לאמיר נעמען א משל פון א טאפ. א טאפ האט א יוצר, און איינעם פאר וועם עס באלאנגט. אויב די יוצר האט לכתחילה געמאכט די כלי פאר ראובן, און נאכדעם פארקויפט עס ראובן פאר שמעון, וועסטו זאגן אז עס איז נאכאלס ראובן'ס ווייל פאר אים האט עס באלאנגט? עס איז קודם געווען ראובן'ס און נאכדעם געווארן שמעון'ס. אבער אויב פרעגסטו ווער די יוצר איז וועט עס בלייבן פונעם ערשטן יוצר אפילו ווען עס ווערט פארקויפט.
איך האב אגאנצן צייט פארשטאנען אז די אוסרים פארשטייען אז יחוס ווענדט זיך אין די יוצר הכלי און וועגן דעם העלפט נישט ווען מ'גיבט עס פאר א צווייטן פונקט ווי ווען ראובן פארקויפט עס פאר שמעון. אבער אויב די ערשטע פרוי איז נישט די יוצרת הביצה, מיט וואס זאל עס בלייבן איר נאכדעם וואס זי האט עס מער נישט?