הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

אזוי ווי מ'האט געשמיסט, הלכה'דיג קען נישט זיין דא קיין שום פראבלעם, ווייל ס'איז נישט שייך ממזרות אן קיין ביאת איסור, וואס איז זיכער נישט דא ביי השתלת שחלות
וואס יא, ס'איז נישט אזוי באטעמ'ט, ווייל למעשה איז די DNA נישט פין די מאמע, אבער נישט האבן קינדער איז סאך מער נישט באטעמ'ט
 
@עבד ה' געווענליך ביים עפענען א שנירל פארלאנגט זיך אביסל מער קלארקייט איבער וואס די נושא איז.

איך בין אויך נייגעריג פונקט ווי @זית רענן אבער האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט.

אפשר ביסטו מסביר וואס דו ווייסט? וואס איז די שאלה און וואס איז די מציאות הדברים?
@עבד ה'
ש'כח פארן עפענען די שנירל איבער אזא וויכטיגע און אינטערסאנטע נושא.

מ'האלט שוין דא ביי פעיזש 5 און ס'גיסט זיך קענטעניסן פון אלע ניקים. אזויפיל ידיעות ב"ה...

אנטשולדיגט פארן זיין אומגעדולדיג נישט וואוסענדיג וואס די רעדע איז פון.
 
וויאזוי נעמט מען עס פון די מאן
ביי היימישע אידן עפ"י רוב פירט מען זיך אז מ'איז משמש בעפאר מ'גייט צום דאקטער, נאך תשמיש נעמט מען מיט א פאמפ ארויס אביסל זרע פון די פרוי און מ'טראגט עס צום לעב.
 
אזוי ווי מ'האט געשמיסט, הלכה'דיג קען נישט זיין דא קיין שום פראבלעם, ווייל ס'איז נישט שייך ממזרות אן קיין ביאת איסור, וואס איז זיכער נישט דא ביי השתלת שחלות
וואס יא, ס'איז נישט אזוי באטעמ'ט, ווייל למעשה איז די DNA נישט פין די מאמע, אבער נישט האבן קינדער איז סאך מער נישט באטעמ'ט
עס איז בכלל נישט א דבר מוסכם אז אן ביאת איסור איז די קינד נישט קיין ממזר
 
דאכט זיך מיר אז סאטמאר רב איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאלטן (מחדש געווען) אז אפילו אן ביאת איסור
נאר בלויז פון נעמען די זרע פון א צוויטן איז די קינד א ממזיר,
ע"פ פשטות ווערט די קינד א ממזיר נאר ווען ס'איז געווען ביאת איסור,
ער איז נישט געווען קיין יחיד אין דעם
 
עס איז בכלל נישט א דבר מוסכם אז אן ביאת איסור איז די קינד נישט קיין ממזר
משנה ביבמות, איזהו ממזר, כל שאר בשר שהוא בלא יבוא, והדברי יואל ודעימי' ס"ל דגם הכנסת זרע של איש נכרי לאשת איש הוי איסור,
אבער דורך א ביאת היתר קען עס זיכער נישט געשען
 
לעצט רעדאגירט:
משנה ביבמות, איזהו ממזר, כל שאר בשר שהוא בלא יבוא
עכ"פ דורך א ביאת היתר קען עס זיכער נישט געשען
שתי תשובות בדבר
1) דאס איז עפעס וואס די תשובה ספרים קריגן זיך שוין ארום, און דו קענסט נישט אפווארפן א גאנצע ליסטע פון פוסקים (שו"ת בר-ליואי ח"ב סי' א; זכר לחגיגה, חגיגה טו א; שו"ת ישכיל עבדי ח"ה חאבהע"ז סי' י; הגר"י טיטלבוים מסאטמר, המאור, אב-אלול תשכ"ד; שו"ת מנחת יצחק ח"ד סי' ה; שו"ת תשובות והנהגות ח"א סי' תשפח.) מיט א דיוק של מה בכך פון א משנה. לאו דוקא אז זיי זענען גערעכט אבער דיין אוועקמאכן זעהט אויס מער אומוויסנדקייט ווי סיי וואס.
2) אפילו אויב דו ביסט גערעכט זענען כמעט אלע וואס זענען דא דן אין די שאלה משועבד צום דעת פונעם סאטמאר רב וואס האט זיכער נישט געהאלטן ווי דיר.
 
לענ"ד איז די דעת הדברי יואל ודעימי' געבויט אויף דעם, וואס ער האלט, אז הכנסת זרע פין א פרעמדע מאן אין א אשת איש איז אויך א איסור, נישט נאר ביאה ממש
משא"כ דא, וואס די ביאה ביי די פרוי איז זיכער א ביאת היתר ומצוה
 
לעצט רעדאגירט:
ביי היימישע אידן עפ"י רוב פירט מען זיך אז מ'איז משמש בעפאר מ'גייט צום דאקטער, נאך תשמיש נעמט מען מיט א פאמפ ארויס אביסל זרע פון די פרוי און מ'טראגט עס צום לעב.
אדער מיט א קאנדאם
 
IUI און IVF האבן די זעלבע הלכה,
ביידע נעמט מען ארויס זרע פון די מאן, און מען לייגט אויס אריין אין די פרוי.
סאטמאר רב האט געאסרט ארויסצונעמען זרע פון די מאן
(היינטיגע סאטמארע רבנים האלטן יענע צייטן זענען די טריטמנטס נישט געווען אזוי סוקסעספול ווי היינט ממילא האט ער עס גע'אסר'ט אבער ווען ער לעבט היינטיגע צייטן וואלט ער עס מתיר געווען).
דאס וואס צאנזער רבנים האלטן אז די דברי חיים וואלט מתיר געווען שייטלעך ווייל יעדער גייט אזוי, מיר איז אינטערסאנט פארוואס דא האלטן די סאטמארע נישט אזוי.)

יעצט ס'דא מענער וואס די ביצים זענען געשעדיגט און האבן נישט קיין זרע, האט ר' משה פיינשטיין געהאלטן (לצורך גדול) אז מ'קען נעמען פון א צווייטן, ווילאנג סאיז נישט דרך ביאה איז נישטא קיין ממזירות, (לכתחילה פון א גוי פאר געוויסע סיבות) אין איז געווען אַנדערע רבנים וואס האבן גע'אסר'ט.

יעצט די זעלבע שאלה לגבי ביצים פון די פרוי
לימא כתנאי, ר' אהרן טייטלבוים האלט ווי ר' משה פיינשטיין, און הרב וואזנער האלט ווי די מנחת יצחק
 
סאטמאר רב האט געאסרט ארויסצונעמען זרע פון די מאן
איך האב מורא אז דו רעדסט פאר פייער און פאר וואסער, סארי מפני כבוד תורתך, אבער ביסט נישט דער איינציגסטער אין די אשכול, סאו ס'איז אקעי...

סאטמארע רב האט נישט געאסערט ארויסצונעמען פון די מאן און אריינלייגן אין די פרוי, IUI האט שוין די מהרשם מתיר געווען און סאטמארע רבי האט זיך נישט געקריגט מיט אים.

די מחלוקת צווישן די דברי יואל און די אגרות משה איז געווען איבער נעמען זרע פון א צווייטע מאן און אריינלייגן אין די פרוי, ר' משה פיינשטיין האט עס מתיר געווען און די דברי יואל האט עס געאסערט, מטעמי הלכה און השקפה.
 
ביי היימישע אידן עפ"י רוב פירט מען זיך אז מ'איז משמש בעפאר מ'גייט צום דאקטער, נאך תשמיש נעמט מען מיט א פאמפ ארויס אביסל זרע פון די פרוי און מ'טראגט עס צום לעב.
מ'דארף נישט קיין פאמפ פאר דעם, די פרוי שטעלט זיך אויף און מ'לייגט אונטער א קאפ, אדער איז דא וואס זענען מתיר מיט א קאנדאם אויב מ'מאכט א לאך.

איך מיין אז די היתר פון די לאך קומט פון די קנה בושם.
 
איך פארשטיי נישט די טענה, די קינד איז זיך מתייחס נאך דער וואס "גיבט" די DNA, אויב צוויי מענטשן האבן די זעלבע DNA און ביידע גיבן די זעלבע DNA פאר זייערע קינדער מיינט עס נאכנישט אז זיי זענען געשוויסטער, יעדער איז זיך מתייחס נאך ווער עס האט אים געגעבן די DNA.
איך האב עס אויך נישט געהעריג פארשטאנען, איך זאג נאר איבער, ס'איז לכאורה בדרך הלצה.
 
איך האב מורא אז דו רעדסט פאר פייער און פאר וואסער, סארי מפני כבוד תורתך, אבער ביסט נישט דער איינציגסטער אין די אשכול, סאו ס'איז אקעי...

סאטמארע רב האט נישט געאסערט ארויסצונעמען פון די מאן און אריינלייגן אין די פרוי, IUI האט שוין די מהרשם מתיר געווען און סאטמארע רבי האט זיך נישט געקריגט מיט אים.

די מחלוקת צווישן די דברי יואל און די אגרות משה איז געווען איבער נעמען זרע פון א צווייטע מאן און אריינלייגן אין די פרוי, ר' משה פיינשטיין האט עס מתיר געווען און די דברי יואל האט עס געאסערט, מטעמי הלכה און השקפה.
מהרשם צייטן שוין געווען IUI?
איך וועל אויפזיכען די מראה מקום, אגב די האסט די תשובה אין דברי יואל ווי ער קריגט זיך מיטן אגרות משה?
 
ר' הערשל אויש האט אנגערופן מחזק זיין ר' מענדל זילבער ארויס צוקומען מיט א תשובה נאכדעם וואס ר' מענדל איז אינטער שטארקע פרעשור נישט ארויס צוקומען ער האט איהם געזאגט אז דו ביסט געוועהן דער וואס האט געראטעוועט כלל ישראל ביי פרשה מקח טעות בקידושין און יעצט זאלסטו ממשיך זיין ביי די פרשה
מהר"א האט געגעבן זיין תשובה פאר ר' מענדל און געזאגט איהר קענט שרייבן פארקערט, ר' מענדל האט איהם געזאגט אז וועט איהם צירוק שרייבן נאך פסח
 
ס'איז טאקע איין לאנגע תשובה
און ער קריגט מיטן אגרות משה אויף ביידע

שו"ת דברי יואל/אבן העזר/סימן קז
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250331_210528_Chrome.jpg
    Screenshot_20250331_210528_Chrome.jpg
    644.9 KB · געזען: 70
  • Screenshot_20250331_210452_Chrome.jpg
    Screenshot_20250331_210452_Chrome.jpg
    614.8 KB · געזען: 70
שמעתי אז ס'האט געדארפט זיין א אסיפת הרבנים אין סאכדעס אבער די העכערע פענסטער האבן נישט צוגעלאזט!!
 
Back
Top