הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

איך האלט אז ס'איז נישט פאסיג אויף א פובליק פלאטפארמע אריינצוגיין אין א דיון איבער א פריוואטע קאפעל וועמענס פראבלעם ס'איז.

כנלע"ד
אמת אבער אהן פינקליך ווער איז וויכטיג צו וויסן וועלעכע חצר האט איינעם וואס דארף צו קומען צו דעם צו פארשטיין פארוואס זיי זענען מתיר
 
ווי ס'הייסט יעצט, איז סיי קהילות מהר''א און סיי קהילות מהרי''י אויפן צד להתיר

(גענוג א גוטע סיבה צו זאגן אז ס'איז בעצם אסור...)
 
מהר"א האט א אייניקל.... א זוהן פון זיין איידים ר' ברוך בן אב"ד וואלאווא
ס'איז אמת אז זיי האבן נאכנישט קיין קינדער, אבער דאס אז זיי דארפן צוקומען דערצו האב איך געהערט איז נישט אמת.
 
ווי ס'הייסט יעצט, איז סיי קהילות מהר''א און סיי קהילות מהרי''י אויפן צד להתיר

(גענוג א גוטע סיבה צו זאגן אז ס'איז בעצם אסור...)
אונז אלע ווייסען אז די סיסטעם פייט קיינמאל נישט עפעס מתיר צו זיין נאר אויב די רבי'ס אליין האבן עפעס א בענעפיט

ר' אהרן און רז''ל האבן ביידע אייניקלעך וואס דארפען עס??
 
איך האב מיך אביסעל נאך געפרעגט, ער איז א זוהן פונעם באלחוב'ער, א אנדרייער וואס די וועלט האט שוין לאנג נישט געזעהן, ער לייגט זיך אריין אין יעדע שערורי', די לעצטע וואך צוויי האט נאך נישט אראפגעלייגט זיין סעלפאון פון זיין הענט, והיות לעצטנס פרובירט ער זיך צוהאלטן גוט מיט ר' בנימין, דרייט אן אויף זיין זייט, און אויך האט ער נישט געלאזט זיין טאטע חתמ'נען
איך קען אים פערזענליך ער איז הייסע געבראטענע נייעס
 
ס'איז אמת אז זיי האבן נאכנישט קיין קינדער, אבער דאס אז זיי דארפן צוקומען דערצו האב איך געהערט איז נישט אמת.
די אוסרים מאשין זוכן צו פארקויפן אז ער דארף עס האבן. גיי ווייס
געהערט גאנץ קראנט אז נישט
 
רב וואזנער ז״ל איז מחדש א נייעם איסור פון א פסוק. ודבק באשתו מיינט אז א פרעמדע פרוי׳ס egg איז אסור. נו, אם קבלה נקבל.
דער פראבלעם פון דברי יואל אלץ הבחנה איז נישטא דא?
 
דער פראבלעם פון דברי יואל אלץ הבחנה איז נישטא דא?
ס'קומט נישט פון די דברי יואל, אנדערע פאר עם האבן שוין גערעדט פון דעם, ווי די הר צבי.
די דברי יואל כדרכו בקודש, האט נאר געשריבן די תשובה אלס א פאטשקעוויל, און צוגעלייגט די מאדנע טענה אז ס'הייסט א ביאה אסורה 🤷
אבער איה"נ ביסט גערעכט אז ס'איז פאני צו זיך רעכענען מיט עפעס אנדערשט פון די DNA, אבער כך היא דרכה של תורה, אז ס'האט א אייגענע סייענס, און רעכנט זיך נישט מיט scientific discoveries
 
מענין לענין, איינער האט ביטע די תשובה פון ר' חיים לייב כ"ץ איבער ivf?
 
ר' געציל האט געשריבן א קורצע בריוו, אז מהר"א האט מתיר געוועהן די שאלה....און מ'טוהט עס שוין למעשה, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום... און עס אריינגעשיקט נעכטן צו די עדה בשעתן אסיפה
מ'דארף נישט מסביר זיין די ליצנות פון די בריוו...😂
 
ער האט געשריבן אז ער איז מצרף להיתר.
אמטשולדיגט מדארף זייער שטארק מסביר זיין
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז מיך באמת א ווייטאג צו זעהן ווי אונזערע רבנים זענען גאונישע אמעראצים
 
ר' געציל האט געשריבן א קורצע בריוו, אז מהר"א האט מתיר געוועהן די שאלה....און מ'טוהט עס שוין למעשה, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום... און עס אריינגעשיקט נעכטן צו די עדה בשעתן אסיפה
מ'דארף נישט מסביר זיין די ליצנות פון די בריוו...😂
מ'קען ערגעץ זעהן די בריוו?
 
כידועה, הזרעה מלאכתית האט מען נישט מתיר געווען אין סאאמאר ביז די משפחה פון די ברך משה האט געדארפט האבן ivf
פונעם מאן האט מען אלץ מתיר געווען דו מישט לכאורה מיט הזרעה מלאכתית פון א גוי וואס מהאט נישט מתיר געווען
 
Back
Top