הפרשה במבט קרעמלי - אחרי-קדושים

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,134
רעאקציע ראטע
8,038
פונקטן
933
ס'איז דא אזויפיל מצוות און ענינים, ספעציעל אין פרשת קדושים, אז ס'איז שווער צו אפמאכן דווקא איין ספעציפישער ענין דורכצוטוהן.

האב איך אויסגעוועהלט פאר יעצט איין ענין וואס ווערט דערמאנט אין ביידע סדרות, (לויט חז"ל איז עס איינס לאזהרה און איינס לעונש), וויבאלד די גאנצע פרשה פון עריות ווערט דאך געברענגט סיי אין אחרי (אזהרה) און סיי אין קדושים (מיט די עונשים פון מיתות בית דין אדער כרת).

די נושא וואס איך קען באשטיין דורכצורעדן איז האמאסעקסואליטי, אדער ווי די פסוק רופט עס אן משכב זכר.

איז די אריגענעלע זינד געווען וויאזוי מיר פארשטייען עס צו זיין היינטיגע צייטן?

וויאזוי האבן זיך אנדערע פעלקער יענע צייט און פלאץ געפירט/געמאכט געזעצן?

וואס איז די עיקר סיבה פארוואס דאס איז אסור? איז עס פשוט אלס קיום המין? אלס א ערוה ווי אלע עריות?

וואס איז מיט צוויי פרויען?

***

איז דא א וועג צו עווענטועל האבן האמאסעקסואל גענויגטע ארטאדאקסישע אידן?

***

היסטאריע:
איז אייביג געווען האמאסעקסואל מענטשן אויף די וועלט? איז עס א נייע ערשיינונג?
איז אייביג געווען ביי אידן? איז היינט דא ביי אונז היימישע?

און נאך פילע ענינים ארום די נושא פון מין לאותו מין אטראקציע און סעקסועלע באציאונגען.


לאזט וויסן אייערע ידיעות אויף די נושא.



(פאר אינטערעסאנטקייט, איך האב געמאכט א סוירטש אויף אייוועלט, מיט די ווערטער 'משכב זכר' און ס'איז כמעט גארנישט ארויפגעקומען. די איינציגסטע וואס איז עכט ארויפגעקומען איז די גמרא (סוכה כט.) אז ליקוי חמה קומט (צווישן אנדערע סיבות) בעון משכב זכר. )
 
שיינע נושא.
ייש"כ פאר'ן שטעלן.
איך קלער בדרך צחות אז ס'קען זיין די עיקר סיבה לאיסור איז ווייל ס'נאר שייך דרך עזות וויבאלד ס'וועט אייביג זיין א הוא למטה...

אויף אן ערנסטערן בליק, שרייבט דער חינוך אז דאס איז נגד הטבע, היינט וואס מען ווייסט קלאר אז דאס איז א חלק פונעם טבע און אז ס'איז דא ביי אלע בעלי חיים, איז אפשר די דין אנדערש, אויב זאל מען אננעמען אז דער נותן התורה האט דאס נאר גע'אסר'ט על סמך זה (אי משום שלא שם לב כדבעי, או פשוט נשתנו הטבעים).

(פארשטייט איך אז דאס איז גאר פראגרעסיוו, אבער וואס טוט מען דען נישט פאר א שווערע שטיקל חינוך¿).

יעצט מען מען אויך דן זיין אויף א פאל וואס די צוויי טוען נישט קיין מעשה מכחול בשפופרת, צו ס'בלייבט נאך אלס אסור מטעם איסור קריבה, ונשמרת מכל דבר רע, איסור הוז"ל, אדער אפשר הייסט עס נישט קיין ז''ל וויבאלד ס'איז דרך אישות, און קיין איסור ביאה איז עס אויך נישט וויבאלד זיי טוען נישט ממש כדרך המנאפים.
ר' @יששכר כץ האט א תשובה דערויף והלואי שיאיר עינינו בזה.

פרויען צווישן זיך, איז מה"ת נישט אסור, איינער פון די אמוראים האט דאס גע'אסר'ט פאר זיינע טעכטער ווייל ס'קען מגרה זיין דעם יצר.
און אזוי איז שוין געבליבן די דין.
ווייל פארוואס דען נישט.
 
דא האב איך צוגעברענגט פון דר. יעקב מילגרום אז סיבת האיסור מעיקרא איז געווען ווייל עס וועט שטערן די געבורט-ראטע פון עם ישראל. ועיין ברמב״ן ויקרא (חי ו).

דא האב איך צוגעברענגט פון דר. דוד גרינשטיין אז די אריגינעלע כוונה איז געווען צו אסר׳ן פאר צוויי מענער צו שלאפן צוזאמען מיט איין פרוי אויף אמאל; ״ואת״ מיינט מלשון ״ועם/ביחד״.

דא האב איך צוגעברענגט פון דר. דוד פרענקל ווי ער ברענגט צו עטליכע מהלכים דערין עפ״י מחקר, און אז עס איז בעצם א מחלוקת צווישן P/H און די אנדערע. דר. יצחק ששון טענה׳ט אז D האט נאר גע׳אסר׳ט א ״קדש״, וועלכער איז א דזשיגאָלאָ פאר משכב זכר אין די טעמפּלס פון ע״ז. ער טייטשט אז דאס איז די אריגינעלע כוונה פון א ״מחיר כלב״ בספר דברים וואס איז אסור לקרבן - א בהמה וואס מ׳האט דאס געצאלט פאר א זונה זכר כדי לישכב עמו.

וידוע מה דהביא האבן עזרא:
ויאמר רבינו חננאל ז״ל כי יש מי שיחדש בגופו כצורת בשר אשה, וזה לא יתכן בתולדת.
דא האב איך צוגעברענגט פון דר. ריטשערד דאָקינס אז ס׳איז מעגליך אז עוואלושאן האט סעלעקטעד פאר אפאר אינדיווידואלן בתוך א גרופע אז זיי זאלן זיין האָמאָסעקשועל, כדי זיי זאלן העלפן אפגעבן מיט די גרופע׳ס קינדער, ווי איידער זייערע אייגענע; א קין סעלעקשאן. אדער איז דאס צושטאנד געקומען ווייל אזוי האבן די אלפא זכרים אין די גרופע געקענט איבערלאזן די נקיבות בשעת׳ן שאפן עסן, אונטער די שיץ פון די האָמאָסעקשועלס, וועלכע גייען נישט שוכב זיין זייערע נקיבות. און דאס געבט א הסבר פאר דייקא האָמאָסעקשועליטי (ווי איידער עיסעקשועליטי), וויבאלד בדרך כלל זענען זיי גענוג בּייסעקשועל אז זיי קענען יא בועל זיין די נקיבות, און אזוי האט עס צוגעגעבן צו זייער ריפּראַדאָקטיוו פיטנעס.
 
@מסתת הרים בעסער אז נישט.
ס'איז לאוו דווקא נוגע צו די וואכעדיגע נושא.
(ס'איז גענוג צו זאגן דרך אגב אז ביידע עריות פרשיות זענען אנגענומען צו זיין פון H וואס איז א חלק פון P.)

איך האב ספעציעל נישט אריינגעלייגט די שנירל די וואך (און פאריגע וואך) אין די חקר מקרא פארום ווייל ס'איז נישט נוגע צום עצם נושא, און איך האב געוואלט אפי' פרעמדע אדער נייע ליינער זאלן הנאה האבן.
 
היסטאריע:
איז אייביג געווען האמאסעקסואל מענטשן אויף די וועלט? איז עס א נייע ערשיינונג?
איז אייביג געווען ביי אידן? איז היינט דא ביי אונז היימישע?
שטייט דאך אין פסוק קלאר

כִּ֚י אֶת־כׇּל־הַתּוֹעֵבֹ֣ת הָאֵ֔ל עָשׂ֥וּ אַנְשֵֽׁי־הָאָ֖רֶץ אֲשֶׁ֣ר לִפְנֵיכֶ֑ם וַתִּטְמָ֖א הָאָֽרֶץ


אַל־תִּֽטַּמְּא֖וּ בְּכׇל־אֵ֑לֶּה כִּ֤י בְכׇל־אֵ֙לֶּה֙ נִטְמְא֣וּ הַגּוֹיִ֔ם אֲשֶׁר־אֲנִ֥י מְשַׁלֵּ֖חַ מִפְּנֵיכֶֽם׃


וְלֹ֤א תֵֽלְכוּ֙ בְּחֻקֹּ֣ת הַגּ֔וֹי אֲשֶׁר־אֲנִ֥י מְשַׁלֵּ֖חַ מִפְּנֵיכֶ֑ם כִּ֤י אֶת־כׇּל־אֵ֙לֶּה֙ עָשׂ֔וּ וָאָקֻ֖ץ בָּֽם

קוקט אויס אז עס איז געווען א נארמאלע זאך ביי די גוים, בנוגע די טעם געדענק איך אז ר משה פיינשטיין שרייבט ערגעץ אז דאס אליינס צו זאגן אז ס׳דארף א טעם איז א תועבה אבער בעצם קען מען זיך דינגען און זאגן אז סאיז א גזירת הכתוב פונקט ווי צוויי שוועסטער וואס איז אסור אבער מען זעהט אז יעקב אבינו האט גענומען צוויי שוועסטער איז עס ע״כ נישט אזא תועבה נאר וואס דען די תורה האט עס גאסרט און פערטיג
 
אין די לעצטע גסיסה וואכן פון קאווע שטיבל (א יאר צוריק) האט נאך @מי אני, @וואלווי, און אנדערע, עוסק געווען אין די נושא....

ב"ה מען ציעט ווײטער די שמועס דא.
 
אין די לעצטע גסיסה וואכן פון קאווע שטיבל (א יאר צוריק) האט נאך @מי אני, @וואלווי, און אנדערע, עוסק געווען אין די נושא....

ב"ה מען ציעט ווײטער די שמועס דא.
האסט א עקסטערע זכי’ אז דאס איז די איינציגסטע אשכול (בדרך כלל) וואס @מי אני איז נאך מגיב (חוץ זיין אייגענע).
 
איך בין נייגעריג ווער ס'האט אן הסבר:

1. וואס זוכט ואת שבתותי תשמורו צוויי מאל אין פרשת קדושים? און פארוואס גלייך נעבן 'איש אמו ואביו תראו', און נעבן 'ואת מקדשי תיראו'?

2. וואס איז פשט פון די צוויי (אנדערע) עריות פרשיות, אין אחרי און אין קדושים?
 
. וואס זוכט ואת שבתותי תשמורו צוויי מאל אין פרשת קדושים? און פארוואס גלייך נעבן 'איש אמו ואביו תראו', און נעבן 'ואת מקדשי תיראו'?
🤷🏻‍♂️ ווייס איך נישט...
אינטערסאנט אז די צוויי גייען צוזאמען אויך אין די עשרת הדברות. ס'איז עפעס א סעט.


2. וואס איז פשט פון די צוויי (אנדערע) עריות פרשיות, אין אחרי און אין קדושים?
ס'איז צוויי נוסחאות, און חז"ל האבן שוין דאס באמערקט ווען זיי האבן געזאגט אז איינס איז פאר אזהרה און איינס פאר עונש כרת/מיתה.
 
דר. ברוך לעווין שרייבט אז דאס איז ווייל עס וויל מסיים זיין מעין הפתיחה:
These three vv. mark the close of the main section of the unit, returning to the themes with which it opened and adding to them. 30: Keep My sabbaths, corresponding to v. 3а. Venerate My sanctuary, i.e., do not trespass the bounds of the sacred. The verb corresponds to that used in the second law in 3a​
ער גראדע האלט נישט אז דאס איז א מכוונ׳דיגע חזרה/הרחבה פון די עשרת הדברות:
A number of rabbinic and modern interpreters, noting that the prohibitions of idolatry (v. 4), theft and falsehood (v. 11), and false witness (v. 12) along with the command to keep the Sabbath and to revere one's mother and father (v. 3), are included in this collection, have suggested that this ch is the Priestly version of the Decalogue (see Exod. ch 20; Deut. ch 5). This is unlikely. The Priestly literature is completely unfamiliar with the Decalogue tradition; there is no logical explanation for the missing commands; and the six scattered parallels are outweighed by the remainder of ch 19, which does not resemble the Decalogue at all​
ועיין בויק״ר כד ה. (דר. בנימין סאַמער שרייבט דארט אז דאס איז א דוגמא פון מדרש אויף פריערדיגע טראדיציעס אין די תורה בתוך די תורה גופא, וכן כתב דר. עדווארד גרינשטיין.)

ולגבי די חילוק בפרשת עריות צווישן P אין פ׳ אחרי, און H בפ׳ קדושים, שרייבט ער:
Many commentators have assumed that this ch provides the punishments for the crimes given in ch 18. But this is unlikely for many reasons. Several of the acts prohibited in ch 18 are missing (intercourse with one's mother, granddaughter, half-sister, step-granddaughter, and wife's sister). Conversely, this ch mentions crimes not included in ch 18 (cursing one's parents and consulting spirits). Even some of the parallels are not exact: 20.14, 17, 18 do not quite correspond to the commands in 18.9, 17, 19. Further, according to 18.29 all the crimes enumerated are punished by "karet," whereas this ch mentions "karet" in a few cases only, and prescribes capital punishment in the others. Finally, the very existence of two separate chs devoted to one theme, with an entire ch standing between them, indicates that the two chapters were composed separately. The compilers of H, in their endeavor to include as much legislation as possible, preserved and included overlapping and contradictory compositions without harmonization. This illustrates the reverence ancient authors had for texts that they inherited from earlier bearers of tradition​
דר. ראַבּערט אַלטער באמערקט אויך אז די חילוק בחז״ל איז משמע בהכתוב:
The list of prohibited acts that begins here mirrors the one that takes up chapter 18. That chapter and the present one are two panels separated by the paraphrase of the Decalogue in chapter 19. What is couched in chapter 18 as a series of imperatives is recast here in the language of case law ("casuistically"), with the punishment for each offense now stipulated. That addition gives a focusing or quasinarrative development to the relationship between the parallel lists of laws​
 
1. וואס זוכט ואת שבתותי תשמורו צוויי מאל אין פרשת קדושים? און פארוואס גלייך נעבן 'איש אמו ואביו תראו', און נעבן 'ואת מקדשי תיראו'?
דעיס געדענק איך פון חדר, אז אפילו די טאטע/מאמע בעטן צי מחלל שבת זיין, טאר מען נישט..
 
.

וידוע מה דהביא האבן עזרא:
ויאמר רבינו חננאל ז״ל כי יש מי שיחדש בגופו כצורת בשר אשה, וזה לא יתכן בתולדת
איך האב געטראכט שבת לערנענדיג די אבן עזרא
אז לפי זה וועט זיין אסור צו האבן געשלעכט מיט א טרענס פרוי משום ואת זכר לא תשכב
 
Back
Top