וועלט אריין, און דאן ווען מען שפארט אים אויס וועט ער שרייען אז ס'איז דא סענסערשיפ.

אויך דארף זיין מינימאלע תקנות אויף אומלאגאלע אקטיוויטעטן. כ'ווייס נישט וואס די גדר פון ברענגען Porn וועט זיין דא, אבער underage מאטריאל איז אומגעזעצליך און קען נישט זיין אקצעפטירנד.

אזוי אויך סקעמען מענטשן וכדומה. הקיצור מען דארף אויסארבעטן עפעס א סטרוקטשור.
 
גערעכט, דערפאר איז בעסער אז מ'זאל עס לאזן פריוואט פאר די ערשטע פאר חדשים.
 
אין אן אנדערן אשכול האט טעלעפאון אנגעטראגן א געדאנק צו לייגן טריגער ווארענונגען אויף ספעציפישע אשכולות, א שטייגער ווי כפירה, ביקורת המקרא, ציונות, NSFW, א.א.וו. אין מיין מיינונג איז עס א מעכטיגע איידיע, איך וואוט דערפאר.
 
פאר קראנקע מענטשן דארף מען נישט מאכן קיינע תקנות, די כלל פון אין עונשין אלא אם כן מזהירין גייט נאר ארויף אויף א גזירת הכתוב, א זאך וואס א מענטש פארשטייט אליין נאר ער שפילט תם אויף דעם דארף מען נישט אנווארענען. פארקערט, אזא מענטש איז בעסער ווען מ'לאזט איהם זיך פילן באקריוודעט ווייל דאן וועט ער נישט אזוי שנעל צוריקקומען
 
עס איז ראטזאם אז די אדמיניסטראטורם זאלן מאכן עפעס א סארט ליסטע פון תקנות.

איך פארשטיי אז מען וויל אוועקשטיין פון צענוזור, אבער מען דארף אינאכט נעמען אז די רגע מען גייט פאבליק ווערט עס נחלת הכלל און עס קען גיין ארויס פון קאנטראל.

עס זענען דא אומסטאבילע און קראנקע מענטשן וואס - בפרט ווען זיי זענען אנאנים, וועלן טון און ארויפברענגען זאכן וואס איז אומאקצעפטירבאר.

מען דארף האבן א מינאמאלע תקנה אויף טראללן. ווילסט דאך נישט אז א פרומע אייוועלטיסט זאל היידשזעקן א אשכול און זיך נעמען שיסן תגובות מיט סתם אותיות אין די וועלט אריין, און דאן ווען מען שפארט אים אויס וועט ער שרייען אז ס'איז דא סענסערשיפ.

אויך דארף זיין מינימאלע תקנות אויף אומלאגאלע אקטיוויטעטן. כ'ווייס נישט וואס די גדר פון ברענגען Porn וועט זיין דא, אבער underage מאטריאל איז אומגעזעצליך און קען נישט זיין אקצעפטירנד.

אזוי אויך סקעמען מענטשן וכדומה. הקיצור מען דארף אויסארבעטן עפעס א סטרוקטשור.
ווי @טעלעפאן האט ערווענט, איז טאקע כדאי צו בלייבן פריוואט פאר א שטיקל וויילע ביז מיר ארבעטן אויס א ליסטע פון יסודות׳דיגע תקנות.

ביזדערווייל, האבן מיר אויסגעארבעט א דרעפט פון שטאטוטן אויף וואס די ווייטערדיגע תקנות זאל זיין געבויעט, זע דא:
https://kraimel.community.forum/threads/76
אויב איינער האט עפעס צו זאגן בנוגע די שטאטוטן, ביטע אויפברענגען אין די שטאטוטן דעבאטע שנירל דא:
https://kraimel.community.forum/threads/47
 
לעצט רעדאגירט:
אין אן אנדערן אשכול האט טעלעפאון אנגעטראגן א געדאנק צו לייגן טריגער ווארענונגען אויף ספעציפישע אשכולות, א שטייגער ווי כפירה, ביקורת המקרא, ציונות, NSFW, א.א.וו. אין מיין מיינונג איז עס א מעכטיגע איידיע, איך וואוט דערפאר.
ריכטיג, די געדאנק איז רעקארדירט און איך גיי קוקן אויב עס איז שייך אן מאדיפיקאציעס (אויב פארלאנגט עס מאדיפיקאציעס קען מען נאכאלץ ארבעטן דערויף אבער עס וועט נעמען לענגער).

אויב קען מען עס מאכן, וועט עס זיין די ארבעט פון די שנירלעך עפענער און מאדעראטארן זיכער צו מאכן אז שנירלעך האבן די נויטיגע טעגס און יעדער יחיד זאל זיך אליינס מסדר זיין די טעגס וואס זיי ווילן נאכפאלגן/בלאקן.
 
איך האב צום ערשט פארראכטן די URL זאל נישט האבן די שנירל קעפל נאר די נומער צום ארטיקל און הודעה (איך דארף נאך פאררעכטען די share קנעפל זאל נישט מיטברענגען נאך טעקסט, נאר די URL כדי מען זאל עס גרינג קענען נוצן צו עמבעדן (הגם דאס וועט אוועקנעמן די געשמאק פון מיטטיילן די לינק אויף מעסעדזשינג וכדו׳)
 
ווי @טעלעפאן האט ערווענט, איז טאקע כדאי צו בלייבן פריוואט פאר א שטיקל וויילע ביז מיר ארבעטן אויס א ליסטע פון יסודות׳דיגע תקנות.

ביזדערווייל, האבן מיר אויסגעארבעט א דרעפט פון שטאטוטן אויף וואס די ווייטערדיגע תקנות זאל זיין געבויעט, זע דא:
https://kraimel.community.forum/threads/קרעמל-אונזער-מיסיע-און-שטאטוטן-דרעפט.76/
אויב איינער האט עפעס צו זאגן בנוגע די שטאטוטן, ביטע אויפברענגען אין די שטאטוטן דעבאטע שנירל דא:
https://kraimel.community.forum/threads/קרעמל-שטאטוטן-דעבאטע.47/
די לינקס באדארפט נישט אזוי אויס-צוקוקן.
 
די לינקס באדארפט נישט אזוי אויס-צוקוקן.
איך האב שוין פארראכטען די URL זאל נישט פארמאגן קיין שנירל קעפלעך (וואס איז אין אידיש און ווערט לאטיינאזירט אין אסאך בראוזערס), פון יעצט און ווייטער פארמאגן די לינקס בלויז די נומערן פון די שנירלעך און די הודעות
 
מיט אזא הערליכע און גרינגע יוזער אינטערפעיס ווער ברויך טעפעיטאלק?!?! כ'ברויך מיך נאך אויסלערנען וויאזוי צו הייפער לינקן און נאכדעם וועל איך מיך שפירן אסאך אינגער. אויך וועלן מיינע ארטיקלעך און תגובות אויסקוקן ווי @מי אני 🤣
 
אז די לינק טראגט מיך צו ערגעץ אין אבי״ע אבער צי קיין הודעה קומט מען נישט אן.
דאס געשעהט ווען איך עמבעד די לינק
 
פארוואס ווען כ'דרוק דעם אלערט קנעפל פאר א פרישע אלערט שפרינגט עס נישט גלייך צו יענעם מעסעדזש וועלכעס איז גורם דעם אלערט, נאר צום ערשטן תגובה פון יענע שנירל?? איז פארהאן א וועג צו לינקן דעם אלערט גלייך אויף וואס עס גייט ארויף??
 
האסטו געדריקט נאך וואס די האסט עס שוין געליינט אדער בעפאר ?
 
האסטו געדריקט נאך וואס די האסט עס שוין געליינט אדער בעפאר ?
ביפאר. אבער יעצט זעה איך אז אינעם שנירל אויבן איז פארהאן צוויי אפציעס "שפרינג צו נייע אדער פאלג מער נישט נאך. סוי בעיסיקלי קען איך טשוזן גלייך ווען ס'קומט ארויף דעם אנהייב פונעם אשכול "שפרינג צו נייע" מיין שאלה איז אבער אויב קען מען עס לכתחילה מאכן ס'זאל גלייך שפרינגן צו די תגובה וועלכע ס'האט עס גורם געווען
 
עס קוקט אויס אז די קליקסט די share קנעפל און דערנאך קאַפּי לינק, אבער די צרה איז אס די share קנעפל לייגט ארויף אויפן קליפבאורד נאך טעקסט אויסער די לינק, דהיינו די קעפל פון דעם שנירל, איך זיך נאך ארום וואו מען קען עס אראפנעמן אבער אויף דערווייל, נאכן קליקן די share קנעפל קענסטו קאפירן די לינק פון דעם בראוזער אזויווי אויף אייוועלט אדער קענסטו אוועקנעמען די איבעריגע טעקסט נאכן פעיסטן.

איך האף צו אויסארבעטן אז עס זאל זיין גרינגער (הגם וואס דעמאלטס וועט נישט זיין אזוי געשמאק צו שערן די לינק אליינס ווייל עס וועט זיין בלויז די לינק אן קיין קעפל)
 
ווען מ'באקומט מער ווי איין נאטיפיקאציע איבער לייקס וואס מ'האט באקומען, און מ'כאפט א בליק וועלכע תגובה איז געלייקט, ווערט די צווייטע נאטיפיקאציע אויך באצייכנט ווי געלייענט.

איז דאס במכוון אזוי?
 
Back
Top