הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

נאך אן הערה

די פעיזש נומבער פון יעדע שנירל איז עפעס זייער פארשטעקט, איך זוך עס יעדע מאל איך וויל מישן די פעיזש.

איך גלייב אז איך גיי מיך צוגעוויינען, אבער ס'וואלט געווען כדי עס צו מאכן מער מערקבאר, ווי מאכן מער באלד אדער גרעסער די קנעפלעך.
 
יישר כחכם פאר ביידע הערות, מיר האבן ריקארדירט ביידע און מיר האפן צו ארבעטן אויף אלעם אין די קומענדע וואכן/חדשים
 
איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין דערמאנט, אבער עס וואלט געווען א שיינע זאך אויב מען וואלט געקענט ציטירן מער ווי איין תגובה, אזוי אז מען זאל קענען ענטפערן אויף אפאר תגובות אויפאמאל.

קען מען יעצט טון אזא זאך?
 
לאמיר פרובירן
וויבאלד קרעמל איז א נייע סארט פלאטפארמע מיט אסאך נייע מינע השגות און אנדערע סארט פאטענציאל ווי מ'איז געוואוינט איז כדאי צו ווידמען א אשכול ווי מיטגלידער זאלן קענען מיטטיילן זייערע איידיעס, געדאנקען, פארשלאגן און אוודאי קריטיק.

ביטע רעאגירן וואס 'די שטאב' קען צולייגן, טוישן, אוועקנעמען צו פארבעסערן אייער עקספיריענס.

אצינד וועל איך אנהויבן. דער עולם בענקט זיך זייער נאך די 'אקטיווע אשכולות' קנעפל וואס איז דא אויף אנדערע פלאטפארמעס. ס'בענקט סיי די קנעפל זעלבסט, ווי אויך אז ס'זאל זיין אין א פראמינענטע פלאץ ווי מ'זאל קענען גרינג און אפט צוקומען אן פארלירן ס'געדולד און כח.
יא, עס ארבעט
 
אפשר דארף מען מאכן עפעס אן אינסענטיוו פאר מעמבערס צו שרייבן טיפערע-באארבייטע ארטיקלען, איבער תורה ומדע וכדו' - אזעלכע וואס פארלאנגען גרינטליכע ריסערטש.

איך האב נישט קיין געדאנק אויפן קאפ, אבער אין ק"ש האט איינער אמאל אויפגעברענגט די געדאנק פון אן אפטיילונג וועלכע זאל קאסטן מעמבערשיפ אדער פער ארטיקל. איך ווייס נישט צו אזא זאך קען בכלל ארבייטן און צו עס וועלן זיין דערויף פאראינטרעסירטע, אבער עס איז א שאד נישט צו האבן די פולע ניין יארדן דא - אויב שוין...

קען זיין עס איז שוין מלאכתו נעשית על ידי 'מייסטערווערק'?!
 
אין מיין מיינונג האט עס מייסטערווערק גענאגעלט, לכתחלה באלאנגען שיינע גוט באארבעטע מאמרים אויף א עקסטערע מכובד׳יגע זייטל/אויסגאבע וואו עס וועט נישט אריינזינקען אין דעם תהום פון דעם פארום אן איר פארדינטע כבוד.

אוודאי דארף מען ארבעטן אז דא זאל אויך קענען זיין שיינע גוט באארבעטע מאמרים, א באצאלטע אפטיילונג איז א גוטע געדאנק, אן עקסטערע אפטיילונג פאר לענגערע מאמרים אויף פדף, א וועכענטליכע/חודשליכע בלעטל, וכו׳
 
די מציאות איז אז די עולם לאזט זיך נישט אויסליידיגן די טאשן אויף ליין מאטריאל. אבער פון די אנדערע זייט איז אויך די מציאות אז גוטע שרייבערס וועלן שרייבן פריי אן אפצאל אויב פילן זיי אז מען וועט עס אפרישיעטן.

לדוגמא, יעדער ווייסט אז ק''ש האט אמאל געהאט א גלענצענדער תקופה מיט אט אזעלכע שרייבער פול פון תוכנדיגע ארטיקלען. ווען מען פרובירט צו פרעגן אט יענע שרייבער פריוואט איז עס געווענליך איינס פון צוויי תירוצים. א' ס'איז פשוט א צייט פראבלעם, אמאל איז געווען צייט און היינט נישט. ב' קיינער האט עס נישט אפרישיעטעד.

אויף די ערשטע סיבה קען מען אפשר שפעקולירן אז געלט וואלט געמאכט צייַט אבער לכאורה דארף מען א געוואלד פון געלט, פיל מער ווי ס'זאלן זיין ווער ס'זאל צאלן. אויף די צווייטע איז פיל פיל פיל שווערער. קרעמל דארף זיך מער קימערן אויף די צווייטע סיבה און מטכס עצה זיין וואס מ'קען דא טוהן.
 
אין מיין מיינונג האט עס מייסטערווערק גענאגעלט, לכתחלה באלאנגען שיינע גוט באארבעטע מאמרים אויף א עקסטערע מכובד׳יגע זייטל/אויסגאבע וואו עס וועט נישט אריינזינקען אין דעם תהום פון דעם פארום אן איר פארדינטע כבוד.

אוודאי דארף מען ארבעטן אז דא זאל אויך קענען זיין שיינע גוט באארבעטע מאמרים, א באצאלטע אפטיילונג איז א גוטע געדאנק, אן עקסטערע אפטיילונג פאר לענגערע מאמרים אויף פדף, א וועכענטליכע/חודשליכע בלעטל, וכו׳
מייסטער ווערק איז דירעקט נישט קיין פארום, מער דומה צו א בלאג אפשר אדער סתם א חודישליכע מאגעזין.

פון איין חיבור צו די צווייטע קומט ער ארויס ווי אפט ?
 
נאך אן הערה

די פעיזש נומבער פון יעדע שנירל איז עפעס זייער פארשטעקט, איך זוך עס יעדע מאל איך וויל מישן די פעיזש.

איך גלייב אז איך גיי מיך צוגעוויינען, אבער ס'וואלט געווען כדי עס צו מאכן מער מערקבאר, ווי מאכן מער באלד אדער גרעסער די קנעפלעך.
איך זעה נישט עס זאל זיין אזוי ציקוועטשט. עס איז אויבן און אונטען דוקא זעהט עס מיר אויס צו זיין זייער א גוטער יוזער אקספיריענס
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot 2024-05-22 092114.png
    Screenshot 2024-05-22 092114.png
    40.4 KB · געזען: 20
מייסטער ווערק איז דירעקט נישט קיין פארום, מער דומה צו א בלאג אפשר אדער סתם א חודישליכע מאגעזין.

פון איין חיבור צו די צווייטע קומט ער ארויס ווי אפט ?
ריכטיג אבער א פארום איז פשוט נישט דאס ריכטיגע פלאץ פאר גאר ערענסטע ארטיקלען ווייל נאך גאר א קורצע צייט נאכן פובליצירן קוקט עס כמעט קיינער נישט אן.

ווידעראום אזא זייטל ווי מייסטערווערק גיבט פאר די ארטיקלען גאר א מכובד׳יגע פלאטפארמע און עס איז מסתבר אז ליינערס וועלן צוריקקומען ליינען/ארויספרינטן אפילו אלטע ארטיקלען אין די קומענדיגע יארן.

א פארום איז דאס בעסטע פאר לענגערע טיפע און לעבעדיגע שמועסן אדער אפילו לענגערע ארטיקלען איבער נייעס און קורץ-טערמיניגע אקטועלע נושאים. פארשטייט זיך מען קען אויך מאכן א פארום באקוועמער פאר מייסטערווערק סארט ארטיקלען אבער דאס איז נישט זייער נאטירליכע habitat
 
די ווארט איז נישט אזוי ווייט די גרויסע ארטיקלען. ווארום, עס איז לכאורה נישט קיין ריזיגע נ''מ אויף וואספארא לינק א שורש ארטיקל ערשיינט. די ווארט איז די מער טיעפערע אינטעלעקטועלע שמועסן. און דאס איז נאר מושל אויב ס'איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש. זינט ס'נישט דא אזויפיל אינטערעסע צו פירן אזעלכע שמועסן פילט נישט יענע קרייז אז זיי האבן מיט וועם צו גיין צום טיש.
 
מידיא עמבעדינג פאר רוב וויכטיגע סייטס איז פארראכטן, מען קען פשוט פעיסטן די לינק און עס וועט זיך אליינס עמבעדן, כזה:
View: https://youtu.be/GbNu7raDEZU
 
אינוערנעט אנע יוטיוב איז דאך קיין אינטערנעט.
 
Back
Top