הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

די צוייטע מאמע איז די וואס גיבט דאס גאנצע מאטיריאל פאר די גוף פונעם קינד, אינקלודינג די אויגן און האר, עס ווערט אויסגעפארעמט לויט די אינסטרוקציעס וואס שטייט אינעם די ען עי וואס זי האט באקומען פונעם ערשטן. פארוואס איז אזוי פשוט אז מען גייט נאך די אינסטרוקציע בוך און נישט דער וואס באשאפט פאקטיש דאס קינד?
איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש, וועגן דעים האלט איך אז תרומות ביצה איז מותר, און ס'איז א שאד די גאנצע אפעראציע דא
 
לפענ"ד איז ממזרות בכלל נישט שייך דא

קודם כל, כפי שכבר כתבו החברים היקרים, אז ס'איז דאך נישט דא קיין ביאת איסור בכלל, ואדרבא חייב לפקוד את אשתו

אין נאכמער, לאמיר זאגן מ'נעמט עס פין א מיידל אין נאכדעם האט זי חתונה, וועט די קידושין אויף איר אויך חל זיין אויף די שחלה וואס איז שוין לאנג מושתל אין א אנדערע פרוי, אלו דברים שלא ניתן להיאמר כלל, אזוי זעט מען אויס ווען מ'נעמט הלכות אין מ'פרובירט עס ארויפציקוועטשן אויף פלעצער ווי ס'בכלל נישט שייך, ועל הכלל כולו יצא....
 
די כוחא דהיתרא פון די גרויסע פוסקים להיתר
וואס בויען אויף דברי ראשונים , איז כדאי לסמוך פאר דער וואס האט א פראבלעם לא עלינו , און דאס איז זיין וועג פון אויפשטעלן דורות מיט זיין זיווג.
קען קומען א איש בליעל , מחוסר בינה ודעת , און
איבער דרייען די וועלט , און זאגן ניין ! ,דו טארסט
נישט , גיי זיך גט׳ן , אדער שטארב אהנע קינדער!
עפעס א מין אכזריות אז עס ווילט זיך זאגן אשר לא
מזרע ישראל המה ,
די זענען נישט מתלמידיו של אברהם אבינו
און נישט מזרע אהרן אוהב שלום ורודף שלום .

טול קורה מבין עיניך, די רבנים המתירם זענען די אוסרים 50 צירוק
 
איך האב געהערט א מעשה'לע, ר' יצחק שטערן וואס איז פון די גרויסע לוחמים ביי אלע מערכות אין סאטמאר ביי די זאליס, ער פירט דא א גרויסע מערכה קעגן די אוועריס היתר, אפילו די רוב רבנים אין זיין קאמפאני זענען פון די מתירים.

האט ער אריינגעזאגט פאר ר' שלמה לייב וויינבערגער, אלעס פיין און וואויל וועגן דיין היתר, אבער ווי פאסט אזא היתר פאר סאטמאר?

ר' שלמה לייב וויינבערגער האט אים צוריק געפרעגט און וואס איז מיט די פובליק סקול? יענס פאסט יא פאר סאטמאר?...
 
לפענ"ד איז ממזרות בכלל נישט שייך דא
סא די אוסרים דארפן האלטן צוויי זאכן אז זייער איסור זאל האבן א סטענד..

  1. די אווערי ווערט נישט בטל צום צווייטן פרוי, אין דאס קינד ווערט גערעכנט צי זיין פון די ערשטע פרוי די תורם
  2. ווען די מאן איז בועל זיין ווייב וואס האט א אווערי פון א צווייטע פרוי, איז דאס קינד וואס קומט ארויס א ממזר.

אין די מתירים דארפן האלטן אז דזשאסט איינער פון די 2 אויבן דערמאנטע איז נישט קיין פראבלעם, אין בום, מותר

עם איי מיסינג סאמטינק?
 
סא די אוסרים דארפן האלטן צוויי זאכן אז זייער איסור זאל האבן א סטענד..

  1. די אווערי ווערט נישט בטל צום צווייטן פרוי, אין דאס קינד ווערט גערעכנט צי זיין פון די ערשטע פרוי די תורם
  2. ווען די מאן איז בועל זיין ווייב וואס האט א אווערי פון א צווייטע פרוי, איז דאס קינד וואס קומט ארויס א ממזר.

אין די מתירים דארפן האלטן אז דזשאסט איינער פון די 2 אויבן דערמאנטע איז נישט קיין פראבלעם, אין בום, מותר

עם איי מיסינג סאמטינק?
עס קען זיין אסור אנדעם וואס די קינד איז א ממזר
 
עס איז דאך פשוט אז די שחלה ווערט די אייגנטום פון די וואס האט עס גיקריגן במתנה
און זי האט זוכה גיוועהן אין די שחלה וכל הבאה
עמהlock stock and barrel כולל כל דנ״א
הכל שלה הכל ניתן ,
הכל מותר לך
אין כאן לא חרם שבועה או איסור
הודו לה׳ ע״י טוב
 
סא די אוסרים דארפן האלטן צוויי זאכן אז זייער איסור זאל האבן א סטענד..

  1. די אווערי ווערט נישט בטל צום צווייטן פרוי, אין דאס קינד ווערט גערעכנט צי זיין פון די ערשטע פרוי די תורם
  2. ווען די מאן איז בועל זיין ווייב וואס האט א אווערי פון א צווייטע פרוי, איז דאס קינד וואס קומט ארויס א ממזר.

אין די מתירים דארפן האלטן אז דזשאסט איינער פון די 2 אויבן דערמאנטע איז נישט קיין פראבלעם, אין בום, מותר

עם איי מיסינג סאמטינק?
איך מיין אז עס ווענט זיך אזוי,

די אוסרים האלטן אז א פרוי איז א בעבי מאשין, במילא ווען מטשענדשט די ענדשען הייסט עס ווי מטוישט די גאנצע פרוי, אין די פרוי אז א אשת איש.

די מתירים האלטן אז א פרוי איז א מענטש,

און פינקט ווי ווען מ'לייגט אריין אין א אשת כהן א נייע הארץ פון א טויטע מענטש, וועט קיינער נישט זאגן אז די הארץ איז מטמה טמת מת, נאר ס'איז איהר נייע הארץ, און ס'ווערט בטל.

די זעלבע ווען מ'לייגט איהר אריין נייע אויוועריס איז עס געווארן א חלק פון איהר.
 
אויב די אוסרים האלטן, אז זי ווערט אסור פאר איר מאן, אלץ אן אשת איש, ווייל זי האט די שחלות פון א צווייטער, ווערט זי ווי יענע פרוי לגבי אישות,
אויב אזוי קען די מאן פון די אשה התורמות וואוינען מיט ביידע פרויען, ווייל זייער דין איז דאך ווי די זעלבע פרוי, און ער וועט אפי' נישט עובר זיין אויף די חרם פון רבינו גרשום
 
איך מיין אז עס ווענט זיך אזוי,

די אוסרים האלטן אז א פרוי איז א בעבי מאשין, במילא ווען מטשענדשט די ענדשען הייסט עס ווי מטוישט די גאנצע פרוי, אין די פרוי אז א אשת איש.

די מתירים האלטן אז א פרוי איז א מענטש,

און פינקט ווי ווען מ'לייגט אריין אין א אשת כהן א נייע הארץ פון א טויטע מענטש, וועט קיינער נישט זאגן אז די הארץ איז מטמה טמת מת, נאר ס'איז איהר נייע הארץ, און ס'ווערט בטל.

די זעלבע ווען מ'לייגט איהר אריין נייע אויוועריס איז עס געווארן א חלק פון איהר.
אזעלכע הוילע בס.
קיינער האט נישט געזאגט אז די פרוי טוישט זיך, די אוסרים זאגן אז די קינד טוישט זיך נישט - דאס קינד איז נישט ווי א מאשין וואס מען קען קויפן אדער איבערגעבן בעלות.

די שאלה איז נישט צו די אבר ווערט בטל. עס קען בטל ווערן. אבער ביצים זענען נישט ווי יעדע אבר - זיי האבן א כוח המוליד, ממילא איז נישט זיכער אז אירע תולדות ווערן נתייחס צום נייעם בעה''ב - ווארום זיי זענען פאקטיש במציאות א תולדה פון א צווייטן.
 
אזעלכע הוילע בס.
קיינער האט נישט געזאגט אז די פרוי טוישט זיך, די אוסרים זאגן אז די קינד טוישט זיך נישט - דאס קינד איז נישט ווי א מאשין וואס מען קען קויפן אדער איבערגעבן בעלות.

די שאלה איז נישט צו די אבר ווערט בטל. עס קען בטל ווערן. אבער ביצים זענען נישט ווי יעדע אבר - זיי האבן א כוח המוליד, ממילא איז נישט זיכער אז אירע תולדות ווערן נתייחס צום נייעם בעה''ב - ווארום זיי זענען פאקטיש במציאות א תולדה פון א צווייטן.
דעמאָלט פארוואס זאגן זיי אז זי איז אסור פאר איר מאן?

אין אז די קינדער ווערן נתייחס צו די ערשטע, וואס מאכט דעס פאר א באות אסור?

וואס איז די חילוק צווישן א הארץ, מיט אויוועריס?
 
@בינה ודעת רוב פוסקים האבן מסכים געווען צו ר' משה פיינשטיין מיט די פרט אז די קינד איז נישט קיין ממזר, אריינגערעכנט היימישע ווי די חלקת יעקב, משנת יעקב מ'קאפיש, הרב וואזנער ועוד. וכ"ש וק"ו דא. אלזא דריי נישט איבער קיין וועלט אז מ'רעדט דא פון ממזרות, מ'דארף זייער שטארק קוועטשן צו טרעפן דא די חשש ממזרות
רוב פוסקים? אזוי גאר?


נו לאמיר טאקע זעהן בקיצור נמרץ ווער ס'האט געהאלטן ווי שיטת הרב מסאטמאר זצ''ל אז הוולד ממזר אדער ספק ממזר, און ווי אויך אז לפי זייערע נימוקים, איז קלאר אז ס'איז אוודאי אויך שייך דא אהער.
און אז אפילו די וואס האבן נישט געהאלטן וולד ממזר ביי הזרעה מלאכתית, אבער לפי זייערע נימוקים וועט דא יא לכאורה זיין וולד ממזר, ונאסרת על בעלה.

די תורה הקדושה זאגט אין פרשת אחרי: ''ואל אֲשֶׁת עֲמִיתְךְ לֹא־תִתֵּן שְׁכָבְתְּךְ לְזרע לטָמְאָה בָהּ''

איז דער רמב''ן דארט אויפן פסוק זאגט: וְאֶפְשָׁר שֶׁאָמַר "לְזָרַע", לְהַזכִּיר טַעַם הָאיסוּר, כִּי לֹא יודע הַזֶרַע לְמִי הוּא וְיָבֹאוּ מִזֶּה תּוֹעֵבוֹת גְדוֹלוֹת וְרָעוֹת לִשְׁנֵיהֶם.

און די זעלבע אבער מער מפורש זאגט דער חינוך אין מצווה ל''ה אויף די לאו פון לא תנאף:
משַׁרְשֵׁי מִצְוָה זו כדי שיתיישב העולם כאשר חפֵץ הַשֶׁם, וְהַשֶׁם בְּרוּךְ הוּא רָצָה שֶׁיִּהְיוּ כָּל עוֹלָמוֹ עוֹשִׂין פַּרוֹתֵיהֶן כָּל אֶחָד וְאֶחָד לְמִינֵהו, וְלֹא שֶׁיִּתְעָרְבוּ מִין בְּמִין אַחֵר. וְכֵן רָצָה שֶׁיִהְיֶה זרע אֲנָשִׁים יָדוּעַ שֶׁל מִי הוּא, וְלֹא יִתְעֶרְבוּ זֶה עִם זה. וְעוֹד יִמָּצְאוּ כַּמָּה הֶפְסֵדִין בַּנֵּאוּף שֶׁתהיֶה סִבָּה לְבַטֵל כַּמָּה מִמִּצְוֹת הָאֵל עָלֵינו שֶׁצונוּ בְּכִבּוּד הָאָבוֹת וְלֹא יִכְּרוּ לַבָּנִים עִם הַנָּאוּף. וְעוֹד יִהְיֶה כִּשָׁלוֹן בְּמָה שֶׁנִּצְטַוינוּ גַם כֵּן שֶׁלֹא לָבֹא עַל הָאָחוֹת וְעַל הַרְבֵּה נָשִׁים, וְהַכֹּל יֵעָקֵר בְּסִבַּת הַניאוּף, שֶׁלֹא יַכִּירוּ בְּנֵי אָדָם קְרוֹבוֹתֵיהֶן.

איז לויט דעם קומט אויס אז דער עיקר יסוד האיסור של אשת איש איז, אז מ'וועט נישט וויסן הזרע של מי הוא, און דאס ליגט בעיקר אינעם סיפא פונעם פסוק ''לזרע''.
איז ממילא קומט אויס אז אויב א פרוי וועט נתעבר ווערן פון זרע פון א איש זר אן א מעשה ביאה, ווי למשל וואס די גמרא חגיגה י''ד ע''ב ברענגט, שנתעברה באמבטי שרחץ שם קודם איש אחר, אדער דורך הזרעה מלאכתית, איז דא ראשונים און אסאך פוסקים וואס האלטן אז דאס קינד וואס ווערט געבוירן פון אזא הזרעה איז א ממזר גמור פונקט ווי דורך א שכיבה גמורה, ווייל כאטשיג ס'איז דא א פלוגתא צו דרשינן טעמא דקרא צו נישט, אבער דא אז דער פסוק זאגט מפורש דעם טעם, גיי איך יא מיט דעם אז דאס איז דער עיקר איסור. יעצט כאטשיג די תורה זאגט דאך אויך ''שכבתך'' און די הלכה איז טאקע אז אפילו א שכיבה בלא הזרעה איז אויך בכרת, און ווי אויך איז די הלכה אז ביי אלע עריות חוץ שפחה חרופה איז אסור ביאה אפילו שלא כדרכה? זאגן זיי אז דאס איז וויבאלד רוב שכיבות זענען כדרכה, און רוב שכיבות ברענגען לידי הזרעה, ממילא האט דאס אויך די תורה געאסרט, אבער דער עיקר איז די הזרעה, ווי ס'איז משמע פונעם ווארט לזרע אז דאס איז די כוונת האיסור, וממילא אפילו נתעברה באמבטי בלא מעשה ביאה איז הוולד ממזר.

יעצט ווער זענען די ראשונים וואס לערנען אזוי? דער מהר''ם מרוטנבורג וואס דער שלטי הגבורים ברענגט צו אין ריש פרק שני דשבועות.
רבינו שלמה מלונדון וואס דער חיד''א אין ברכי יוסף ברענגט וואס ער האט געטראפן אין א קובץ ישן נושן כתב יד על קלף מתשובות הראשונים.
תוספות אין יבמות דף ט''ז ע''ב ד''ה קסבר. וואס זאגט מפורש אז ממזירות האט נישט מיט קיין מעשה איסור ביאה.

און וועלכע פוסקים נעמען טאקע אזוי אן להלכה למעשה אז הוולד ממזר?
הגאון ר' יונתן אייבשיץ זצ''ל בספרו בני אהובה פי' ט''ו מהל' אישות.
הרב מסאטמאר זצ''ל בשו''ת דברי יואל.
גאב''ד ירושלים זצ''ל בשו''ת מנחת יצחק חלק ד' סימן ה'.
הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל בתשובה נדפס בקובץ נועם דף קמ''ו.
הגאון ר' אלחנן וואסרמאן בקובץ הערות סימן ג'.
שו''ת ישכיל עבדי אבהע''ז סימן י' מהגאון ר' עובדיה הדאיה זצ''ל .
הגאון ר' אליהו מאיר בלאך ראש ישיבת טעלז קליוולאנד בתשובה נדפס בקובץ הפרדס סיון תשי''ג.
שו''ת בר ליואי אהע''ז סימן א'.
שו''ת מערכי לב אהע''ז סימן ע''ג.
ולהבבחל''ח הגאון ר' משה שטערנבוך בשו''ת תשובות והנהגות חלק א' סימן תשפ''ח.
שו''ת ציץ אליעזר חלק ט' סי נ''א איז מאריך בגודל חומר האיסור, און פירט אויס אז הוולד ממזר מספק.
יעצט איינער א ת''ח האט מיר געזאגט אז הגאון ר' נתן געשטעטנער ז''ל און הגאון ר''י אלישיב ז''ל, האבן אויך געהאלטן אז הוולד ממזר, אבער היות איך האב עס נאך נישט געטראפן בכתב שלהם, ממילא ווייס איך נישט.

יעצט איז אבער דא וואס האלטן אז דער עיקר איסור איז דער רישא דקרא ''שכבתך'', וממילא בלא מעשה שכיבה איז נישט דא קיין ממזירות, און זיי ברענגען זיך א ראיה פון א רבינו פרץ וואס דער ב''ח אין יו''ד סי' קצ''ה ברענג צו, אז בלא מעשה ביאה כאטשיג דאס קינד איז נתייחס נאכן טאטען און ער איז אסור באחותו מן האב, אבער קיין ממזר איז ער נישט, ווייל ס'איז נישט געווען קיין מעשה ביאה.
און אזוי האט געהאלטן הגר''מ פיינשטיין ז''ל אין זיין באקאנטע תשובה בשו''ת אגרות משה אויף כמה מקומות.
אבער מיט דעם וואס ער האלט אז וויבאלד ס'איז בלא שכיבה איז עס ממש מותר, איז ער געווען ממש א דעת יחיד.

ווייל אפילו דער חלקת יעקב וואס איר ברענגט צו האט געהאלטן אז ס'איז אן איסור חמור און א מעשה נבלה וויל מ'איז פוגם דעם יוחס. נאר לגבי וולד ממזר איז ער מיקל בדיעבד להכשירו לבוא בקהל. אבער לכתחילה שרייבט ער אין ח''ג סימן מ''ו בלשון זה: "אבל לכתחילה לעשות מעשה הנבלה הלזו לקבל זרע מאחר, חוץ מכל החששות והאיסורים שיש בזה, ''יש להתחשב הרבה עם דעת הרבנים הגאונים שדעתם בהחלט שהולד ממזר והיא נאסרה על בעלה'',
גיי ווייז עס פאר די מתירים...

און אפילו הרב וואוזנער וואס האט נישט געהאלטן וולד ממזר, שרייבט אין שבט הלוי ח''ג סימן קע''ה כהאי לישנא "המעשה של הזרע המלאכותית להכניס זרע של איש אחר או של גוי לגופה של אשת איש היא תועבה שאין כמוה ואסורה מן התורה, ואם הבעל מכריחה לזה להיות ''ילדיה ילדי זנונים, ומלאה הארץ זימה" יוציא ויתן כתובה.

יעצט זעהט מען דאך קלאר אז אפילו לויט די וואס זענען נישט מחמיר בממזירות איז דער עיקר טעם ווייל ס'איז נישט געווען קיין מעשה ביאה, און אפילו דעמאלטס זאגן זיי אבער קלאר אז ס'איז אן איסור חמור, ווייל די וולדות הנולדים זענען פגומים און ילדי זנונים.

קומט דאך אויס דא ביי השתלת שחלות אז וויבאלד דער חשש פון עירוב הוולדות איז דא פונקט אזוי ווי ביי הזרעה מלאכתית, ווייל ווי מזאג מיר כסדר אז נישט די ביצה וואס מאכט דעם קינד איז אירס, און ממילא איז דער חומר הסעלס פונעם וולד אויך נישט אירס, נאר ביידע באלאנגט צו א אשה אחרת. און בנוסף לזה איז דאך דא יא דא א מעשה שכיבה גמורה, ממילא איז דאך פשוט אז לפי כל הנימוקים זענען די וולדות ממזירים רח''ל ונאסרת על בעלה.

און דער מציאות פון עירוב הוולדות דאס זעהט מען דאך בחוש, אז דאס קינד איז דומה אינגאנצן בדמותו ובצלמו ובמהותו נאר צו די אשה התורמת און נישט צו די נתרמת, ווי געזאגט שוין כמה פעמים. און די מתירים זאגן סתם א חילוק בלי טעם, אז יעצט איז ער נאר א ביצה יבש, און די צווייטע פרוי מאכט עס ראוי להפרייה.
געוואלד און געשריגן! נו וואס איז וועגן דעם?? די ביצה איז דאך שוין פונקט אזוי געווען בעולם פארדעם, און דאס אז די פרוי מאכט עס ראוי להפרייה מאכט דאך גארנישט אויס במציאות הוולד, נו פארוואס זאל עס שוין וועגן דעם הייסן איר קינד?? ס'גייט עפעס אזוי אז מ'קען מאכן סתם אזוי חילוקים אין די וועלט אריין בלי שום הסבר להתיר תועבה גדולה כזה??
און וויפיל מאל איך שריי אז קיינער האט נאך נישט מסביר געווען קיין קלארע הסבר פארוואס ווייל די צווייטע איז עס מכין להפרייה ווערט עס איר קינד, איז דער איינציגער תירוץ אלעמאל, מיטן פשוט נאכאמאל איבערזאגן דעם חילוק ככתבו וכלשונו...

במילא וויל איך בעטן נאכאמאל: כל מי שיש לו תשובה על זה יבוא וישיב, די גאנצע חילוק פון א געצייטיגטע ביצה און אן אומגעצייטיגטע, ווייסן זיי נאר פון די סייענס. יעצט די זעלבע סייענס זאגט אויך אז ביצירת הוולד מאכט עס גארנישט אויס ווער ס'טוט אביולעיטן דעם ביצה, דאס איז טייטשט זייער קלאר אז דאס קינד איז שוין נעשה ונגמר אין די אומגעצייטיגטע ביצה ''פונקט אזוי'' ווי אין די געצייטיגטע. און צו משתיל זיין אין א פרוי א געצייטיגטע ביצה זענען קיינער פון זיי נישט מתיר. פארוואס? ווייל דאס איז דאך שוין א ''פארטיגער קינד'', און ממילא איז דאס ממש פונקט ווי איך זאל ווען אריין לייגן אן צוויי חדשים'דיגער עיבור בבטן אשה, וואס דאן פארשטייט דאך יעדער אז דאס איז נישט די אשה'ס קינד. כאטשיג די צוויטע אשה מיט אירע כוחות און האורמענ'ס טוט שפייזן די סעלס פונעם קינד עד שישלים את גופו, דאך פארשטייט אבער יעדער אז דאס מאכט גארנישט אויס און דאס איז א פארטיג קינד דורך די ערשטע מאמע. איי ער איז דאך ווייט פון געצייטיגט? און די זעלבע א פארטיגע ביצית איז דאך אוודאי ווייט פון געצייטיגט, דעסטוועגן דאך פארשטייט יעדער איינער אז דאס קינד, דאס טייטשט דער ''חומר ומהות הוולד'' וואס פון דעם חומר ווערט נאכדעם נתהווה פון זיך אליין דער גאנצער גוף הוולד, איז שוין נעשה ונגמר כלו תיכף ברגע יצירת הביצים שעל השחליים.
ער איז נאכנישט געצייטיגט??
נו נאכדעם ווען ער איז שוין א יא אראפ פון די שחליים איז דאך נאך אויך נישט געצייטיגט, ער ברויך נאך ווערן א גוף שלם, און יעצט איז ער נאך א משהו שבמשהו?? אה! אבער ''החומר ומהות שלו'' איז שוין יא פערטיג! איך פארשטיי.
נו דא בעודו מחובר להשחליים איז ער אויך נאך נישט געצייטיגט, אבער ''החומר ומהות שלו'' איז שוין יא פערטיג! נו געוואלד געשריגן מה החילוק בין זה לזה??
סתם איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל דאס איז געצייטיגט און דאס נישט?
דאס איז דער גאנצער היתר?


איז דען פאר איינעם א ספק שבעולם צו הרב מסאטמאר זצ''ל וואלט ממש מרעיש עולמות געווען אויף אזא זאך?? שעמען זיך נישט זיינע אייגענע תלמידים און קענען קומען מתיר זיין אזא מין תועבה נוראה??

און וואס איז מיט דעם חלקת יעקב וואס זאגט "אבל לכתחילה לעשות מעשה הנבלה הלזו לקבל זרע מאחר, חוץ מכל החששות והאיסורים שיש בזה, ''יש להתחשב הרבה עם דעת הרבנים הגאונים שדעתם בהחלט שהולד ממזר והיא נאסרה על בעלה'' ???

נאר ס'קוקט אויס אז טייל פון די רבנים ווייסן בכלל נישט און האבן בכלל נישט ארויס דעם מציאות. און ממילא דארף מען דא ממש איבערקערן די וועלט! מ'דארף צו וויסן אז דא פירט מען דורך א האלאקאוסט אויפן כלל ישראל רח''ל! ווייל וואספארא ביטערע צרות אזא התבוללות וועט אנברענגען איז איום ונורא ממש! ווער ס'קען איז מחיוב ארום צו גיין דו די רבנים המתירים און זיי אויפקלערן דעם שרעליכען אמת וואס דא טוט זיך, אפשר קען מען נאך עפעס ראטעווען.

און פאר די רבנים וואס ווייסן יא דעם אמת אויף וואספארא שטות ושקר דער מכלומר'שטער היתר איז געבויעט, שרייען שלומי אמוני ישראל אויס אויף זיי:

שעמטס ענק! בושה וחרפה תכסה פניכם! הקולר של איסור אשת איש וממזירות ועוד הרבה איסורים חמורים, תלוי על צוואריכם.
עטס זענטס מסלק השראת השכינה מישראל, אזוי ווי בימי מנשה כשהעמיד צלם בהיכל ה'.
ווער ווייסט וואספארא ביטערע צרות ס'קען יעצט חלילה קומען, ה' ישמרנו ויצילנו!


יעצט לאמיר לערנען א שטיקל גמרא אין קידושין דף ע' ע''א: אָמַר רַבָּה בַּר רַב אַדָּא וְאָמְרִי לה אָמַר רַבִּי סלָּא אָמַר רַב הַמְנוּנָא: כָּל הַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה שֶׁאֵינָהּ הוֹגנת לו (רש''י: פסולה לו.) אֵלִיָּהוּ כּוֹפְתוֹ וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא רוֹצְעוֹ. (רש''י: מלקיהו ברצועה.) וְתָנָא: עַל כּוּלָם אֵלִיָּהוּ כּוֹתֵב וְהַקָּדוֹש ׁ בְּרוּךְ הוּא חוֹתָם: אוֹי לו ֹ לַפּוֹסֶל אֶת זַרְעוֹ, וְלַפּוֹגֵם אֶת מִשְׁפַּחְתּוֹ,

ואָמַר רַבִּי אָבִין בַּר רַב אַדָּא אֶמַר רַב: כָּל הַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה שֶׁאֵינָהּ הוֹגֶנֶת לוֹ, כְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוא מִשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ, מֵעִיד עַל כָּל הַשְּׁבָטִים וְאֵין מעִיד עָלָיו, שֶׁנֶּאֱמַר: "שִׁבְטֵי יְהּ עֵדוּת לְיִשְׂרָאֵל", (רש''י: אותן שהן ישראל הוא מעיד עליהן שהן משלו.) אֵימָתִי הָוִי עֵדוּת לְיִשְׂרָאֵל? בִּזְמַן שֶׁהַשְׁבָטִים שבטי יה

אָמַר רַבִּי חָמָא בְּרַבִּי חֲנִינָא: כְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך ְ הוּא מַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ - אֵין מַשְׁרֶה אֶלָּא עַל מִשְׁפָּחוֹת מְיוּחָסוֹת שֶׁבְּיִשְׂרָאֵל, (רש''י: משפחות שהם ישראל גמורים.) שֶׁנֶּאֱמַר: "בָּעֵת הַהִיא נְאֻם ה' אהיה לֵאלֹהִים לְכל מִשְׁפְּחוֹת יִשְׂרָאֵל", "לְכָל יִשְׂרָאֵל" לֹא נֶאֱמַר, אֶלָּא "לְכֹל משפחות''

זאל מען גוט וויסן מיט וואס מ'שפילט זיך דא!


נאר וואס דען? ווי ס'איז באוויסט פון ספרים הקדושים אז יעדע צרה און יעדע קליפה וואס איז זיך מתגבר חלילה וחס אויפן כלל ישראל, האט א שורש און אן התחלה ווי ס'איז געשהן א פגם וואס דורך דעם האט דער שטן מיט זיינע מקטריגים באקומען א כח איבער אידן צו דורכפירן אזא גזירה.
איז לאמיר זיך מתבונן זיין אביסל. ס'איז ידוע ליידער פאר יעדן וואספארא שרעליכע רשעות והשחתה ס'גייט פאר היינטיגע צייטן בנוגע דעם ענין פון נישט צולאזן טאטעס צו קינדער אין פאל פון א גט אדער כדומה לזה. ס'ליידער געווארן די לעצטע יארן א מצב אז צענליגער צענדליגער אידן ווערן מיט גרויס רשעות נישט צוגעלאזט יארן לאנג צו זייערע קינדער אפילו אין פאל ווען מ'האלט שוין נאכן גט.
זייט וויסן רבותי, אז אזוי ווי אונז רעדט מיר יעצט, זיצן צענדליגער און צענדליגער טייערע אידן און זענען שרוי בצער עמוק מאד עד אין שיעור וערך ווייל מ'לאזט זיי נישט זעהן זייערע טייערע באליבטע קינדערליך.
נישט לאנג צוריק חנוכה צייט האט מען אריין געטראגן א יונגערמאן אין שפיטאל מיט א צובראכענעם היפ. וואס איז? ס'איז חנוכה ביי אידן, פון די שענסטע צייטן ביי א יודישע משפחה, און ער קען נעבעך נישט זעהן זיינע קינדער, ווייל אזוי האבן אפאר עסקנים רוצחים ואכזרים באשלאסן. און נישט קענענדיג אויסהאלטן דעם צער האט ער זיך אזוי אנגעטרונקען ביז ער האט אראפגעטראסקעט און זיך צובראכן דעם היפ ל''ע. פאר איבער א יאהר צוריק האט זיך א בר מצווה בחור'ל גענומען דאס לעבן רח''ל, ווייל מ'האט נישט געלאזן זיין טאטן קומען צו זיין בר מצווה. שומו שמים על זאת. די גאנצע יודישע וועלט וואלט געדארפט אויפציטערן פון אזא שרעקליכער מעשה סדום ועמורה, אבער גארנישט, מ'שווייגט! אלע רבנים און בתי דינים שווייגן! קיין שום דראסטישער קול מחאה וואס זאל אביסל אפשרעקן די רשעים הערט מען נישט. און נישט נאר דאס נאר אין אסאך פעלער איז דא אז געוויסע רבנים ודיינים רשעים גמורים וואס העלפן זיי נאך צו, און זיי זענען גאר די מתחילים בעבירה צו שטופן און מחזק זיין די רשעים עסקנים און בני משפחה צו טוהן די אלע מיני השחתה. אזוי ווי מ'קען אסאך מאל הערן פון זיי ווען מ'האלט זיי פאר פאר זייער רשעות, איז דער תירוץ נעה! די פארשטייסט נישט אלעס.. איך האב א דעת תורה...
און לא די בזה, נאר אין געוויסע פעלער טאמער דער טאטע קומט נישט נאך די אלע רשעות'דיגע פאדערונגען ווערט ער נאך פארמסרט מיט כל מיני שמוציגע בילבולים של שקר ורשעות, און ווערט גאר ארעסטירט פארענט פון זיינע קינדער. און דאס אלעס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם נאר דברים ידועים לכל וואס שפילט זיך כסדר אפ לעיני השמש, און ואין פוצה פה ומצפצף, אלעס גייט ווייטער אן כאילו לא היה כלום.
אויף כל מיני עקסטרעמיזם, מכלומר'שטע פירצות, שטותים והבלים שאין לשער, אויף דעם איז מען כסדר מוחה חדשים לבקרים, דארט ווי מ'קען צוגרינד לייגן א צווייטען איד'ס פרנסה דארט איז יעדער א קנאי ווי דער גוטער יאר. אבער אויף די אמת'דיגע שרעקליכע פשעים הנוראים וואס קומט ליידער פאר במחנינו, אויף דעם פילט קיינער נישט קיין צורך מוחה צו זיין, קיינער קימערט זיך נישט מיטן אמת'דיגן צער און ווייטאג פון טייערע אידישע קינדער וואס נעמט נישט קיין עק שוין אזויפיל יארן. ליידער קוקט אויס ווי ס'איז געווארן פון דעם א גרויסער קיטרוג וואס קומט ארויס אין אזא מין פארעם. ווייל דער מקטרג טענה'ט: עטס נעמטס צו די טאטעס פון די קינדער? איך וועל צונעמען די מאמעס פון די קינדער! די קינדער וועלן ליידער נישט זעהן זייערע מאמעס!

נארטס ענק נישט רבותי, אויב די מאמע איז נישט די עכטע ביאלאגישע מאמע? גייט סיי דאס קינד דאס שפירן כלפי די מאמע, און סיי די מאמע כלפי דאס קינד. ותוצאותיו מי ישורנה. ה' ירחם.

מיט איין זאך קאן מען זיך מנחם זיין, די גמרא זאגט אין ברכות: ס'שטייט א פסוק: ''נפלה ולא תוסיף קום בתולת ישראל'' טייטשט די גמרא 'נפלה' אז כלל ישראל וועט פאלן אזא מין נפילה אז 'ולא תוסיף לנפול' מ'וועט שוין מער נישט קענען פאלן, דעמאלטס וועט זיין 'קום בתולת ישראל'

ס'איז נישט קיין שום ספק אז כלל ישראל האלט שוין יעצט ביי א מצב פון ולא תוסיף לנפול. אז טאמער די גזירה איז מצליח חס ושלום, איז ביז אפאר יאהר נישטא מער קיין כלל ישראל חס מלהזכיר, רחמנא ליצלן. און די עצם זאך אז רבנים ודיינים פון די שטרענג פרומע סאטמאר זאלן מתיר זיין אזא מין תועבה נוראה וואס פאסט ניטאמאל פאר מזרחי רבנים, איז א לא תוסיף לנפול במלא מובן המילה, במילא וועט אוודאי שוין יעצט זיין קום בתולת ישראל בביאת משיח צדקינו בב''א
 
לעצט רעדאגירט:
סתם א פראגע:
פאר די אלע וואס זענען אזוי זיכער אז די קינד איז זיך מתיחס נאך די צווייטע מאמע, וואס וועט זיין אויב מען וועט נעמען א שחלת פון איין פרוי און עס אריינלייגן ביי א צווייטן, און דערנאך ווען די ביצה איז שוין גרייט לייגט מען עס אריין ביי א דריטן עס צו טראגן, איז דען אויך אזוי פשוט אז די קינד ווערט מתיחס צום צווייטן פרוי?!
 
ווערטער זענען נישט קלאהר וואס ער מיינט,
-וואס איז א חילוק וואס איך בין עס מחזיק
צו מגופה צו נישט-אויב איז עס חי ויולדת
איז א סימן אז עס איז נישט טריפה ,
ביי קרום שעלה מחמת מכה דאינו קרום
זאג איך עס סופו ליסתר , און על כן בלייבט
טריפה , דא ביי רחם אויב יס איז חי ויולדת
איז כשר , ונראה דבריו צריכין עיון
מסתמא מײנט ער צוזאגן אז אױב װערט עס נישט בטל צו איר גוף און אהנע מעדיקעישאן װעט עס די גוף במילא רידזשעקטן איז װידער שװער די פריערדיגע קשיא 'ומאי ראיה הא אי הוה טריפה בכלל נטילה היא?' װײל די ענימעל הײסט נאך אלס כאילו נטלה האם און אפשר איז דאס בכלל טריפה?
 
איר מאכט זיך טעמיש איר קענט נישט די גמרא מסכת יבמות דף צ"ז שני אחים תאומים איר מיינט אז אומזינסט האט רב וואזנער געהאלטען אז אפילו ביי תרומות ביצים דארף מען נישט קיין גיור ער האט נאר געהאט א פראבלעם אז לויט ווי ער האט אפגלערנט רש"י איז עס א לאו הבא מכלל עשה

יעצט קום נישט מיט ר' משה שאול קליין ווייל אויף דעם האב איך דיר גיענטפערט און איך בין זייער א שווערע שרייבר
די F און די J באטענס אױף די קיבאורד האבן אזעלכע סימנים װאס מען קען פיהלן מיט די פינגער. די סיבה דערצו איז צוהעלפן א מענטש טײפן אױסענװענדיג (װאס װערט אין ענגליש גערופן טאָטש טײפּינג). לערן דיך אױס ארױפצולײגן די צװײ 'אצבע' פינגערס אױף די J און F קנעפלעך און די איבעריגע דרײ פינגער פון איטש הענד, אױף די באטנעס רעכטס און לינקס פון די J און די F. די צװײ אגודלים קומען ע"פ רוב אױף די ספעיס באטטען אדער אױפ'ן M און C.
אלע איבעריגע לעטטערס קען מען ריטשען, יעדע, מיט די פינגער װאס איז נאענטסטע צו צו יענעם ספעציפישן לעטטער.
די געדאנק פון דעם איז אז, אפילו מען קוקט נישט אױפ'ן קיבאורד, פארלירט מען קײנמאל נישט דאס פלאץ װײל מען האט די J און די F שטענדיג אלס רעפרענצעס.

דאס איז א פראגרעם װאס גוגל רעקאמענדירט צו נוצן זיך צו לערנען טאטש טײפינג אין היברו. מען דארף נאר אביסל געדולד און פערסיסטענץ אבער ואחריתו איז מבטיח אז ס'װעט זיך לױנען.
 
  1. איך דארף פארשטיין @קץ דוחק'ס מעסעדזש דא אין ארדער צי פארשטיין די הלכה'דיגע שאלה? אדער ס'איז דזשאסט א געשמאקע שטיקל סייענס?
מײן גאנצע מעסידזש איז בעיקר געװען פאר די פּױרפּעס פון די צװײ שטיקלעך (אין פארטיקיולאר די רױטע):
מײאוסיס 1 - און אפילו טעֶלאָפֿעיס 1 - א פאזע װֿיטהִין מײאוסיס 1, װען די ערשטע צעטײלונג פאנגט זיך שױן עקשוּלי אהן, ד.ה. פון 46 קראומעזאומס רעדוּסד צו 23, פאסירט נאך אױך װען די פרױ איז נאך א עובר במעי אמה. עס װערט קורץ דערנאך, בּײ געבורט, געפּאוזט (אפגעשטעלט) פאר א מספר יארן.
פערטילײַזעישאָן
יעצט, אױב װערט די סעקאנדערי אעסײט, שױן יעצט אהנגערופן אַן אָטײַד סעל, פערטילײזד, ענדיגט זיך מײאוסיס 2 אין װעלכע די אעסײט צעטײלט זיך צום צװײטן מאל, דאסמאל צעטײלענדיג די 46 קראומעטײדס, און שאפענדיג װידער צװײ טעכטער סעלס, אײנס א גרעסערע, אהנגערופן א מעטשור אָװוּם אדער גאַמיט (פערטילײזד ביצה); אַיעדע אײנע פארמאגענדיג בלױז 23 קראומעטײדס װעלכע פארװאנדלן זיך עגעין אין קראומעזאומס. ממילא בלײבן די סעלס נאכאלס האַפּלױדס, האבענדיג יעדע 23 קראומעזאומס.
איך האב געװאלט װײזן אײנס, אז יענע אינגערמאן פון די 'בענין השתלת שחלות' (ארגינעלער מאמר) דאקומענט האט ליגנט געזאגט אז די צעטײלונג אױף פיהר געשעהט אינגאנצן אין די צװײטע פרױ. און צװײ, אז די צעטײלונג קומט אין צװײ פאזעס, אװאו די צװײטע צעטײלונג געשעהט ערשט מיט פערטילײזעישאן. ד.מ. אז אין טעאריע קען מען זיך אױסמשלען מען זאל אפי' נעמען א גאנצע מבושל'דיגע ביצה (סעקאנדערי אעסײט אדער אָעטײד) פון די תורמות, ארײנלײגן בײ די מקבלת און די חצוצרות און ס'זאל װערן מופרה פון די מאן'ס זרע ע"י געהעריגע ביאה. און היות ס'װערט ערשט פֿוּלי צעטײלט (דהײנו 2טע צעטײלונג) אױף פיהר, בשעת פערטילײזעישאן, איז מײן פראגע, װאס װעלן די מתירים פון שחלה [אבער אוסרים פון תורמות ביצה] זאגן דעמאלס אױף א תורמות ביצה? כשר אדער נישט?
 
כאטשיג ווי געזאגט בין איך נישט אויסגעקאכט אין די הלכה'דיגע שאלה, אבער היות שרייבסט אזא ריזיגע ליסטע פון פריערדיגע גדולי ישראל וואס האבן עס גע'אסרט, האב איך גענומען צייט איבערצוקוקען די בריוון וואס מען האט מפרסם געווען, און דוכט זיך אז מיר האבן נישט קיין בפירושע פסק אויף די שאלה.

הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל -

הגרי"ש אלישיב זצ"ל -

הגאון ר' נתן געשטעטנער זצ"ל -

הגאון ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל -

הגאון ר' יחזקאל ראטה זצ"ל -

הגאון ר' ניסים קרליץ זצ"ל -

הגאון ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל -

ובזה יצאתי ידי חובתי בענין זה.

און דאס וואס דו שרייבסט אז עס איז דא שוחד ממון, כידוע לכל, בין איך נישט באקאנט, אבער כמדומה לי אז דאס איז א שקר גס וואס מען שמירט ארויף אויף די חשובע רבנים המתירים יראי הוראה, והמבזה ת"ח אין תרופה למכתו.
אטו רבותא למיחשב גברא? איז דען א גדולה אױסצורעכענען נעמען? מען דארף קוקן אױף די תוכן התשובות מער װי אױף די נעמען.
 
באמת ביסטו גערעכט; כ'האב נאר געמײנט צוזאגן אז אײנס ס'קען זײן ס'איז א חילוק צװישן צװײ טאטעס און צװײ מאמעס, אזױ װי רב מײזלס װיל טאקע זאגן. צװײ, אז זיך צו דרינגען פון די 'בר מאה פפי וחדא נאנאי' קומט נאר צובאפעסטיגן אז לענײן זנות, ד.ה. לגנאי באטראכט מען װי דאס קינד האט צװײ טאטעס. און ממילא אפשר די זעלבע לגבי צװײ מאמעס אױכעט.
לא הבנתי: וואס מיינט דאס לגנאי, אן עונש, לביישו?
 
Back
Top