הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצ"ל

אפילו אין רב קוק׳ס עולם השלם איז ער געוועזן היבש צימישט. פון איין זייט האט ער געהאמערט קעגן חילול שבת אויפן פראקטישן פארנעם, פון די אנדערע זייט האט ער געזען דערין א חלק פונעם עולם השלום. ער האט געהאט פולע פאראדאקסן. פון זיינע שריפטן קוקט אויס ווי ער איז געווען איין שטיק רגש, ממש ווי ר’ איטשע מאיר מארגנשטערן, פון די אנדערע זייט זיינע ביאגראפירער באשרייבן אים ווי א גראונדעד מענטש.
פארוואס הייסט א מענטש וואס האט אריין גענומען עטליכע זייטן "צעמישט" אדער "פראדאקסן"?

"גראונדעד" און "רגש" איז גאר אן זעלטענע שלימות. עהאט כולל געווען עטליכע זייטן, דאס הייסט סיי אהבת ישראל און עבודת השם, און סיי תורה והלכה. א זאך וואס אנדערע גדולים, ווי דער דערמאנטער בר-פלוגתא, האט נישט געהאט אזא מהלך, ווייל אלעס איז געווען עקסטרים צו איין זייט, און ווען מ'טרעפט א חסרון ביי יענעם ווערט מען עקסטרעם איין זייטיג. דאס הייסט "צעמישט", ווען א מענטש קען נישט ניצען א כללית'דיגע צוגאנג צו אלע יודען צוגלייך. פון איין זייט אהבת ישראל אבער פון צווייטן זייט אראפ ברענגן אנדערע אויף אזא ביטול'דיגע פארנעם. ווס. איינער וואס האט מיט א שלימות זייער ערענסט גענומען אלעס, סיי הלכה און סיי אקעגן הלכה.

מ'מעסט נישט קיין צדקות און גאונות דא, און אמת מיט שקר, ווייל ביידע זענען געווען גרויסע מענטשן וואס האבען נישט געפאטשקעט צייט מיט שטותים, און אוודאי נישט סעלפיש, ווייל ביידע האבן מקדיש געווען זייער לעבן פאר אנדערע, הלואי אויף אנדערע גדולים אזא ערנסקייט. נאר אז איינער קען פארנעמען אנדערע אן אראפ קלאפן איז ער ווייט פון "צומישט".
 
לעצט רעדאגירט:
עוד מה ששמעתי מפי זקני, אבי אמי הר"ר שמואל יעקב ווינברג ז"ל, שבהיותו פעם בסעודת פדיון הבן אצל אחד ממכיריו, נתפלא לראות כי ראשי הקרואים הם כ"ק מרן הגרא"י קוק זצוק"ל ועל ידו יושב כ"ק מרן הגר"ח זצוק"ל זאננפעלד, וביותר התפלא אא"ז ז"ל כשמרן הגרא"י הכהן בירך ברהמ"ז על הכוס וטפטפו כמה טיפות מידיו, שם מרן הגר"ח ידיו תחת ידי הכהן, לקבל הטיפות שטפטפו מהכוס, ולקק אותם כמה וכמה פעמים. ואמר לי אא"ז שמאז לא האמין לשום דבר לשון הרע על מרן הגרא"י הכהן זצוק"ל. כשסיפר לי זאת אא"ז ז"ל הייתי בגיל צעיר, וסיפור זה נחקק כל כך עמוק בלבבי, שאין אני יכול לשכוח, כי נדמה לי לפעמים כמו שאני בעצמי הייתי רואה בעיני את הדבר.

פון דא
מי הוא רבי שמואל יעקב ווינברג ז"ל איזה ווינברג? האם זה סלונים? סלאנים? או סלונים תל אביב?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז באקאנט אז סאטמאר רב שרייבט אנדערש אויף אים פארן פארן קיין ירושלים ווי נאכדעם.
כ'האב קיינמאל נישט געהערט דאס קראנט, אבער עס איז מסתבר אז נאכן זיך באקענען מיט זיינע ברי פלוגתא און שפירן זייערע 'אנטיקס' אויף די אייגענע ביינער האט ער ווארשיינליך געכאפט מיט וועמען ער האט דא צוטאן און געקוועסשנט אלע זייערע מערכות, אריינגערעכנט די מלחמה מיט הרב קוק. דאך ווייס איך נישט ער זאל האבן געזאגט ברבים עפעס א טויש אין דעם נושא

פונעם גערער רבי'ן אבער זעהט מען די טראזשעקטארי זייער קלאר, ווי ער שרייבט אז אליינס אראפ אינעם בריוו וואס ער האט געמיינט איבער הרב קוק בעפארן באזוכן אין ארץ ישראל און וואס ער האט זיך איבערצייגט שפעטער
 
אין ספק אז הרב קוק איז געווען גאר א גרויסע מענטש בעצם. ואין ספק אז אונז האבן מקבל געווען אן אנדערן בליק אויף די וועלט מיט אידישקייט ווי ער האט אויסגעלערנט.
די וואס קענן נישט פארנעמן די צוויי זאכן אויף איינם, האבן א פראבלעם.

פערזענליך קוק איך אן שיטת הרב קוק אלס א שיטה אויף וואס מיר זיינן חולק. שיטת סאטמאר איז ביי מיר בכלל נישט קיין שיטה. אבער די אשכול איז נישט פאר סאטמאר.
 
כ'האב קיינמאל נישט געהערט דאס קראנט, אבער עס איז מסתבר אז נאכן זיך באקענען מיט זיינע ברי פלוגתא און שפירן זייערע 'אנטיקס' אויף די אייגענע ביינער האט ער ווארשיינליך געכאפט מיט וועמען ער האט דא צוטאן און געקוועסשנט אלע זייערע מערכות, אריינגערעכנט די מלחמה מיט הרב קוק. דאך ווייס איך נישט ער זאל האבן געזאגט ברבים עפעס א טויש אין דעם נושא

פונעם גערער רבי'ן אבער זעהט מען די טראזשעקטארי זייער קלאר, ווי ער שרייבט אז אליינס אראפ אינעם בריוו וואס ער האט געמיינט איבער הרב קוק בעפארן באזוכן אין ארץ ישראל און וואס ער האט זיך איבערצייגט שפעטער
איך געדענק זען איין בריוו ווי עס שטייט על הספינה בדרך לארה”ק און דארט שרייבט ער גאר שארף. עס איז דא א בריוו פון עטליכע חדשים שפעטער ווי ער שרייבט סתם הרב קוק, ער דינגט זיך מיט אים, אבער לאזט אויס אלע לשונות.
 
ביידע זענען געדרוקט אין שו''ת דברי יואל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ביסודו איז די גענצע מחלוקה אויפ׳ן ראי״ה איז א המשכה פונעם התנדגות צו חסידות, ער האט ס״ה אראפ געברעעגט דא און עולם העשיה וואס די בעש״ט האט מגלה גוועהן,

נישט די שפעטרע קהילות חסידות וואס מחמת חוסר הבנה ועידנות האבן סתם גבלעטשקעט און געשטיפט און סתם פארקויפט עצות אויף פתרונות און קיין צורך,
און טאקע דערפאר האט סאאמאר געשריגן השתכחו תורת הבעש״ט (חלילה) ווייל ער האט נישט אנקערט און דעם גאנצע גילוי...
 
כ'האב א געפיל אז אברהם חיים דובער 'המלאך' לוין האט נישט געגלייכן הרב קוק

1000096695.jpg
 
ביסודו איז די גענצע מחלוקה אויפ׳ן ראי״ה איז א המשכה פונעם התנדגות צו חסידות, ער האט ס״ה אראפ געברעעגט דא און עולם העשיה וואס די בעש״ט האט מגלה גוועהן,

נישט די שפעטרע קהילות חסידות וואס מחמת חוסר הבנה ועידנות האבן סתם גבלעטשקעט און געשטיפט און סתם פארקויפט עצות אויף פתרונות און קיין צורך,
און טאקע דערפאר האט סאאמאר געשריגן השתכחו תורת הבעש״ט (חלילה) ווייל ער האט נישט אנקערט און דעם גאנצע גילוי...
יעדער מחולל אין די מאדערנע היסטאריע האט געהאט פייערדיגע התנגדות, ווי זאגן זיי, ווען דער צאנזער רב וואלט געקענט וואלט ער ארויסגעגאנגען נגד החסידות, אינטערעסאנט טאקע אז זיין נאכפאלגער הרה?ק מסאטמאר האט טאקע מקיים פסק געווען
 
אינטערסאנט. הרב קוק האט אפגעשריבן אין זיין טאגבוך א נבואה'ישע עקסיפריענס וואס ער האט געהאט. זיין תלמיד הרב הנזיר האט עס צענזורירט און עס איז נאר ארויסגעקומען יארן שפעטער אין די שמונה קבצים בענדער:

ואקשיב ואשמע מתוך מעמקי נשמתי, מתוך רגשי לבבי, קול אדני קורא. ואחרד חרדה גדולה, הככה ירדתי כי לנביא השקר אהיה, לאמר ד' שלחני ולא נגלה אלי דבר אדני. ואשמע קול נשמתי הומה, ספיחי נבואות הנה צומחות, ובני נביאים מתעוררים, רוח הנבואה הולך ושט בארץ, מבקש לו מפלט, דורש לו גבורים, מלאי עזוז וקודש.. וכו' (שמונה קבצים ד':י"ז).

נאך א שטיקל פון הרב קוק וואס זיינע תלמידים האבן פאדרייט איז ''נבואה ורוח הקודש באים, בדבר ד', מפנימיותו של אדם, ומתוכו הם נשפעים לכל מה שנוגע לעולם כולו'' אזוי איז געשטאנען אין די כתב יד, משא"כ אין די ספר האט מען עס געטוישט אויף ''נבואה ורוח הקודש באים, בדבר ד' לפנימיותו של אדם''
 
די ערשטע גירסא , מפנומיותו , איז נאהנטער צו חב״ד , ממלא כל עלמין , נקודה הפנימית , נשמה
מאן דנפח מתוכיה נפח , קומט אלץ זאגן אז די אלוהות ,איז אין דעם מענטשן חבוי ונסתר , און עס קען ווערן א נחל נובע , ביז מדריגת הנבואה

די פריעריגע בעלי מחשבה , ווי דער רמב״ם האבן
גיהאט א פראבלעם מיט די גאנצע ענין פון נבואה
ווי איז שייך , אז א גאט וואס איז כולו רוחני , זאל
קומען מיט א נבואה צו א בשר ודם פון גשם , עס שטימט נישט מיט די הנחות אין פילוסופיה ווי ער
איז מסביר אין שמונה פרקים , די אלע נויטיגע
הכנות צו נבואה , אויסצוארבעטן און ארויף צו ברענגען די מהות און די פנימיות פון זיך , און נאכדעם מוז נאך גישעהן א נס פון נבואה .

לגבי דעם ,אז ער שרייבט אז ער האט גיהאט א כעין. מחזה פון נבואה - אדער א גידעכעניש פון הימל רמז איז שכיח ביי גרויסע מוחות , און אז זענען אין א פאזישן צו מאכן א השפעה ,אין דער וועלט , קומט עס מיט חלומות , וואס זיי נעמען אהן ווי נבואה

לדוגמא , וועלן מיר אהנכאפן עקזעמפלס פון היפכ׳דיכע וועלטן , טיאודור הערצל , דער מייסד תנועת הציונות איז גיוועהן א גלויביגער אין די כח פון חלום , אין זיינע טרוימען , האבן איהם אהנגעפולט מיט קוראזש ,און גיגעבן מוט ,פאר זיינע גרויסע פעולות
ביי די היימישע קען מען אהנווייזען אויפן מנחת אלעזר , דער מונקאטש רב ז״ל , ווי מען ברענגט
פון איהם ,(דרכי חיים ושלום) אז ער האט גיוויזען א צייכען פון א ביס פון א נחש אויף זיין ארעם , נאך א חלום לילה און ער האט נאך גיזאגט
אז דער נחש הקדמוני האט זיך פאר לייגט אויף איהם ווייל ער איז מוחה קעגן הערצל ,
ביידע האבן גי׳חלומ׳ט
 
איך מיין דו האסט א טעות, איך געדענק נישט ער זאל אזוי שרייבן אין שמונה פרקים. אין מורה שרייבט אז עס פעלט נאכאלס אויס רצון האל אבער נישט א נס. אין פירוש המשניות און אין משנה תורה זעהט אויס אז אפילו רצון האל פעלט נישט אויס נאר דאס איז א נאטורליכע זאך וואס יעדער וואס איז ראוי קומט אן דערצו.
 
ווי זעסטו אין זיינע ווערטער אז מען רעדט פון א חלום?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין א שטארקע דרשה בנוגע עניינא דיומא, האט הרב חיים מנדל בראדסקי, ראש ישיבת זכרון שמעיה טאראנטא וחתנו של הגאון ר' נחום פרצוביץ זצ"ל, פארציילט א פאר מעשיות.
א. ער איז געגאנגן אלס יונגערמאן באזוכן ביי הרב אלישיב אום חוה"מ סוכות. אין מיטן איז ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל אריין געקומן. אלס א מכיר את מקומו האט ער געוואלט אוועק גייען, אבער הרב אלישיב האט געווינקט אז ער זאל בלייבן. די גאנצע שמועס איז געווען ארום הרב קוק.
ב. אמאל, ביי ברכת החמה אין ירושלים, האט איינער געוואונטשן פאר הרב חיים זוננפלד אז ער זאל זוכה זיין באלד צו ברענגן די קרבן פסח. האט איינער זיך אנגערופן, "וואס וועט מען טון טאמער הרב קוק איז כהן גדול?" האט הרב חיים זוננפלד געזאגט, "כהן גדול מעג ער זיין. נאר ירושלימ'ער רב נישט." (כלומר, אויף אים פערזענליך רעדן מיר נישט, נאר אז ער פאסט נישט פאר די פאסטן.) (דער דרשן האט געוואלט זאגן אז הרב אליה בער וואכטפויגעל קען זיין א גוטע ראש ישיבה און מגיד שיעור, אבער פירן כלל ישראל איז נישט פאר אים.)
 
ווי זעסטו אין זיינע ווערטער אז מען רעדט פון א חלום?
עס איז דא א פסוק
אם יהיה נביאכם ה׳ בחלום אדבר בו ,
חלומות קענען זיין הימלישע זאכן , נבואה קומט מיט
חלום ידוע די דעת הרמב״ם אז די סיפור אין וירא
איז גיוועהן בחלום. דער רמב״ן איז שטארק מחולק
אבער משנה לא זזה ממקומה. ביי בלעם , וואס אויף
עהם האבן חז״ל גיזאגט , אבל באומות קם , אז זיין
מדריגת נבואה האט דערגרייכט צו משה , אויף וועם
דער פסוק איז מעיד ולא קם בישראל כמותו , איז ביי
בלעם שטייט ,דער לשון נופל וגלוי עינים , וואס קען
ווערן גיטייטשט , נופל בשינה וחולם ,וואטעווער די
מציאות
נבואה איז נבואה בחלום או בהקיץ
יו העוו טו עקפיקיריענס איט טו נאו איט
 
איך מיין דו האסט א טעות, איך געדענק נישט ער זאל אזוי שרייבן אין שמונה פרקים. אין מורה שרייבט אז עס פעלט נאכאלס אויס רצון האל אבער נישט א נס. אין פירוש המשניות און אין משנה תורה זעהט אויס אז אפילו רצון האל פעלט נישט אויס נאר דאס איז א נאטורליכע זאך וואס יעדער וואס איז ראוי קומט אן דערצו.
גירעכט , ער זאגט נישט די ווארט ,נס ,
צו האט ער גיהאלטן אז נבואה איז נאטירליך
פון טבע , אהן א ספעציעלער התגלות ברצון ה׳
עס קוקט מיר אויס , אז ער מיינט צו זאגן , אז נאך די אלע הכנות פון מדות , ווי ער רעכנט אויס פון
חכם גבור עשיר , און די אפטייטש פון די דריי
זאכן , אויף מדות , קען גישעהן א התגלות ברצון
ה׳ ,נישט א נאטירליכער גישעהניש , נישט דרך הטבע , ווייל אין טבע , רעדט דען גאט צו א מענטש?
די לשון פון רמב״ם אין יסודי התורה ז.
מיסודי הדת לידע שהאל מנבא את בני האדם .
עס איז א ידיעה - פון אמונה- אז עס איז דא א
מציאות פון נבואה.
 
Back
Top