פון זיינע באקאנטע תלמידים איז דעם שאפראנע רב'ס עלטסטע זון פון ב"פ הרב דוד משה מייזליש, כהיום א פול פלעדזש לויבאוויטשער. (אבער נאך מיט די אונגארישע לבוש)
אזוי אויך דער באקאנטער מרדכי לייב גליק פון קרית יואל האט געלערנט ביי אים.
די פארכאפונג איז פארגעקומען אין א צייט ווען די ברך משה איז געווען אויף א נסיעה אין א"י, הרב לאנדוי פון בני ברק וואס האט זיך געקאכט בספרי חב"ד האט פארגעהאלטן די ברך משה ווען ער האט אים באזוכט אויף די מעשי פרעות.
ר' מענדל האט געהאט שטענדיגע פאליצייאישע וואך פארנט פון זיין הויז, אבער די חיות טורפות האבן געניטערהייט אים באוויזן אריינצוכאפן, ס'געווען א טשעיס פון פאליציי נאך די ווען, למעשה האבן זיך די חברה ארויסגעגליטשט פון פאליציי'ס הענט, ווי ס'האט דעמאלטס געהייסן האט מען געדאמפט די ווען אין נעפאנעק אינגעל קעמפ.
ר' מענדל וואוינט היינט אין כפר חב"ד און איז א גרויסע משפיע, אנדערש ווי אסאך אנדערע לויבאוויטשע משפיעים וועלכע זענען בלויז עוסק אין ספרי חב"ד פון זייערע רביים לדורותיהם, איז ער עוסק אין אלע אנדערע חסידישע ספרים, ווי באר מים חיים, בני יששכר, דברי חיים, ועוד, ער זאגט נאך פון זיי אלע ביי שמועסן און פארברענגנס.
ער איז שטענדיג מעודד אז מ'דארף לערנען אויך ספרי מוסר, א זאך וואס איז לגמרי אפגעפרעגט ביי די עכטע לויבאוויטשע.
זיינע מקורבים דערציילן אז לעתים קען אים אנכאפן א תשוקה און געגועים צו זיין רבי פון די יוגנט יארן הרה"ק מ'סאטמאר, און דערציילט אסאך פון זיינע זכרונות בהלו נרו על ראשנו, אזוי אויך ווען ער קומט קיין אמעריקע כאפט ער זיך צומאל אריבער קיין קרית יואל צום ציון הק', בנוגע די שארפע אויסדריקן וואס ר' מענדל אליין האט געהערט מפה קדשו פון סאטמאר רב כלפי הרבי מליבאוויטש, זאגט ער אז די סאטמאר רב האט ממש נישט געקענט דעם לויבאוויטשער, און פארדעם האט ער זיך טועה געווען צו רעדן אזוי אויף אים.
פארגאנגענע ג' תמוז תשפ"ד ביי א פארברענגן אין שטאט ב"פ האט זיך ר' מענדל אביסל צועפנט און דערציילט מקצת פון זיינע מעמוארן פון די מיטמאכענישן אין די אינגע יארן. אנגעהויבן פון ווען ער איז נתקרב געווארן צו הרב יואל כהן ע"ה ביז די ענדע ווען ער איז געפלויגן פון סאטמאר. צווישן אנדערע דערציילט ער ווי ער אליין פלעגט צופליקן די קונטרסים פון לויבאוויטשער רבינ'ס תורות וואס פלעגט אין יענע צייטן אנקומען אויף פאסט.. און נאך אסאך אינטערעסאנטע קרישקעלעך.