האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

ריבי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 22, 2025
מעסעדזשעס
675
רעאקציע ראטע
1,817
פונקטן
213
די התאחדות הרבנים דארצות הברית וקנדה האט אויפגיהאנגען מודעות,צו גיין פראטסטירן אקעגן די
סכנה און ארץ ישראל, אין פראנט פון די מדינתישראל קאנסולאט, ער איז נישט מפרש וואס איז פלוצלינג די סכנה , בא זה וגילה על זה , עס הענגען אויך מודעות אין די סאטמאר שוהל אין ראדני און אלע אנדערע סאטמאר עפיליעיטעט שוהלן אז מען דארף גיין מוחה זיין אויף די גזירת גיוס .
קען מען אהנעמען אז דאס איז דער מכוון פון די התאחדות רבנים מודעה , שניהם נתכוונו לדבר אחד
מבטל זיין די גזירה פון גיוס, אין ארץ ישראל .
עס איז כמה תמיהות , ראשית וואס איז יעצט גישעהן - מה נשתנה היום הזה - עס גייט דאך שוין
אהן יאהרן , ב. איז דען דא א הוה אמינא אז די פארזאמלונג פון ציבור יידן אין מאנהעטן וועט עפעס
טוישן למעשה ,ג.וואס א טענה איז דאס אז מען וויל
נישט גיין אין צבא זיך צו דעפענדן פון רוצחים, ד.פארוואס וויל מען אז דער אנדערער ייד זאל יא גיין
און באשיצן און איך זאל זיצן אינדערהיים , ה. אויב איז דער טענה אז צבא איז חילוני און עס טוישט די
יידישקייט פון א קאנסקריפט ,דארך מען דאך זאגן
קלאהר אז מען פארלאנגט מען זאל צו שטעלן אויף
אן אופן אז עס שטימט מיט דת, ו. מען קען זיך לערנען פון די הסדר ישיבות זיי גייען אהן מיט יידישקייט און דינען אין מיליטער און קומען ארויס
דרך כלל פרום און זיי בלייבן שומרי תורה, ז. הכל
מודים אויב עס איז דא א יידישע מדינה ווי עס וואהנען כהיום 12 מאהל שישים רבוא יידן, מיט א קיבוץ גליות און ישיבות לםרבה אשר לא היתה כזאת מימות רבי יוחנן, דארף מען עס פערזערווירן
און דעפענדן עד ימות המשיח, און די אזוי גירופענע
מחאה איז נישט אויפן פלאץ פון א רעכט דענקנדער מענטש
איז א קשיא אויף די רבי׳ס פון סאטמאר
אז זיי האבן זיך גילאזט אהנדרייען פון א פאהר עסקנים , וואס האבן פערזענליכע נגיעות ,והשם
יאיר עינינו
 
אוועראל ביזסטו גערעכט מיט דיין טענה דא, אבער סאטמער האט א צווייטן פראבלעם מיט די גיוס, זיי האבן דאך א פראבלעם מיט די מדינה איטסעלף. ס'וועט נישט העלפן אויב די מיליטער וועט זיין צוגעשטעלט צו חרדים. והבן.
 
איך פערזענדליך האלט פונקט ווי דיר אז יעדער וואס וויל אז די מדינה זאל בלייבן שטיין האט א חיוב צו גיין אין מיליטער.

כ'האב אבער קיינמאל נישט פארשטאנען די טענה פון "וואס וועט שוין די פראטעסט העלפן"... פארוואס זענען מיר אנדערש פון אלע אנדערע מענטשן אויף די וועלט וואס ווען עפעס באדערט זיי מאכן זיי פראטעסטן?
 
דין מרמזון במילי, עס איז שוין צייט פאר די היינטיגע
סאטמאר רבי׳ס ארוס צו ברענגען אין פובליק,וואס רוב זייערע חסידים האלטן בגלוי ובסתר, אז כהיום
אז די יישוב אין ארץ ישראל איז אויס גיוואקסן דוקא מיט חרדים אויף אזא פארנעם, וואס נישט בן גוריון און נישט להבדיל דער בריסקער רב האבן זיך גיקענט פאהרשטעלן , זענען שוין די טיטשינגס פון ויואל משה נישט אפ טו דעיט, און עס פארלאנגט א רעוויזיע ,זיי -די רבי׳ס-דארפן האבן די קוראזש און פארשטאנד, ווי אזוי עס פאהר צוגעבן פאר דעם קומענדן דור .
מען קען דאך נישט לייקענען שמש בצהרים אז די קיום המדינה איז דער רצון השם .
 
פארוואס דארף מען נאך היינט אזויפיל סאלדאטן? יעדע גוט טרענירטע סאלדאט וואס ווייסט וויאזוי צו ארבייטן מיט טעכנעלאגיע, קען טון היינט די ארבעט פון 50 סאלדאטן אמאל (אדער מער) אפילו די עזה מלחמה דאכצעך אז מען האט נישט גענוצט ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן. (אויב איינער האט די נאמבערס ביטע ברענגען)

אמאל האט מען געדארפט טויזנטער סאלדאטן צו באשוצן געגענטער דארעכנישטערן געביידעס און האלטן פאזיציעס. עס ווערט היינט געטון אין גרויס טייל דורך קלוגע דראונס און ראבאטן. פארגעשריטענע לעבעדיגע קאמיוניקאציע און עי איי.
 
די טענה גייט אז אין דער יעצטיגער עזה קריג האבן מילואימניקים געדארפט צוריקגיין עטליכע מאל וויבאלד ס'איז נישט פאראן גענוג אסאך.
 
פארוואס דארף מען נאך היינט אזויפיל סאלדאטן? יעדע גוט טרענירטע סאלדאט וואס ווייסט וויאזוי צו ארבייטן מיט טעכנעלאגיע, קען טון היינט די ארבעט פון 50 סאלדאטן אמאל (אדער מער) אפילו די עזה מלחמה דאכצעך אז מען האט נישט גענוצט ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן. (אויב איינער האט די נאמבערס ביטע ברענגען)

אמאל האט מען געדארפט טויזנטער סאלדאטן צו באשוצן געגענטער דארעכנישטערן געביידעס און האלטן פאזיציעס. עס ווערט היינט געטון אין גרויס טייל דורך קלוגע דראונס און ראבאטן. פארגעשריטענע לעבעדיגע קאמיוניקאציע און עי איי.
ווי צילסטו? ווייל מ'קען זיך באגיין מיט די פאר מזרחיסטן, זאל מען פטר'ן די חרדים?
ווער יא און ווער נישט?
 
1000298913.webp
 
לדעתי איז די גאנצע הפגנה היינט נאר צו אנגרייטן די עולם צו וועלן פאר די אראביש שטיצענדער/שונא (מדינת) ישראל מעיאר
 
לדעתי, די גרעסטע פרצה (פערצע) פון די גיוס איז אז עס קען פאראורזאכן א שלום צווישן די צוויי ברידער לבית סאטמאר רח"ל.
א חבר אין וויליאמסבורג פארציילט מיר אז זינט די מחלוקת גלויבט שוין קיינער גארנישט פון די פראפאגאנדע וואס מ'דערפיטערט. שטעל זיך פאר זיי מאכן שלום, דער עולם וועט שוין אנהויבן גלויבן די אלע שטותים!
 
איעדע סאסייעטי שטעלט צו entertainment פאר זייער עולם ביי איינעם איז עס baseball ביי א צווייטן football ביי א דריטן wars ביי א פערטן protests און ביי סאטמער איז עס מחאות, גיוס איז נישט די סיבה פאר די מחאה נאר די עקסקיוז פון די מחאה Aka entertainment
 
לעצט רעדאגירט:
מיר האט עס אויסגעקוקט זייער לאנגווייליג. פארוואס זאל מען וועלן שטייען אין די גאס און הערן דרשות של דופי, נאר פאר די אביליטי צו שרייען 'פוי' יעדער שטיק צייט?
מ'קען שרייען פוי אין שטוב אויך.
 
לדעתי איז די גאנצע הפגנה היינט נאר צו אנגרייטן די עולם צו וועלן פאר די אראביש שטיצענדער/שונא (מדינת) ישראל מעיאר
דו מאכסט מיר טראכטן... (און געווענדליך גלייב איך נישט אין קאנספיראציעס)
 
זייער שיין פון סאטמער פארן צושטעלן א בין הזמנים פראגראם פאר די בחורים און כולל אינגערלייט (און רבנים)
איי פיל בעד פאר דער באלאבאס וואס האט געשווענדעד אפאר שעה צו קענען שרייען פוי באחדות
וואס דער באבוב45 האט געזוכט דארט ווייסט איין גאט, דער גייט אויף א וועג אף נאו ריטארן.
 
אוועראל ביזסטו גערעכט מיט דיין טענה דא, אבער סאטמער האט א צווייטן פראבלעם מיט די גיוס, זיי האבן דאך א פראבלעם מיט די מדינה איטסעלף. ס'וועט נישט העלפן אויב די מיליטער וועט זיין צוגעשטעלט צו חרדים. והבן.
זאלן זיי אוועק מופן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לדעתי, די גרעסטע פרצה (פערצע) פון די גיוס איז אז עס קען פאראורזאכן א שלום צווישן די צוויי ברידער לבית סאטמאר רח"ל.
א חבר אין וויליאמסבורג פארציילט מיר אז זינט די מחלוקת גלויבט שוין קיינער גארנישט פון די פראפאגאנדע וואס מ'דערפיטערט. שטעל זיך פאר זיי מאכן שלום, דער עולם וועט שוין אנהויבן גלויבן די אלע שטותים!
ביידע רעביס זענען געגאנגען? זיך געטראפן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס איך פראביר צו פארשטיין, פארוואס ווען יוסל וואלדמאן האט דערציילט די מידיא אז אין קרית יואל שלאגט מען און מפיינוגט די שונאים איז ער געווען די גרעסטע מחלל שם שמים, און ווען טויזענטער אידן גייען שרייען אין מאנהעטן אז אין ארץ ישראל שלאגט מען יודען אין עס א גרויסע קידוש השם,
איך בין זיכער אז די טויזענטער מענטשן האבן עפעס א פארשטענדליכע תירוץ איך קען נישט גלייבן אז אלע מענטשן גייען מיט די קאפ אין וואנט
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1000854029.webp
    1000854029.webp
    100.2 KB · געזען: 18
כ'האב אבער קיינמאל נישט פארשטאנען די טענה פון "וואס וועט שוין די פראטעסט העלפן"... פארוואס זענען מיר אנדערש פון אלע אנדערע מענטשן אויף די וועלט וואס ווען עפעס באדערט זיי מאכן זיי פראטעסטן?
איך פארשטיי די פראטעסטן אבער פארוואס מאכט מען נישט קיין פראטעסטן אז היתכן אידן דארפן ארבעטן, די גאנצע אמעריקע (און די גאנצע וועלט) שטייט נאר וועגן די פאר ערליכע אידן ! זאלן די גוים אונז אויסהאלטן קאמפליטלי, יעדע איד זאל באקומען פון די גאווערמנט א מיליאן דאלאר פער יאר פער קינד
חיך קדמך
 
מיר האט עס אויסגעקוקט זייער לאנגווייליג. פארוואס זאל מען וועלן שטייען אין די גאס און הערן דרשות של דופי, נאר פאר די אביליטי צו שרייען 'פוי' יעדער שטיק צייט?
מ'קען שרייען פוי אין שטוב אויך.
פרוביר נאר צו שרייען פוי ביי דיר אין שטוב אזויפיל מאל🤣
 
Back
Top