איך האב עס געוואלט דורך קוקען צו זעהן צו ער איז עפעס מחדש דארט. אבער גלייך ביים אנהייב גיט ער א רוק אריין אזוי כלאחר יד א גראב שטיק שקר, וואס נאכדעם האט שוין גארנישט קיין ווערד דער גאנצער קונטרס.
ער שרייבט דארט: לפי המדע של היום! כבר כשהתינוקת עדיין ברחם של אמה - כלומר, כשהיא עובר במעי אמה, - כבר נמצאים בשחלות שלה כל התאים (היינו צעל"ן, שיש שם תאים מיוחדים) ''שיתבשלו בעתיד לביציות! לא מדובר בביציות עצמן, אלא בתאים קטנים שעדיין לא הפכו לביציות. רק כשהתינוקת גדלה והופכת לנערה, התאים האלו מתחילים להתהפך לביציות''.
פארשטייט עטס? ער געט אזא רוק אריין אן אייגענעם אויפגעבאבעלטן טפשות'דיגן חידוש מבית היוצר שלו, און יעצט גיי פרעג אים אפ.
קודם איז עס נישט קיין ביצה נאר א סעל..
און וואס איז בעצם א ביצה, נישט קיין סעל?
סאו מיט וואס איז ער פריער ווייניגער ביצה ווי יעצט?
ווייל פריער איז ער קליין, און יעצט איז ער גרעסער?
ווייל פריער האט ער געהאט 46 כראומעזאומס, און יעצט האט ער נאר 23?
און אז דער IVM קען פונקט אזוי מאכן דעם גאנצן מאיאוסיס פראצעדור וועט דער אינסטרעמענט ווערן די מאמע?
נאר דאס איז על הכלל כלו יצא, אז דער גאנצער קונטרס איז מיוסד אויף שקר וכזב מתחלתו ועד סופו.