זייער אינטערעסאנט: סיי פאר וועם פון די וואס האלטן ווי די מתירים איך האב געצייגט דעם שטיקל בן יהוידע, זענען זיי ממש ארויס פון די כלים מיט א ווילדן כעס. איך וואונדער מיך פארוואס רעגט זיי דאס אזוי אויף? נאר זעהט אויס פשוט אז דער אמת טוט וויי! זיי אליין זעהט אויס ווייסן ביי זיך זייער גוט דעם אמת.
ממילא שעלטן און שימפן וועט נישט העלפן צו בארואיגן דעם געוויסן, נאר פשוט צוריק ציען.
אזוי ווי הגר''מ זילבער שליט''א ענדיגט זיין תשובה: אקוה לשמוע שהמתירים זאת יחזרו מדעתם ולא ישמע בבית ישראל דבר הרע הזה.