הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

איז געווען א מיטיניג ביי מהר''יי צוזאמען מיט ר' חיים אהרן אונגאר און ביי מהר''א איז געווען ר' זושא אויש ........
ביי מהר''י זאגט מען איז געבליבן אז מ'וועט עס מתיר זיין פריוואט ווען איינער פרעגט זיי גייען נישט ארויס קומען מיט א צעטיל להיתר
 
איך ווייס פון א קאפל וואס די ווייב איז געבוירן מיט פערטילעטי אישוס ...
און זי האט געזאגט פאר איר מאן אז זי וויל מאכן קינדער נאר פון איר אייער ....
אין וואס זאגט דער מאן, איז ער גרייט צו ווארטן?
 
אויב די רבי קען נאך אזויפיל לערנען ווי זיינע דיינים טאר ער נישט האבן קיין מיינונג בלויז ווייל ער איז א רבי? זיין עולם האט דאך אים מקבל געווען פאר זייער מורה דרך.

גראדע הלכה'דיגע פולמוס'ן איז אלע יארן געווען א פיל וויכטיגערע טייל פון די דשאב פון גדולים און רבי'ס פיל מער ווי גיין באזוכן נייע בנינים און קעמפס. דיינים זענען געווען געמאכט צו פסקענען טאג טעגליכע שאלות פארן המון עם און א בית דין איז געווען געמאכט צו פירן דין תורות בעניני ממונות וכדו'....
 
וואס איז געבליבן מיט די טעמע, מותר אדער אסור אדער עס בלייבט הענגן אין די לופט?
 
וואס איז געבליבן מיט די טעמע, מותר אדער אסור אדער עס בלייבט הענגן אין די לופט?
רוב פלעצער איז עס מותר. אבער, מ'געבט נישט ארויס א צעטל, נאר ווען איינער גייט פרעגן נוגע למעשה גייט מען פסק'נען מותר
 
אויב אזוי קוק איך עס אן אז די אוסרים האבן געווינען, ווייל ווען נישט וואלט מען ארויסגעגעבן א צעטל להיתר. נישט אזוי?
פארוואס קוקסטו עס נישט אן פארקערט אז די מתירים האבן געווינען אז עס קומט נישט ארויס א בריוו לאיסור?
לחדודי בעלמא
 
אויב אזוי קוק איך עס אן אז די אוסרים האבן געווינען, ווייל ווען נישט וואלט מען ארויסגעגעבן א צעטל להיתר. נישט אזוי?
אלא מאי זענען די מתירים נישט אזעלכע פערדן ווי די אוסרים, און זיכן נישט אז די גאנצע שטאט זאל רעדן דערפון.
 
אז מאיז עס מתיר וועלן אויך געבוירן ווערן אי"ה היימישע שווארצע קינדער. דאס וועט ערוועקן גאר טיפע חקירישע שאלות פון מי ומה יהודי, גוף ונשמה.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב אזוי קוק איך עס אן אז די אוסרים האבן געווינען, ווייל ווען נישט וואלט מען ארויסגעגעבן א צעטל להיתר. נישט אזוי?
וואס מיינט געווינען? ס'איז עפעס א פארמעסט?

אז די מענטשן פארוועם ס'איז נוגע וועלן זיך פארלאזן אויף די היתר וועלן די מתירים אנקומען צו זייער ציהל און טאמער נישט וועלן די אוסרים אויספירן.

און כנראה אז איינער וואס האלט יארן נאך די חתונה און דאס איז זיין איינציגסטע אפציע וועט ער זיך פארלאזן אויף די מתירים.
 
נישט אינגאנצן אזוי. ווען די שאלה איז נאר זיי נוגע וואלט עס אפילו נישט געווען אזא גרויסע טראסק, סה"כ איז דא אפאר רבנים וואס ענטפערן די סארט שאלות און זיי וואלט מען געפרעגט און פערטיג. דא איז נישט סתם א יורה דעה אדער אבן עזר שאלה וואס איז נאר זיי נוגע, די קינדער דארפן אמאל א שידוך טון און טאמער געלונגט פאר די אוסרים צו מאכן א ווינט, וועט דאס זיין פאר זיי א שטיקל פראבלעם. אוודאי וואלט בעסער געווען ווען די גאס ווייסט נישט פון דעם גאנצע געשעפט און פטור אן עסק, אבער איינמאל די גאס ווייסט שוין יא, איז דייקא יא וויכטיג אז די מתירים זאלן זיין ידם על העליונה. ווען ר' חיים לייב כץ האט אנגעהויבן פארפירן, האט בוני עולם געברענגט פון בני ברק ר' משה שאול קליין זאל זאגן בשם רב וואזנער און נאך האבן דעמאלטס גערעדט און ארויסגעברענגט אז ס'איז מותר וכו'. זייער קאמפיין איז טאקע געווען סוקסעספול און מער ווייניגער האבן די מערערים נישט באקומען קיין כח. אבער פארוואס האבן זיי עס געטון? וועם ס'איז נוגע קומט דאך צו זיי נישט די אוסרים? נאר כאמור, ס'איז נישט נאר נוגע פאר דעם פארפאלק נאר ס'איז נוגע פאר די גאנמע גאס.
 
נישט אינגאנצן אזוי.
האסט א פוינט.

פון די אנדערע זייט איז א ריזיגע חילוק צווישן איי ווי עף און דאס, איי ווי עף ווערט געמאכט דורך הונדערטער אידן א יאר, און דאס רעדט מען פון אפשר זעקס זיבן היימישע אידן וואס איז נוגע.

ס'איז שווער צו זאגן אז די מתירים ארבעטן אזוי שווער אז די פאר אידן זאלן קענען טון שידוכים אין צוואנציג יאר ארום.

ס'איז דא פרומע אידן וואס טוען דאונער עגגס וואס איז געאסערט דורך רוב היימישע רבנים און זיי מאכן זיכער אז מ'ווייסט נישט דערפון און זיי וועלן טון שיינע שידוכים, די פראבלעם איז נאר מיט די 2 3 חברה וואס די גאס ווייסט די נעמען, זיי וועלן דארפן פארקוקן אויף עפעס ביים טון שידוכים, אבער איך גלייב נישט אז אזא פראבלעם זאל צוריק האלטן איינעם פון האבן קינדער.
 
אז מאיז עס מתיר וועלן אויך געבוירן ווערן אי"ה היימישע שווארצע קינדער. דאס וועט ערוועקן גאר טיפע חקירישע שאלות פון מי ומה יהודי, גוף ונשמה.
נישט ממש איך גלייב אז מען ווייסט בשעת מעשה פון וועם מען נעמט און די שפעטאל וועט נישט אריינלייגן פון א שוווארצע ביי א ווייסע
אגב איז דא שוארצע אידן בני גרים
 
אנשטאט די רבנים זאלן זיך קריגען אויף זייער השקפה, פארשלייערן די לוזערס די מחלוקות אין פלפולי הבל של הלכה וואס מאכט די בויך זיך איבערדרייען די קישקעס וואסארא שוטים זיי זענען. כאילו ס'איז דא דא א שאלה פון ביטול ברוב אין עיבור ירך אמו.

Nutcases.
 
אז מאיז עס מתיר וועלן אויך געבוירן ווערן אי"ה היימישע שווארצע קינדער. דאס וועט ערוועקן גאר טיפע חקירישע שאלות פון מי ומה יהודי, גוף ונשמה.
טאקע פאר דעם נעמט מען עס פון א שוועסטער,
אז די קינד זאל אויסזען די מערסטע ענדליך,
(נאך א סיבה פארוואס מ'נעמט עס פון א שוועסטער, ווייל ס'איז א שווערע פראצעדור, און ס'איז דא טשאנסן אז די פרוי וואס איז די דאונער, וועט מער נישט קענען האבן קיין קינדער, און נאר א גאר נאנטע משפחה מיטגליד איז גרייט פאר אזא ריזיקע,)
 
לעצט רעדאגירט:
משמיסט אז הרב וואזנער פון מאנסי און הרב אויש זענען שטארק לאסור
 
טאקע פאר דעם נעמט מען עס פון א שוועסטער,
אז די קינד זאל אויסזען די מערסטע ענדליך,
(נאך א סיבה פארוואס מ'נעמט עס פון א שוועסטער, ווייל ס'איז א שווערע פראצעדור, און ס'איז דא טשאנסן אז די פרוי וואס איז די דאונער, וועט מער נישט קענען האבן קיין קינדער, און נאר א גאר נאנטע משפחה מיטגליד איז גרייט פאר אזא ריזיקע,)

וואו! דאס איז א הלכה/השקפה נייטמער
 
Back
Top