חלב ישראל פרשה —- דרך כלל

ריבי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 22, 2025
מעסעדזשעס
977
רעאקציע ראטע
2,413
פונקטן
413
עס איז אויסגעקומען צוהערן א דרשה פון א חשוב׳ען
רב, ווי ער האט מעורר גיוועהן אין דעם ענין כשרות הבשר אז מען דארף נזהר זיין פון ריפעקעדזשט פלייש,אפילו מיט השגחה,ווייל די מציאות איז אז דארט ווי די ריפעקעדזשינג קומט פאהר, איז כמעט נישט מעגליך אז עס זאל זיך נישט אויסמישען פון איין סארט שחיטה צו אן אנדערע , וועסטו פרעגן מאי כולי האי, אלע פליישען קומען דאך פון כשר׳ע שחיטות, איז ער מסביר אז טריפות איז שטארק שכיח ביי די ריאה-לונגען-מיט סירכות וואס מען שיילט אוועק,און מען דארף זיין א ירא שמים,צו וואוסען אז עס איז בדרך היתר וואס נאר גאט ווייס וואס ער טהוט דארט ביי די בדיקת פנים ,איז איינער
וואס זוכט כשר׳ס,דארף דוקא קויפען פון די שחיטה
וואס ער האט אהנגינומען אז עס איז אהקעי ,
און ער דארף זיך אפשיידען פון אנדערע , עד כאן דבריו, איז שווער א קשיא , אויב טריפות איז אזוי
שכיח עס איז מער ווי א מיעוט המצוי , רוב בהמות
וואס מען שחט׳ט נעמט מען נישט,ווייל זיי האבען א
חשש טריפות , איז ווי אזוי טרינקען מיר מילך אז מיר ווייסען פעקטשועל אז אויב מען וועט שחט׳ן די
מעלק קיען, וועלן רוב זיין נישט כשר ,עד כאן הקושיא
מען מוז זאגען, אז הלכה האט כללים וואס שטימט נישט מיט די מציאות , דאס מיינט אז די הלכה איז
קובע, רוב בהמות כשרות , קען מען טרינקען מילך ביז עס איז נישט דא א ריעותא, וואס מען זעהט ערשט נאך שחיטה , אויב איינער האט א קלאהרער
הסבר איז -פתח פיך ויאירו דבריך
 
איך האב געהערט זאגן אז ר' הערשל שעכטער טרינקט טאקע נישט קיין מילך וועגן אט דער פראבלעם! ער טענה'ט אז מ'זעהט בחוש אז היינטיגע צייטן זענען רוב בהמות נישט כשרים.
 
הלכה קען נישט קובע זיין קיין מציאות בשום פנים ואופן.
דער מציאות איז קובע די הלכה. ופשוט הוא.
דאס אז מען טוישט נישט פאקטיש די הלכה אין די השגחות, איז א קשיא אויף זיי, נישט אויף די הלכה.
 
איך האב געהערט זאגן אז ר' הערשל שעכטער טרינקט טאקע נישט קיין מילך וועגן אט דער פראבלעם! ער טענה'ט אז מ'זעהט בחוש אז היינטיגע צייטן זענען רוב בהמות נישט כשרים.
אויב אז רבי הערשל שעכטער טרינקט נישט מילך
איז דאך א סימן אז די קושיא איז ריכטיג , כלל ישראל טרינקט דאך יא מילך און עסט גבינות , דארף מען דאך א תירוץ .
 
מיין חבר טענה'ט אז רב שעכטער איז נישט גערעכט. ווייל דער בהמות וואס מ'שיקט צום שחיטה זענען שוין לכתחילה שוואכע און אפילו קראנקע בהמות ממילא איז דא אזא סעלעקציע נויגונג דא.
 
מיין חבר טענה'ט אז רב שעכטער איז נישט גערעכט. ווייל דער בהמות וואס מ'שיקט צום שחיטה זענען שוין לכתחילה שוואכע און אפילו קראנקע בהמות ממילא איז דא אזא סעלעקציע נויגונג דא.
לכאורה קען זיין פונקט פארקערט א סברא , אז די בהמות וואס מען ברענגט צו שחיטה זענען רעלאטיוו
יונג,און עס דארף וועהן זיין ווינציגער טריפות,משא״כ
די מעלק קיען, האלט מען פאר לאנגע יאהרן, איז מסתבר אז זיי דעעועלאפן מער ריאה פראבלעמען ,
מיט סירכות אין די לונגען .
 
מיין חבר טענה'ט אז רב שעכטער איז נישט גערעכט. ווייל דער בהמות וואס מ'שיקט צום שחיטה זענען שוין לכתחילה שוואכע און אפילו קראנקע בהמות ממילא איז דא אזא סעלעקציע נויגונג דא.
אויס צוקלאהרען די זאך , מען ברענגט נישט שוואכע קראנקע בהמות לשחיטה , מען ברענגט דייקא געזונטע אויס גיפאשעטע יונגע בהמות וואס ווערן גיהאדעוועט לשחיטה , די קיען וואס מען נוצט פאר מעלק איז א מין בפני עצמו, די האלט מען יאהרן פאר מעלקן , עס איז באקאנט גיווארען 25 יאהר צוריק אז א גרויס חלק גייען אדורך אפעראציעס ביי די וועטערינער דאקטוירים, ווייל זיי דעוועלאפן גאז וואס זאמעלט זיך אין די מאגען , און עס מאכט א חשש טריפות , און זייט דעמאהלטס האט מען מבדיל גיוועהן די בהמות ,און מען האט גיטוישט די וועג פון די פראצעדור, אז עס זאל ווערן גימאכט אויף אן אופן , אז עס זאל נישט זיין די פראבלעם,פון נקרע הכרס ברובו.
 
איך האב געהערט פון מיין רב אז רוב בהמות זענען בעצם כשר מילא איז נישטא קיין פראבלעם צי טרינקען מילך. איי מען זעט דאך בשעת שחיטה אז רוב בהמות זענען נישט כשר? דאס איז וויבאלד אונז קענען נישט גענוג גוט די מציאות פון די בהמות במילא פסל׳ט מען אפ יעדע מידענסטע חשש, אבער ווען אונז וואלטן עכט גוט געקענט די מציאות וואלטן רוב בהמות געווען כשר.
 
יא , מיר האט מען אויך ענדליך ממליץ גיוועהן עטליכע מורי הוראה, אבער עס בלייבט סוף כל סוף, שווער און תמיהה ,אויב איז די מציאות אז מען נוצט נישט די פלייש,פארוואס טרינקט מען די מילעך,
חלב פון טריפה איז אסור מן
התורה , ועדיין צריך יישוב.
 
איך מיין האסט נישט געכאפט די פוינט.

ווען איך נעם ארויס מילך פון א קוה, האב איך נישט קיין צד צי זאגן אז די קוה איז טריפה, מילא גיי איך נאך רוב און די מילך איז כשר.
משא״כ ווען איך טרעף א חשש טריפה אין א בהמה קען איך נישט גיין נאך רוב, ווייל עס איז דא א שטארקע צד אז דעי בהמה איז א טרפה.
 
איך האב געהערט פון מיין רב אז רוב בהמות זענען בעצם כשר מילא איז נישטא קיין פראבלעם צי טרינקען מילך. איי מען זעט דאך בשעת שחיטה אז רוב בהמות זענען נישט כשר? דאס איז וויבאלד אונז קענען נישט גענוג גוט די מציאות פון די בהמות במילא פסל׳ט מען אפ יעדע מידענסטע חשש, אבער ווען אונז וואלטן עכט גוט געקענט די מציאות וואלטן רוב בהמות געווען כשר.
דאס וואס מען זאגט אז יעדע מינדעסטער חשש נעמט מען נישט איז נישט פעקטשועל , מען נעמט נישט די בהמות וועגן סירכות וואס מאכט א חשש טריפות מן התורה , איז דאך דא א פראבלעם פון חשש טריפות,איז פארוואס זאל מען נישט חושש זיין
ביי די מילעך, האט דאך דענסטמאהל רבי הערשעל שעכטער א שטארקע טענה .
 
איך מיין האסט נישט געכאפט די פוינט.
ווייל רוב בהמות אויף-איינמאל זענען כשר מילא איז די מילך כשר, משא״כ ווען עס קומט צי א ספעציפישע בהמה און עס קומט ארויף א חשש און אונז קענען נישט די מציאות צי דאס הייסט א פסול, גייט מען לחומרא, און מען קען עס נישט כשרן מיט רוב, וויבאלד עס איז דא א חשש אויף דעי ספעציפישע בהמה.
אבער מיט די מילך האב איך נישט קיין ספעציפישע חשש, מילא גייט מען מיט רוב בהמות זענען כשר.
יעצט הער מען מער א מילתא בטעמא ,
 
יעצט הער מען מער א מילתא בטעמא ,
דאס וואס מען זאגט אז יעדע מינדעסטער חשש נעמט מען נישט איז נישט פעקטשועל , מען נעמט נישט די בהמות וועגן סירכות וואס מאכט א חשש טריפות מן התורה , איז דאך דא א פראבלעם פון חשש טריפות,איז פארוואס זאל מען נישט חושש זיין
ביי די מילעך, האט דאך דענסטמאהל רבי הערשעל שעכטער א שטארקע טענה .
עס דארף מער הסבר , וועלן מיר זאגען אזוי , עס איז דא צוויי מינים ביי רוב - רובא דאיתא קמן אזוי ווי ביי אחרי רבים להטות , רוב פון סנהדרין זאגט פטור, מיעוט זאגט חייב גיי נאך רוב , פון דא לערנט מען ארויס אז א חתיכת נבילה מישט זיך אויס אין צוויי חתיכות כשר, ווערט עס בטל און מען מעג עסן אלע דריי ( עס איז דא א רשב״א וואס זאגט אז נישט איין מענטש זאל עסן די דריי ווייל דענסטמאהל עסט ער זיכער דעם איסור, דער רא״ש איז מיקל )- די הלכה איז נאר ווען די תערובת האט פאסירט יבש ביבש ווי עס איז נישט דא קיין נותן טעם-איז אזוי,ביטול ביטול ברוב לערנט מען פון אחרי רבים להטות , די תלמוד אין מסכת חולין איז דן פון וואנען ווייס איך, אז מען גייט נאך רוב ביי א רובא דליתא קמן, למשל ווען מען שחט א בהמה איז מען נישט בודק די י״ח טריפות, כמה לימודים ווערט פארגישלאגען דארט , און די מסקנא איז, אז מען גייט נאך רוב אפילו ליתא קמן, דאס מיינט אז מען איז נישט בודק נאך שחיטה, די אלע מיני טריפות ווייל אונז האבען א כלל אז ״רוב בהמות כשרות ״
פארלאזט מען זיך אויף רוב , דאס מיינט אפילו ווען אין מציאות קען זיין אז די פארטיקולער בהמה איז טריפה , ווי לאנג איך זעה נישט קיין טריפות, איז עס כשר ,דער חת״ם סופר איז מסביר אז לויט די מסקנא איז דער רוב פון ליתא קמן שטארקער ווי דער רוב פון איתא קמן ,ווייל דארט ביי איתא קמן איז דאך שוין איתחזק איסורא , איך פארלאז מיך אויף ביטול ( מען זעהט דאך דער רשב״א וואס זאגט אז איין מענטש זאל נישט קאנסומען די גאנצע תערובת ) אבער ביי רובא דליתא קמן איז היתר גמור און מען דארף נישט קוקען נאך טריפות ,
קומט אבער רש״י בשם הלכות גדולות און ער ווארפט אריין א פלאק , אז אזוי ווי עס זענען מצוי אין
די ריאה סירכות וואס מאכען א חשש טריפות, דארף
מען בודק זיין די לונגען פון א בהמה , איז דא ווערט דער פראבלעם ווייל די סירכות זענען מצוי כהיום אויף אזוי ווייט אז רוב בהמות וואס ווערן גישחט׳ן גיט מען פאר גוים וועגן די סירכות, וואס ברענגען א חשש טריפות, אבער דאס איז נאר נאך די שחיטה ווען מען איז בודק און מען טרעפט דעם פראבלעם .
איז אבער ביי די מילעך פון די בהמות , בלייבען מיר ביי דער כלל אין די הלכה,אז רוב בהמות כשרות , און מען נוצט די מילעך , איי , איך ווייס דאך אז אויב וועל איך שחט׳ן די מעלק קיען, וועלן רוב נישט זיין כשר לאכילה , איז אבער בהמה בחייה, כאטש עס האט א חזקת אבר מן החי און א איסור שאינו זבוח
איז אבער לגבי טריפות בחזקת כשר,מכח פון דעם כלל- רוב בהמות כשרות- פון די הלכה , היוצא לנו מזה אז הלכה מוז נישט זיין פארבונדען דוקא מיט
מציאות , יקוב הדין את ההר.
 
Back
Top