הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

ס'איז א שאד אז מ'האט זיך אויסגעוועלט אזא נושא וואס טוט וויי אזויפיל צובראכענע קאפפעלס
און מ'מאכט זייער לעבנ'ס החלטות

ענדערשער זאל מען צוריקגיין צו וויליאמסבורג'ער עירוב, גבולות קרית יואל אריזאנע ווייץ, צומת הגידין, פלייש און סןפערמארקעטס וכדו'
די דזשאוק איז אז די אוסרים מאכן אזא טראסק פון דעים ווען מ'רעדט ס"ה פון אונטער 10 היימישע קאפעלס וואס דארפן צוקומען צו דעם...
 
ס'איז א שאד אז מ'האט זיך אויסגעוועלט אזא נושא וואס טוט וויי אזויפיל צובראכענע קאפפעלס
און מ'מאכט זייער לעבנ'ס החלטות

ענדערשער זאל מען צוריקגיין צו וויליאמסבורג'ער עירוב, גבולות קרית יואל אריזאנע ווייץ, צומת הגידין, פלייש און סןפערמארקעטס וכדו'
די וואס דארפן צוקומען צו דעם, פאר זיי איז גענוג איין מתיר!

מ'וועט זיך האלטן די מאול, וועט קיינער נישט וויסן, און שוין
 
שוין... חד גדיא חד גדיא
unnamed (2).jpg
 
ק''פ

פרישע באריכטן פונעם שלאכטפעלד:
1) בעריש לאבין איז נעכטן געווען ביי ר' משה קעסלער און אים איבערגעגעבן אז ר' בנימין לאנדא ועוד כמה רבנים זענען בפירוש מתיר האט ער געזאגט אז ער האט נאך בכלל נישט דורעכגעטון די נושא און ער האט נישט געוואוסט געוואוסט אז ס'איז דא צוויי צדדים און מ'האט אים געבעטן אז אויב אזוי זאל ער שרייבן אז ער ציעט צוריק פונעם חתימה האט ער געזאגט אז ער האט מורא פון די פגיעה אין הרב וואזנער אבער ער האט פארשפראכן אז ער גייט זיך אריינלייגן אין די נושא.
2) אהרן טייטלבוים האט גרייט א תשובה פון 17 זייטן אויסגעארבעט געווארן דורך ר' געציל מיט שבתי קעסטנבוים ער וויל עס אבער נישט ארויסגעבן פאר פובליק ווייל ער וויל נישט אז אלע בחורים זאלן עס דורכליינען....
3) ר' בנימין לאנדא האט געזאגט אז ער גייט בכלל נישט פראפגאנדירן להתיר ווייל ער וויל נישט אפשניידן ווי שטערנבוך....
4)נאכדעם וואס חברי בי"ד התאח"ר האבן געוואלט אפיציעל ארויסשטעלן א צעטל מטעם התאחדות לאיסור האט באלחובער רב זיך קעגנגעשטעלט זאגנדיג אז ער האט פונקטליך מיטגעהאלטן וויאזוי ר' מענדל זילבער האט גע'פסק'נט די שאלה און ער האט ארויסגעשאסן א פסק אין אפאר סקונדעס נאך פארן דורכטאן די נושא בכלל במילא איז זיין פסק גארנישט ווערט

אלע פרטים איז ממקור ראשון
 

איך האב מיך אביסעל נאך געפרעגט, ער איז א זוהן פונעם באלחוב'ער, א אנדרייער וואס די וועלט האט שוין לאנג נישט געזעהן, ער לייגט זיך אריין אין יעדע שערורי', די לעצטע וואך צוויי האט נאך נישט אראפגעלייגט זיין סעלפאון פון זיין הענט, והיות לעצטנס פרובירט ער זיך צוהאלטן גוט מיט ר' בנימין, דרייט אן אויף זיין זייט, און אויך האט ער נישט געלאזט זיין טאטע חתמ'נען
 
לעצט רעדאגירט:
מיינס א חבר האט ג'רעדט צו הרב יעקב יוסף ווייס, די מציאות איז אזוי, הרב קאהן האט געזאגט פאר ר' יעקב יוסף לעצטע וואך אז ער זאל זאגן פאר ר' יצחק שטיין אז ער זאל נישט ארויסלייגן זיין חתימה, אפילו ער האלט לאיסור, ר 'י"י האט עס איבערגעגעבן פאר פאלטישאנער, די וואך, פארן פארשפרייטן די קול קורא האט ר' יצחק אנגערופן הרב קאהן, און איבערגעגאנגען די נוסח הקול קורא, און געזאגט אז מ'גייט דעיס פארשפרייטן, ער האט פארשטאנען פון איהם אז ער איז מסכים צו לייגן זיין נאמען, האט ער עס ארויס געלייגט
נאך וואס ס'איז ארויס געקומען די מכתב חזרה וואס די גראפיקער האבן געשריבן שמעולם לא חתם שמו.. האט ר' יצחק גערופן הרב קאהן אז פון די מכתב זעהט אויס כאילו ער האט קיינמאל געחתמ'ט, האט ער געשריבן א נייע בריוו ווי ער שרייבט אז ער האט טאקע געחתמ'ט, נאר ער האט געבעטן עס נישט צו פארשפרייטן
הרב קאהן'ס קינדער זענען גאר שטארק פארטייאישע מענטשן וד"ל....
 
ר' הערשל אויש אב"ד וואלקאן האט היינט ארויסגעקומען מיט א לענגערע תשובה לאיסור ווי ער איז מברר די נושא ע"פ הלכה, ודאקטעריי, ומציאות,...
 
Back
Top