הרב מענדל וועכטער שליט"א

איך בין געווען אמאל ביי עים ביי א שמיעס איז דארטן געווען היימישע אמעריקאנער חברה אויך, האט ער געפרעגט פאר ער האט אנגעהויבן זאל איך רעדן יודיש אדער עברית , רופט ער זיך אן נאכדעם

סאיז אקעי "העברית שלי כולם מבינים"....
 
שמואל טייטעלבוים גבאי ביי ר' זלמן לייב מיט זיין ברודער ירמי פין יטב לב זענען אויך זיינע תלמידים
 
בנוגע מנדל וועכטר און מעכיל לעבאוויטש

צד א'
מטערזירט מענטשהייט פאר גארנישט און פאר נישט.

צד ב'
ס׳איז זיך זיי געקומען, וואספארא רעכטס האט א משפיע צו פארכאפן 16 יעריגע בחורים אקעגן זייערעע עלטערן, סוואלט גוט געווען ווען מטוט עס מיט יואל ראטה אויך

וואס איז די מיינונג פון די עולם דא
יואלי ראטה האט גראדע יא אנגעפאנגען אין וויען ווי ער איז געוועהן א מגיד שיעור און ווען מ'האט איהם געווארפן האט ער מיטגענומען א גרויסע עולם. סאו ער איז גארנישט אזוי אנדערש ווי רעב מענדל אין דעים הינזיכט.

ר' מנדל איז א פיינע משפיע מיט א גוטע חוש הסברה א שאד אז ער וואוינט אין קרית מלאכי ווי קיינער דארט איז נישט אינטרעסירט אין איהם. אלס בחור פלעג איך גיין צו זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן וועכענטליך אין סדיגורא אויף שמואל הנביא
 
פון 'זיך קומען קריטיק' ביז 'זיך קומען מיתה' איז א גרויסע מהלך.

מ'רעדט פון אפאר עקסטרעמיסטן מיט הייסע בלוט, וואס האט אוודאי נישט געפעלט אין יענע יארן.
איך האב אויך אזוי געהאלטן, איינמאל האב איך גערעדט וועגן ר' מעכיל לעבאוויטש, האט מיר איינער געזאגט, שטעל דיך פאר איינער פארכאפט דיין 15 יעריגע בחור אין מאכט אים מעשוגע אז ער פליט אין הימל, ער דאַרף אים יעדן טאָג דערציילן זיינע מצות אין עבירות.
איך נעם נישט קיין צד אבער איך האב פארשטאנען די אנדערע זייט
 
דאכט זיך די געזעץ נעמט היבש א קלארע צד.
ביי א געווענליכע שיסעריי איז אויך דא צוויי זייטן.
זיין 'גערעכט' מיינט נישט האבן 'רעכט' צו טוהן וויילענס.
 
עס איז וויכטיג צו קלאר מאכן אז די וועלכע האבן דאס געטון צו מענדל וועכטער זענען אנגעווייטאגטע עלטערן פון די בחורים וואס זענען געווארן חבד'סקע.
נישט צו בארעכטיגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך צו ר' מיכל לעבאוויטש וואס צו אים איז געטון געווארן אלע שטיק ממש מטעם סאטמאר.
 
דאכט זיך די געזעץ נעמט היבש א קלארע צד.
ביי א געווענליכע שיסעריי איז אויך דא צוויי זייטן.
זיין 'גערעכט' מיינט נישט האבן 'רעכט' צו טוהן וויילענס.
ווען דאס געשהען מיט א טשייל מאלעסטער, וואלט אויך די געזעץ באשלדיגט, דאס מיינט נישט נאך נישט אז ער איז נישט גערעכט
 
עס איז וויכטיג צו קלאר מאכן אז די וועלכע האבן דאס געטון צו מענדל וועכטער זענען אנגעווייטאגטע עלטערן פון די בחורים וואס זענען געווארן חבד'סקע.
נישט צו בארעכטיגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך צו ר' מיכל לעבאוויטש וואס צו אים איז געטון געווארן אלע שטיק ממש מטעם סאטמאר.
מעכיל לעבאוויטש איז אויך געווען אנגעוויטאגטע משפחה
 
בנוגע מנדל וועכטר און מעכיל לעבאוויטש

צד א'
מטערזירט מענטשהייט פאר גארנישט און פאר נישט.

צד ב'
ס׳איז זיך זיי געקומען, וואספארא רעכטס האט א משפיע צו פארכאפן 16 יעריגע בחורים אקעגן זייערעע עלטערן, סוואלט גוט געווען ווען מטוט עס מיט יואל ראטה אויך

וואס איז די מיינונג פון די עולם דא
אוועקשלעפן א קינד אינטער 18 יאר פון די טאטנ'ס גלויבונג נגד רצונו איז אין כלל פון גונב נפש ומכרו מות יומת.

אויב איינער איז א חיה רעה איז עס מענדל וועכטער נישט זיינע קרבנות.
 
פארגאנגענע ג' תמוז תשפ"ד ביי א פארברענגן אין שטאט ב"פ האט זיך ר' מענדל אביסל צועפנט און דערציילט מקצת פון זיינע מעמוארן פון די מיטמאכענישן אין די אינגע יארן. אנגעהויבן פון ווען ער איז נתקרב געווארן צו הרב יואל כהן ע"ה ביז די ענדע ווען ער איז געפלויגן פון סאטמאר. צווישן אנדערע דערציילט ער ווי ער אליין פלעגט צופליקן די קונטרסים פון לויבאוויטשער רבינ'ס תורות וואס פלעגט אין יענע צייטן אנקומען אויף פאסט.. און נאך אסאך אינטערעסאנטע קרישקעלעך.
קען מען ערגעץ הערן / זען די דרשה? אדער עפעס ענדליך?
 
עס איז וויכטיג צו קלאר מאכן אז די וועלכע האבן דאס געטון צו מענדל וועכטער זענען אנגעווייטאגטע עלטערן פון די בחורים וואס זענען געווארן חבד'סקע.
נישט צו בארעכטיגן, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך צו ר' מיכל לעבאוויטש וואס צו אים איז געטון געווארן אלע שטיק ממש מטעם סאטמאר.
געטוהן האבן עס אפאר צוהיצטע בחורים וואס אגב אלע פון זיין האבן היינט חרטה... נישט אז איך געב דא גערעכט פאר וועכטער'ן.
 
געטוהן האבן עס אפאר צוהיצטע בחורים וואס אגב אלע פון זיין האבן היינט חרטה... נישט אז איך געב דא גערעכט פאר וועכטער'ן.
גארנישט קיין בחורים...
איך האב גערעדט מיט איינעם פון זיי, א אנגעווייטאגטע טאטע
 
למעשה וויל איך פארשטיין. וואס איז די עוולה אז איינער לערנט מיט א בחור אביסל חסידות? וואס איז די פראבלעם? פארוואס קומט זיך בכלל א התנגדות און בפרט ממש אזאנס וואס מען האט כמעט געהארגט א איד?
 
ס׳קלאר אז ער איז באגאנגען א עולה, מען האט עם אויפגענומען צו פרעדיגען סאטמעריזם און ער האט מועיל בשליחות געוועהן און געטוהן פונקט פארקערט, קיין אומשולדיג נשמה׳לע איז ער נישט.
נאר דאס וואס מען האט עם צוריק געטוהן איז א געפערליכע עולה וואס האט איבערגעדרייט די חרדישע וועלט בשעתו.

איך פיל בכלל נישט שלעכט פאר וועכטער, האסט אנגעהויבען א פייט יעצט כאפסטו, אבער ס׳ווייזט אסאך אויף די וואס האבען באגאנגען די פארברעך ווער זיי זענען.
 
לעצט רעדאגירט:
למעשה וויל איך פארשטיין. וואס איז די עוולה אז איינער לערנט מיט א בחור אביסל חסידות? וואס איז די פראבלעם? פארוואס קומט זיך בכלל א התנגדות און בפרט ממש אזאנס וואס מען האט כמעט געהארגט א איד?
ווילסט עכט הערן די אמת?!...

קיינער איז נישט געווארן אנגעווייטאגט אז זיין זון קאכט זיך אביסל אין א שטיקל ליקוטי אמרים..

איך האב אליינס געהערט פון איינער וואס האט געלערנט ביי אים, די וועג וויאזוי ער האט משפיע געווען אויף זיי איז געווען דורך אפלאכן מיט זלזול און ביטול פון די פאנאטישקייט פון זייערע עלטערן, און פון אלעס וואס מ'האט זיי געלערנט פון פארדעם, א בחור איז אהיימגעקומען האט זיין טאטע מער נישט געהאט קיין ווארט אויף אים, וואס פארשטייט שוין דער אלטער אונגארישער נאר... ער ווייסט דען פון די אלע טיפע אלקות'דיגע מושגים?... ער ווייסט פון ציונות מיט ביי האר און דעטס איט....

דאס התחכמות און ליצנות וואס ער האט אריינגעברענגט אין ריינע שיטה הקדושה בחורים האט זייער אנגעווייטאגט די עלטערן.
 
וואס פארשטייט שוין דער אלטער אונגארישער נאר... ער ווייסט דען פון די אלע טיפע אלקות'דיגע מושגים?... ער ווייסט פון ציונות מיט ביי האר און דעטס איט....
איז ער דען נישט גערעכט געווען?😂
 
איז ער דען נישט גערעכט געווען?😂
אוודאי.. נאך סך מער ווי גערעכט....

אבער דיר וואלט אויך ארויסגענומען פון די כלים ווען דו שיקסט דיין בחור קונה זיין תורה ויראת שמים פון איינעם, און למעשה הערט יענער נישט אויף אים אריינצובראקן וואספארא נארישע פאנאטישע מצומדיג'ער חינוך דו האסט אים געגעבן אלע יארן...
 
ס׳קלאר אז ער איז באגאנגען א עולה, מען האט עם אויפגענומען צו פרעדיגען סאטמעריזם און ער האט מועיל בשליחות געוועהן און געטוהן פו קט פארקערט, קיין אומשולדיג נשמה׳לע איז ער נישט.
נאר דאס וואס מען האט עם צוריק געטוהן איז א געפערליכע עולה וואס האט איבערגעדרייט די חרדישע וועלט בשעתו.

איך פיל בכלל נישט שלעכט פאר וועכטער, האסט אנגעהויבען א פייט יעצט כאפסטו, אבער ס׳ווייזט אסאך אויף די וואס האבען באגאנגען די פארברעך ווער זיי זענען.
דאס איז מיין שאלה, וואס איז די עוולה צו לערנען אביסל חסידות אין סאטמאר? פארוואס הייסט עס מועל בשליחות.
 
איך הער
 
Back
Top