עס איז געווען עטליכע פארנומענע וואכן/חדשים און מיר האבן נישט אדרעסירט אסאך פארלאנגט, אבער מיר גייען זיך איצט אריינלייגן פון פריש און האפענטליך אין די קומענדע וואכן וועט זיין אסאך פארבעסערונגען.
עטליכע קרעמל זיצער האבן געבעטן פריוואט די אפציע פון א ״זע דיינע דרעפטס״ מעניו.
בעצם האט די XenForo דרעפטס מהלך א שטארקע מעלה אז עס היט זיך אפ אטאמאטיש אין מיר האבן עס אנגעשטעלט עס זאל זיך אפהיטן יעדע 1 סעקונדע און עס בלייבט אפגעהיטן פאר בערך א יובל שנים און מען דארף זיך נישט זארגן
. יעדעס מאל מען קומט צוריק אין דעם שנירל וועט מען זען דעם אומגעפערטיגטע דרעפט אונטן וואו מען שרייבט נייע הודעות.
אויף די XenForo סופארט פארומס זענען דא פארלאנגן פאר א ״זע דיינע דרעפטס״ מעניו אבער עס קוקט נישט אויס אז עס איז א הויכע פריאריטעט, אויף דערווייל קען מען נוצן די פאלגענדע עצה זיך צו מסדר זיין די דרעפטס:
1) נאכן שרייבן א דרעפט הודעה און עס האט זיך אטאמאטיש אפגעהיטן קען מען גיין צו די ערשטע הודעה צו בוקמארקן דעם שנירל (אדער סיי וועלכע הודעה אין דעם שנירל, למשל די לעצטע), כזה:
View attachment 175
2) דערנאך קען מען מאכן א לעבל ״דרעפטס״ פאר דעם בוקמארק, כזה:
View attachment 177
3) שפעטער ווען מען וויל צוריקקומען צו דעם דרעפט קען מען גיין צו בוקמארקס, כזה:
View attachment 178
4) און מען פילטערט פאר די בוקמארקס מיטן לעבל דרעפטס, כזה:
View attachment 179
מיר פארשטייען אז דאס איז נישט קיין תיקון השלם, ווייל מען קען נישט אפהיטן עטליכע דרעפטס פאר איין שנירל און אזוי אויך איז נישטא קיין וועג צו אפהיטן דרעפטס ביים עפענען נייע שנירלעך, אלזא מיר וועלן פרובירן ארומצוזוכן אויב עמיצער האט שוין געבויעט אזא סארט מעגליכקייט און אויב נישט וועלן מיר אליינס מוזן בויען אבער דאס וועט שוין נעמען א שטיקל וויילע לויט ווי די צייט וועט ערלויבן.