המלחין הדגול הערשי וויינבערגער, און א מענה קעגן זיין באהויפטונג - פון וואנעט שטאמט גוטע נגינה, אונגארן אדער גאליציע?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
150
רעאקציע ראטע
1,258
פונקטן
213
איך האב מיט א צייט צוריק זיך צוגעהערט צו ארכיוון פון פארלאפענע ראדיא זענדונגען, איבער מיין ספארט, מוזיקה חסידית, דאס מאל וועגן דעם יונגן ענערגישן קאמפאזיטאר ״הערשי וויינבערגער״. דורך המעבד והשדרן הדגול יואלי דיקמאן אין קול פליי, א נישט קלענערער ענערגיע טאבע, און דאכט זיך אויך פון השדרן הדגול והותיק ״מנחם טאָקער״ אין זיין ״מוצ״ש חי״ זענדונג אין זיין קול חי ראדיא סטאנציע, אויך נישט קיין מאפיל קינד. וויבאלד איך האב שוין פארגעסן וואס איז האב געהערט וואו, וועל איך במחילתכם מישן צווישן די צוויי, און אז איך זאג מנחם קען עס מיינע יאָעלי, און אז איך זאג יאָעלי, קען עס מיינען מנחם.

איך האב ליב ביידע, מנחם, און יאָעלי, זאלן ביידע מיר מוחל זיין אז איך זאג זיי ארויס בנשימה אחת… און אויך דעם הערשי, זיי זענען שלשתם חברה׳ניאקעס, ווי מען זאגט, ״מיט פייער אין בויך״. און אז די חברה שמועסן הער איך צו מיט אפעטיט און דערקוויק זיך, און אז זיי שמועסן פון חסידישן פאפ מוזיק, וואס קען דען מיר זיין א בעסערער פארגעניגן?! מיט די סארט מוזיק אין די אויערן בין איך דאך אריבער די ישיבה יארן און מיינע יונגערמאנטשיק יארן! און שמועסן שמועסט זיי דא טאקע פון קאמפעזיציעס פארפאסט דורך דעם הערשי׳ן דא, וועלעכע זענען אריין אין אלבומען פון כלערליי פאפולערע ״חסידישן״ מוזיק אין די לעצטע פינף צעהן יאר, און איך הער זיך צום שמועס מיט גרויס פארגעניגן און נייגער.

מנחם טאקער איז, ווי מען רופט עס, א ״מילדער חרדי״, א ישראל׳דיגער וואס געבוירן איז ער ווי איך הער אין האלאנד. דער טאָקער האט - ווי מען זאגט - א פּיסק אויף טויזנט קילאמעטער א שעה, און אין ישיבה שפראך - ״א פיסק אויף שרויפן״, ער איז יעדער מינוט אינטרעסאנט און לעבהאפטיג, דאס פנים שפרודלט אים מיט חיות, קיין מינוט איז ער נישט לאנגווייליג. און אז מנחם רעדט רעדט ער סוחר שפראך, אן קיין גריבלען אן קיין דרידלען, נאר דאס שפראך פונעם המון, ער פרעגט וואס פרעגט זיך - די פשוטסטע און מערסט זעלבספארשטענדליכע פראגן - און רעדט וואס דעהערט זיך - מיט זיינע שטענדיגע טרעפליכע אויסדרוקן און אנאלאגיעס, אנגעשעפּט פונעם חרדיש-אורבאנישן ווערטער אוצר, און אזוי באָכעט ער מיט זיין שטימע און חונף׳ט ארום מיט זיין געשליפן שפראַך אזש צום רייבן זיך די הענט פאר הנאה.

מנחם טאָקער, טראץ וואס ער מאכט צומאל אויך ״פאָטקעסטער״ ווי מען רופט עס, מיט פאליטיקער וכדו׳, איז ער אבער בעיקר באקאנט אלס א מוזיק מאדעראטער. מוצאי שבת נאך מוצאי שבת ליידנט ער צו זיך אין ראדיא צימער מוזיק שאַפער און זינגער, שמועסט מיט זיי דארטן ארום, און פרעגט זיינע טיפישע אמוזירנדע פראגעלעך און קשיא׳לעך, באטאפט די לעצטיגע אקטיוויטעטן מיטן מוזיקער, צושמועסט זיך און צו זיסט זיך, און ס׳איז לעבעדיג, דא מאכט ער א בלעכענעם פנים, שפילט טאמעוואטע, און דא פאמפעוועט ער אויף א מצב ביזן הימל. אזוי גייט דאס אן שעות און איז א נחת מיטצוהאלטן.

יאָעלי קען שוין יא מוזיק שפראך, אבער מאכט זיך טאמעוואטע, כדי דער עולם זאל קענען רעלעיטן צו אים, און ער איז נישט קיין קלענערער בולדאזער ווי מנחם, מאנכע זאגן אפילו מיט א שפריץ אריבער, ער האט פונקט ווי מנחם ליב א ״מצב״, אויך ער האט א שפראך און ״חוש הומור״ מיט זיין אייגענעם חן, און אויך ער איז א חונף און עזות פנים בבת אחת, עד כדי כך אז מבינים אין דעם פעלד ישוב׳ן זיך, איז ער דער נעקסטער ישראל לאם צוליב זיין באמבטסטישער ארקעסטרע סטיל, צו איז ער דער נעקסטער מונה צוליב זיינע מוזיקאלישע שגיונות און גאונות ביזן דאך, צו דער נעקסטער טאקער טאקע צוליב זיין כמעין המתגבר פיסק.

האט דאסמאל טאָקער, און פון די אנדערע זייט מחיצה יאעלי, געליידנט דעם אויבנדערמאנטן הערשי וויינבערגער. און דער הערשי וויינבערגער איז אויך נישט קיין שעמעוודיגער, דאס רעדט מען פון א יונגערמאנטשיק א ברכה צו מאכן, און אז ער פארגייט זיך אין געזאנג, איז זיין גאנצער קערפערליכער באוועגונג א שטיק מוזיק, וואקלט זיך און שוואונגט זיך מיטן מעלאדיע, דערביי דרייט ער און צייגט מיטן פינגער ארויף און אראפ אריין און ארויס ווי ארויסצוברענגען די נגינה קנייטשן און תנועות ווי ער וואלט ווען יעצט מסביר געווען א כאפ אין א גמרא. דא צופייערט ער זיך מיט חשק מלא פרישקייט, און דא צו טאנצט ער זיך בצהלת פניו מיטן גאנצן היימישן ברייטקייט, א מחיה צו צוקוקן. איך קען אייך שווערן אז דער הערשי, אזויווי ער זיצט אינדערהיים אזוי זיצט ער אינעם ראדיא, ווייל ער מאכט זיך אינדערהיים אומעטום, און ער שיינט צו זיין א געבענטשטער גוטמוטיגער יונגערמאנטשיקל, אזא סארט נעבן וועם ס׳איז א נחת צו שטיין אין די ד׳ אמות.

און ניגונים מאכט ער טאקע געבענטשטע ניגונים, איינס אונטרעסאנטער פונעם אנדערן, ניגונים וועלעכע בארירן די מוזיקאלישע סטרינעס פון הארץ, מאכן שמייכלען און וויינען, ברענגען כוואליעס פון אהבת השם און ערמונטערונג, און פון כלערליי סארטן. דא א שטייגער מאכט ער א שטייטער מעלאדישע חסידישע טיש ניגון מיטן פארצייטישן געשמאק, ווי כאילו ער וואלט ווען געווען א מלחין החצר פון א חסידישער הויף, א שטייגער ווי יוסף צבי ברייער פון בעלז (א באקאנטער נשמה׳דיגער מחבר ניגונים היינט אין זיינע הויכע זעכציגער יארן אינעם בעלזער חצר), אבער הערשי אז ער מאכט שוין ניגונים פון דעם גאטונג, גייט שוין מיט א הייליגער פארכטיגער פלאמפייער, אזש ס׳קען זיך דאכטן אז דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך א מחבר ניגונים פון דער אלטער היים, א שטייגער ווי ר׳ בעריש ווישעווער ז״ל, אדער אזש, ווי אנדערע קריגן דעם רושם, ווי ר׳ מרדכי׳לע נאדווארנער, דער ר״ר הערש, אדער דער בארדיטשובער זצ״ל.

און דא פארפּאַסט ער אזעלעכע לירישע תנועות וועלעכע טרייסלען אויף דעם נפש, ווי אַן אפמאלן א מצב פון א רבי׳שן עליות נשמה, ווי ער וואלט ווען אקארשט זיך צוריק געקערט פון א רייזע אין אנדערע עולמות וויילענדיג צווישן די צדיקים אויף יענעם עולם, אזוי ווי זיין ניגון ״ממדרגה למדרגה״, אזא וואקום תנועה, מיט די אומגעווענדליכע טענער ווי פון אונטערן וואסער, וואס פלוני וואלט אפשר גערופן א פסיכאדעלישער מוזיק-שטיק, אזא תעיתי מבקש פזמון. עס קען זיך מיט דער תנועה דאכטן אז דער מחבר האט געכאפט א פסיכאדעלישער טראנס זיך פאנטאזירענדיג א ר״ר אלימלך אין זיינע פארלוירענע איבערקומענישן און התפשטות הגשמיות בשעת׳ן מחבר זיין זיין ווערק ״תפילה קודם התפילה״.

און אז מען רעדט שוין פון דעם סארט, דא מאכט ער ניגונים וואס צוגיסט זיך פון תענוג און מתיקות, א שטייגער ווי זיין ״האדם נברא אלא להתענג על השם״ א פאמעליכער מעלאדיע. אכס, וואספארא יופי פון א ניגון, ווי עס צו׳תענוג׳ט זיך... און דאס האט ער געמאכט זאגט ער ווען ער איז געווען פופצן יאר אלט. עס וואלט זיך מיר ביים הערן דעם ניגון פאר א מאמענט געדאכטן אז ער איז געזעצן מיט די צדיקים אין גן עדן מיט זייערע קרוינען איבער די קעפ זיך דערקוויקנדיג מיטן אייביגן אור אונטער די כנפי השכונה.

און די ליסטע פון זיין זשאנרע איז נאך נישט פערטיג. ער האט אויך ניגונים וואס פאסט זיך פאר חדר קינדער, אזעלעכע אין וואס חדר קינדער פארליבן זיך און זינגען מיט גרויס חשק. איינס אזיינס וואס איז געווארן אויפגעכאפט אין דעם גאנצן חרדישן וועלט וואס קינדער זינגען מיט רגש און אפעטעט איז דער ״דאווענען ניגון״ אויפן ריטעם הנקרא ״אומפא״. ״אוי יוי הייליגער באשעפער, דו האסט געבעטן דאווענען, אוי יוי יוי דאווענען פאר דיר״. דאס איז געווארן ווי דער נייער ״טובלי״ (טוב לי - אן אלטער פאפולערער חדר ניגון) פארן חסידישן קינדערוועלט.

און דא א שפרינג, ווי א קאנטראסט צו די פריערדיגע מאָדע מעלאדיעס, האט ער אזעלעכע סארט ״דאנס״ מעלאדיעס, אויפן ריטעם הנקרא ״דעמבאו״ בלע״ז וכדו׳, פון די דזשינגל סארט, אדער ווי אנדערע רופן זיי ״באבל גאם״ ניגונים, אזויווי ״מאך א ברכה״, ״אלע אלע״, וואס די נשים האבן ליב. נו... די צוויי דערמאנטע אויפן סטרוקטור פון פראגע און ענטפער און ס׳דזשאכעט די בום באם אין די געדערים...

אויף דעם שטייגער האט ער אזעלעכע הארא ניגונים הנקרא ״דיסקא״, מיט א מוזיקאליש אנטוויקלטער קאמישקייט און אזא אויבער׳חכמ׳ישקייט, אזויווי זיין ״אל תבטחו בנדיבים בבן אדם״, אדער זיין ״בר אילעאה״, פאר וואס די יוגנט גייט פייער.

דער הערשי וויינבערגער איז א וויליאמסבורגער יונגערמאנטשיק, א ״צוציק״ אין די צוואנציגער יארן, א האלבער סאטמארער, בא׳הוט׳לט טאקע מיטן סאטמערן ״טשאלנט טאפ״ הוט אין די וואכן טעג, אדער ווי אנדערע רופן עס ״א סאטמארער האמבורג הוט״, אבער מיט א קורץ רעקל ווי איינגעפירט ביי טייל סאטמארע באלעבאטישע משפחות עד היום הזה, און א גרויסער חסידישער טלית קטן שטעקט זיך אים ארויס פון אלע זייטן.

קומט יעצט אום מוצאי שבת אריין אט דער פרייליכער לעבהאפטיגער ״טיפוס״ אין טאָקער׳נס ראדיא שטיבל, און אין עפעס א ליל שישי אין יאעלי׳ס, און ס׳גייט א שמועס און עס גייט א רויך, ס׳ווערט לעבעדיג אינעם סטאציע, הערשי זינגט, וואקלט און שוואונגט זיך צום ריטעם מיט היימישע הויות, ווי אויף שפרינג אייזנס, און ס׳איז פרייליך.

און דער רעדט צום איזאעלי נישט אין ענגליש ווי אנדערע אמעריקאנע מוזיקער טוען אין זיין ״מוצ״ש״ ביים ווערן אויסגעפרעגט (קיין אידיש קען דאך טאקער נישט), נאר אויף עברית, און טאקע מיטן ישראלישן רי״ש ווי ער וואלט געווען א געבוירענער ישראלי. דא און דארטן מאכט ער טעותים וואס ברענגט ארויס אן טשעפיגן שמייכל ביי טאקערן. צ.ב.ש. זאגט הערשי רעדנדיג וועגן זיין טאטן, ״אָבֿי״ ווי מען זאגט אין חומש אויף א טאטן, אבער אויף מאדערן עברית זאגט מען אביסל אנדערש. אז דער משדר המתוק פארשטייט נישט דעם ״אבי״, זאגט הערשי איבער אין ענגליש: My father!

״אה, אבא שלך?! פארעכט אים אונזער משדר.

״כן כן, אבא שלי! - כאפט זיך הערשי זיין אורבאנישער טעות - ״לאך נישט פון מיר, איך בין פארט געוואקסן אין וויליאמסבורג״, בעט זיך הערשי רחמנות

וויאזוי ערלויבט זיך א סאטמארער יונגערמאן צו רעדן עברית אזוי אין פאבליק?

טענה׳ט הערשי אז ער איז בלויז א האלבער סאטמארער, ווייל אין חדר איז ער געגאנגען אין סקווירא אין וויליאמסבורג. מילא מעג ער רעדן עברית.

און אז מען רעדט פון ניגונים און פון וויליאמסבורג איז הערשי איבערצייגט אז זיין כח הנגינה שטאמט טאקע מכח וויליאמסבורג, ווייל וויליאמסבורג איז אן ״אונגארישער״ געגנט, און די אונגארישע זענען גרויסע בעלי רגש. טאקער מיט זיין געשליפן לשון און וואָרט אויפן פלאץ גיט עס א שטעל אריין אין א זאץ: ״ההונגרים הם הספרדים של האשכנזים״ - די אונגארישע זענען די ספרדים פון די אשכנזים.

און הערשי ברענגט א ראיה פון יוסי גרין, דער גרעסטער קאמפאזיטאר פון פאפ חסידישן מוזיק, דער וואס איז געווען אברהם פריד׳ס לאנג יעריגער היים קאמפאזיטאר, אויך ער איז א וויליאמסבורג געוואקסענער ממקור, אן אונגארישער אפשטאמיגער פון טעמעשוואר; פינקי וועבער ווייטער, דער מחבר פון מוזיקאלישע הייס מעלאדישע ניגוני רגש, ניגונים וואס פארכאפן ווי ווילד פייער אלע סארט קהילות איבער דער גארער וועלט, ער וואוינט דאך נאך עד היום אין וויליאמסבורג; און אייגענטליך, משה לאופער פון בני ברק, דער מוזיק אראנדזשירער, ספעציעל באקאנט אלץ דער קלאסישער אראנדזשירער פון די באקאנסטע דראמאטישע קאמפאזיציעס פון יוסי גרין און די באקאנסטע ווארימע ניגונים פון פינקי וועבער, און אזוי אויך דער לאנג יעריגער היים אראדזשירער פון אברהם פריד; כאטש וואס ער איז א ״מאדערנער״ איד אן א בארד און איז נישט געוואקסן אין וויליאמסבורג, שטאמט ער פון א באקאנטער אונגארישער רבי׳שער משפחה, זיין לעצטער נאמען איז ארגינעל לייפער פון די נאדווארנע משפחה, און ער פארמאגט א פלימעניק לאויפער א דיין אין סאטמאר אין וויליאמסבורג.

״און וואס איז מיט מרדכי בן דוד? פארדערנט אים אונזער משדר ארויס אויב אזוי, ״מרדכי איז דאך א פוילישער, ער גייט אין ספאדיק?

יא אבער געוואקסן איז ער וואו? אין וויליאמסבורג? שרייט אויס הערשי מיט א ״זעסטו טאקע״ פאטאס.

אופס... האלא ר׳ הערשי, דאס מוז איך דיר אפשטעלן און מיט דיר זיך ארום טענה׳ן, אלץ א הייסער גאליציאנער חיבת ירושלים פאטריאט האסטו מיר יעצט געטרויטן אויפן הינער אויג… אבער איך בין מסכים צו גיין לאגיש מיט דיר היינט, ווייל דארפסט אפמאכן מיין פריינד - האט עס מיטן אפ שטאם אדער האט עס מיט וואו מען איז געוואקסן, ווייל ממא נפשך? אז משה לאופערס ״אונגארישקייט״ באשטייט צוליב זיין אפ שטאם טראץ וואס געוואקסן איז ער אין אנטווערפן צווישן גאליציאנע אידן, ווי לויט דעם לאגיק באשטייט מרדכי בן דוד׳ס ״אונגארישקייט״ דוקא פארקערט, נישט לויט זיין אפשטאם, נאר לויט דעם געגנט וואו ער איז געוואקסן?

און אגב, להוי ידועה, דער וויליאמסבורג וואו מרדכי איז געוואקסן איז נישט דער זעלבער וויליאמסבורג פון די לעצטע 50 יאר זינט די סאטמארער האבן זיך דא משתלט געווען. אין מרדכי׳ס יוגנט יארן איז וויליאמסבורג געווען א געגנט וואו אידן פון אלע סארטן חסידישע קרייזן האבן געוואוינט, אזויווי מיר איבערצייגן זיך פון דעם ליד ״וויליאמסבורג״ דורך׳ן בארימטן דיכטער יום טוב ערליך (וואס האט טאקע צופעליג אויך געוואוינט אין וויליאמסבורג פאר א תקופה אבער איז געווען א ווייסרוסישער ליטוויקער, א סטאלינער חסיד) וואו ער באזינגט די ארטיגע הויפן, וויזשניץ, סקווירא, קלויזענבורג און סטאלן, און מרדכי בן דוד, קען מען זיכער זיין, איז אודאי נישט געגאנגען אין א סאטמארער חדר דארטן.

און יעצט כלפי דער אנשויאונג אז דאס אונגארישער אידענטהום איז דער וויג פאר די בעסטע מחברי ניגונים, איז דאס טאקע אזוי? דו בויעסט עס אויפן פאקט אז די צוויי מערסט פראמינאנטע מחברי ניגונים יוסי גרין און פינקי וועבער זענען ממקור אונגארישע אפשטאמיגע געוואקסן אין וויליאמסבורג, איז אזוי, נניח אז דאס איז נישט קיין צופאל, נאר זייערע נגינה האט אן אונגארישע יסוד, די מעלאדישקייט, און דראמאטישער געבוי און געשמאק, אבער דארפסט געדענקען הערשי, דאס אז די אונגאריש וויליאמסבורגער געמיינדעס זאלן שם׳ען מיט מחברי ניגונים וואס זיי גיבן ארויס, איז א סענעריום פון בלויז די לעצטע צוואנציג יאר, בו בעת ווען עס האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אויסטערלישע מוזיק כשרונות אויך אין אנדערע קרייזן -אונגארישע צו נישט אונגארישע- פון וועמען מען האט נישט געהערט ביז דאן.

און אז דו ווילסט דוקא וויסן, פאקטיש, אונגארישע חסידים אמאל זענען אויסדרוקליך נישט געווען באקאנט אלץ שטערן אין נגינה, והא ראיה, פרעג זיך נאר נאך, וואו זענען די אויסגערופענע מנגנים, מוזיקער און מחברי ניגונים פון די אונגארישע קהילות אין די ל׳ און מ׳ יארן? וו.צ.ב.ש. אין די קהילות ווי מונקאטש, פאפע,דושינסקי, קאלעוו, ערלוי, און טאקע דער ריזיגער סאטמאר?. אויב עפעס, איז עס געווען וויזניץ, סקולען, לובאוויטש, גער, מאדזשיץ, באבוב און בעלז וועלעכע זענען געווען וועלט בארימט מיט זייערע נגינה, אלע פון זיי נישט קיין אונגארישע. בו בעת ווען די לעצטע האבן כסדר ארויס געגעבן שלאגערן מיט מוזיק פון א גוטן קוואליטעט - דער מיט ווארימע ניגונים, דער מיט התעוררות׳דיגע ניגונים; מוזיקאלישע ניגונים; מלכותדיגע ניגונים; טיפע ניגונים, אדער איינגענגיגע ניגונים - האבן די אונגארישע קהילות פארנימען א גאנץ קנאפער ארט אינעם היימישן מוזיקאלישן וועלט. אמת, עס איז ארויס געקומען פון זיי שוי שפילן, און טאקע זייער הארציג דראמאטיש און לאכעדיג, אבער פון א מוסיקאלישער שטאנדפנישט, עפעס נישט אזוי איי איי איי. (און עד היום בין איך נישט זיכער אז א סאטמארער אדער מונקאטשער אלבום איז עפעס וואס יעדער לויפט און קויפט גלייך ווי עס פלעגט זיין מיט די מאדזשיצע און שפעטער בעלזע אלבומען). אדרבה, אז עס האט זיך שוין יא ענדליך אנגעהויבן אנטוויקלען מוסיקאלישע טאלאנטן אין סאטמאר, האבן זיך מאנכע געוואונדערט און געפרעגט: הגם סאטמאר בנגינה???

און אז דו ווילסט צוריקגיין פארן חורבן, ווען די אונגארישע זענען באמת געווען אונגארישע. אמת עס איז באקאנט ניגונים פון די מחברים ליפא לויאש און זיין ברודער אברהם לויאש, שיע ווידער, און הר״ר בעריש ווישעווער און אנדערע, אלע פון זיי הארציגע מחברי ניגונים, במיוחד דער לעצטער וואס איז געווען א גאר רייכער פילפארביגער קאמפאזיטאר. אבער צו דען זענען זייערע ניגונים מער באליבט ווי די ניגונים פון דער בארימטער גאליציאנער מאנדלבוים משפחה, פון וועמען עס זענען ארויס געגאנגען גאר מוזיקאלישע יצירות, מארשן, און שיינע און ווארימע מעלאדיעס. אדער דער אנדערע גאליציאנער מחבר ניגונים, ר׳ חאזקאלע ראטענבערג באקאנט מיט זיינע הארצווארעמדיגע יצירות; און א דריטער גאליציאנער, הערש לייב באקאן, מיט הערליכע מוזיקאלישע קונץ שטיקער און ווארימע מעלאדישע ניגונים, און צווישן די וויזניצע חסידים איז באקאנט געווען ר׳ ניסן יוסט, א דזשיקאווער פון דערהייבן, א גאליציאנער. און לאמיר נישט פארגעסן מחברים פון די רוסישע (אוקראינישע) הויפן, ווי יאסעלע טאלנער, זיידל ראוונער, און נאך און נאך גאר בארימטער מחברים. צו זענען זיי אלע קלייניקע מוזיקער קעגן די דערמאנטע אונגארישע מחברי ניגונים????

און אז דו ווילסט דוקא וויסן הערשעלע, טאמער ווילסטו מאכן א קלישע, לאמיר מאכן מיין אייגענער קלישע, וועל איך דיר זאגן אז פאקטיש, די גרעסטע בעלי מנגנים און מוזיקער, די פיאנערן פון נאכן חורבן, שטאמען דוקא פון פוילין און גאליציע. לאמיר אנהייבן מיט די אדמו״רי מאדזשיץ, און ווי אויך זייער לאנג יעריגער בעל מנגן החצר בן ציון שענקער, און במיוחד דער בארימטער יענקל תלמיד דער גערער קאמפאזיטאר, זיי זענען אלע אן ספק די מחברים פון די רייכסטע, בארימסטע און אנגעזעענסטע ניגונים אין די ערשטע צוויי דורות נאכן חורבן, און זיי אלע זענען פוילישע.

באבוב ווידער, דער חסידות וואס איז ידוע מיט אירע מלכות׳דיגע ניגונים, און ר׳ משה גאלדמאן, מחבר פון באקאנטע ווארימע שבת און ימים נוראים ניגונים, א באבובער חסיד, רעדט מען דא ווידער פון מערב׳דיגער גאליציאנער. און צום אריבערפיר תקופה צווישן אמאליגע און היינטיגע נגינה, דער באקאנטער ישיבישער קאמפאזיטאר הרב חייט איז ווי איך האב געהערט פון זיינס א קרוב משפחה, א פויליש אפשטאמיגער. מיט ר׳ שלמה׳לע קארליבאך איז דאך ידוע זיין שייכות מיט באבוב פון דערהיים און שפעטער מיט מאדזשיץ כאטש וואס ער שטאמט פון א שטעטל נעבן בערלין. און אגב, אז דו ווילסט דוקא וויסן, צוריקומענדיג צו היינטיגע נגינה, אויך ייצי וואלדנער, דער היים קאמפאזיטער פון דעם וועלבארימטן יעקב שוואקי (א האלב ספרדישער) און פאר א גאנצע טיץ אנדערע באקאנטע זינגער, א קאמפאזיטער אויף די שטופע פון יוסי גרין און פינקי וועבער, כאטש וואס טייל פון זיינע קאמפיזאציעס קען מען זאגן איז אביסל ״ווייבעריש״ - איז אויך א באבובער, ד.ה. א גאליציאנער.

ווייטער מיט מוזיק אראנדזשירערס צווישן חרדים איז אזוי, אז מען זאגט היינט ארויס דאס ווארט ״מעבד מוסיקה״ צווישן דעם חרדישן עולם, קומט גלייך ארויף דער נאמען ״מונה רוזנבלום״, ער הייסט דער טאטע פון די מאדערנע מעבדים, דער רבי פון די מעבדים אויף פאפולערע מוזיק. מונה איז אן ענערגעטישער לעבנסלוסטיגער און ערפרישנדער מוזיק מאכער מיט אן אויסערגעווענגליכער חן, ספעציעל איז ער באקאנט מיט זיינע טראמפייטן, די אריינפירן, די ארויספירן, אריין פייפעכטץ, א געבלאזעכטץ תקיעה׳ס און תרועה׳ס, פייפט דיר פערזענליך אין די אויערן אז דו ווייסט אז ער רעדט צו דיר... וואס זיי אלע טוען אן דעם ניגון א גוטמוטיגער כאלאט, א הייטער אויף, און אפילו א באהאלטענער ציפל אין הארצן, זיי ווערן געהערט אין די שטובער מיט נייגער און ערווארטונג יעדעס שטיקל מוזיק מיט אנטריסונג און התפעלות. מונה רוזנבלום איז א פוילישער נישט אן אונגארישער.

און פון די בעלי מנגנים: דוד ווערדיגער, דער ערשטער חסידישער אלבום זינגער, איז א קראקעווער, וואס מאכט אויך זיין זון מרדכי - דער פאפולערסטער זינגער, דער קעניג פון די זינגערס, וואס זינגט מיט אזא השתפכות הנפש, אזא שארפער חיתוך הדיבור, קאנטראל און צייט קארדענירונג א זעלטנהייט - א קראקעווער אפשטאמיגער, אין אנדערע ווערטער, א גאליציאנער. איך זאג נישט, זיין מאמע איז געווען א אונגארישער, אבער געפיטערט מיט נגינה האט אים דוד אבי מרדכי, (נאר יתכן דאס איבעריגע הארץ שטאמט יא פון די מאמע, ווייל אין דוד זעה איך דאס נישט). ווידער אברהם פריד, דער אומגעווענדליכער פעאיגער זינגער ווי אויף פליגל פונעם מרכבה, א לובאוויטשער געוואקסן אין קרוינהייטץ, וואס זיין טאטע ר׳ יעקב משה פרידמאן איז א קרעניצער א זון פונעם קרעניצן רב ר׳ מאיר׳ל, א בלאזשיווער חסיד ממקור - ווידער א גאליציאנער (זיין מאמע אן אוקראינערן פון טשרענאבלע חסידים). ירמיה דאמען ווייטער, דער לעגענדארער בעל מנגן פון בעלז וועמען חסידים פון אלע קרייזן האבן יארן לאנג געגליסט צו הערן אין זיינע אלבומען, איז א זון פון ר׳ איטשע דאמען פון ראזוואדאוו, ווידער א גאליציאנער. די אלע דערמאנטע שטעט געפונען זיך דוקה אין מערב גאליציע. נו, איז אפשר מערב גאליציע דער וויג פון פאפולערע חסידישע מוזיק?!

און אז איך וויל דוקא קען איך צולייגן, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר דעם מלך החזנים יוסלה רויזענבלאט, ווייל כאטש וואס ער איז געבוירן אין ״שדה לבן״ נעבן קיעוו, איז ער געוואקסן אין גאליציע פון די זיבן יאר אלט ביז צו זיין בר מצווה.

נו, הערשלע, וואו איז דאס וויג פון חסידישן פאפולערער מוזיק, אונגארן צו גאליציע?

און אגב, בלויז אגב, דער לעגענדארער יוסי גרין האט אנגעהויבן מאכן ניגונים נישט זייענדיג אין וויליאמסבורג וואו ער איז אויפגעוואקסן, נאר אין לאנדאן, אין דעם פארוואלקענטן לאנדאן ווי יוסי רופט עס דערציילענדיג זיין געשיכטע, בעת ער האט געלערנט אין א נישט סאטמארער ישיבה, ווען ער האט זיך געדרייט מיט דעם באקאנטן יגאל צאליק ז״ל, א זון פון א ספאדיק טראגער, און פון דארטן האט זיך יוסי קיינמאל נישט צוריק געקערט קיין סאטמאר אלס א חלק פון דער סאטמארער געמיינדע, ער האט זיך באזעצט אין סיגעיט.

צום שלוס, איך מאך נישט אוועק, אונגאריש אפשטאמיגע אידן האבן באמת געצייגט אז זיי קענען ארויס געבן הערליכע ניגונים וועלעכע ווערן צוזינגען אימעטום, ספעציעל די לעצטיגע צוואנציג יאר, אבער זיי האבן גאנץ פיינע שותפים פון אנדערע קרייזן, אזויווי טאקע די פון די פוילישע און גאליציע קרייזן, און טאקע אויך פון די רומענישע קרייזן אזויווי וויזניץ און סקולען.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס די שרייבסט קען מען זיך טעהנען אויף אבער דיין שריפט און שפראך איז גאר גוט.
 
דער שריפט איז ווארשיינליך אן עי איי וואס איז טרענירט געווארן אויף פארצייטישן פוילישן אידיש, א געשמאק צום ליינען אבער ווי געזאגט, מסתמא נישט דיינס אן ארבעט.
 
להוי ידועה אז דאס איז פון מיינע ארכיוון מיט ארום פיר יאר צוריק, געשריבן געווארן נאך פאר כ׳האב געוואוסט פון אזא זאך AI. כ׳האב דאס געהאט צוגעגרייט פאר א צייטונג, דערפאר גיט עס דער פארמעלער רושם.
 
אויפן ספק ספיקא אז @אין הכי טאקע האט עס געשריבן קומט זיך א געוואלד מיט קרעדיט! ער האט אריינגעארבעט א שיינע שטיק צייט אויפ'ן ארטיקל, און מיט צוויי שורות אוועק געמאכט אלעס.
@אין הכי טאקע מיר שפירן דיין הארץ ❤️❤️❤️
 
להוי ידועה אז דאס איז פון מיינע ארכיוון מיט ארום פיר יאר צוריק, געשריבן געווארן נאך פאר כ׳האב געוואוסט פון אזא זאך AI. כ׳האב דאס געהאט צוגעגרייט פאר א צייטונג, דערפאר גיט עס דער פארמעלער רושם.
אויב אזוי
צו איך צוריק פון מיינע ווערטער
 
אויפן ספק ספיקא אז @אין הכי טאקע האט עס געשריבן קומט זיך א געוואלד מיט קרעדיט! ער האט אריינגעארבעט א שיינע שטיק צייט אויפ'ן ארטיקל, און מיט צוויי שורות אוועק געמאכט אלעס.
@אין הכי טאקע מיר שפירן דיין הארץ ❤️❤️❤️
חס ושלום.
הלואי זאל מען חושד זיין אויף מיינע ארבעט אז דאס איז פון עי איי...
 
וואלף בער פעלדמאן האט א מליצה. די קעש איז דא, די flow איז וואס פעלט.
אבער ביי דיר איז עס ממש פארקערט, דיין flow פון שרייבן איז זייער געשמאק.
 
Back
Top