הרב מענדל וועכטער שליט"א

איך האב געזען אינעם עמי מאגאזין עטליכע יאר צוריק אן אינטערוויו מיט זיין ווייב. לויט ווי זי דערציילט דארט האט איר די רביצין געגעבן א פסק אז מ׳טאר ניט צוברעכן ישיבות.
 
ווילסט עכט הערן די אמת?!...

קיינער איז נישט געווארן אנגעווייטאגט אז זיין זון קאכט זיך אביסל אין א שטיקל ליקוטי אמרים..

איך האב אליינס געהערט פון איינער וואס האט געלערנט ביי אים, די וועג וויאזוי ער האט משפיע געווען אויף זיי איז געווען דורך אפלאכן מיט זלזול און ביטול פון די פאנאטישקייט פון זייערע עלטערן, און פון אלעס וואס מ'האט זיי געלערנט פון פארדעם, א בחור איז אהיימגעקומען האט זיין טאטע מער נישט געהאט קיין ווארט אויף אים, וואס פארשטייט שוין דער אלטער אונגארישער נאר... ער ווייסט דען פון די אלע טיפע אלקות'דיגע מושגים?... ער ווייסט פון ציונות מיט ביי האר און דעטס איט....

דאס התחכמות און ליצנות וואס ער האט אריינגעברענגט אין ריינע שיטה הקדושה בחורים האט זייער אנגעווייטאגט די עלטערן.
און נאכדערצו וואס ער איז אליינס געווען א תלמוד פונעם רבין וואס דאס האט געמאכט די בחורים זאלן שטארק נשפע ווערן פון עים
 
און נאכדערצו וואס ער איז אליינס געווען א תלמוד פונעם רבין וואס דאס האט געמאכט די בחורים זאלן שטארק נשפע ווערן פון עים
ווי אזוי איז ער אליינס אנגעקומען צו ליובאוויטש?
 
דורך ר' יואל כהן
ער האט אים פערצופאל געזעהן דאווענען א מנחה אין פאפא ביהמ"ד, און ער איז גענצליך איבערגענומען געווארען פין זיין דביקות ביי שמו"ע אין עבודת התפלה
אין די רעשט .....
 
סתם אינטערעסאנט ווי גאנץ סאטמאר איז געווען פארנומען ראטעווען (פארכאפן) יוסעלע שוכמאכער פון זיינע עלטערן, אבער ר׳ מענדל וועכטער, די קינדער כאפער, א שגץ…
 
אוועקשלעפן א קינד אינטער 18 יאר פון די טאטנ'ס גלויבונג נגד רצונו איז אין כלל פון גונב נפש ומכרו מות יומת.

אויב איינער איז א חיה רעה איז עס מענדל וועכטער נישט זיינע קרבנות.
און די זעלבע אויב ממאכט א חילוני א בעל תשובה
 
סתם אינטערעסאנט ווי גאנץ סאטמאר איז געווען פארנומען ראטעווען (פארכאפן) יוסעלע שוכמאכער פון זיינע עלטערן, אבער ר׳ מענדל וועכטער, די קינדער כאפער, א שגץ…
אמת, און רוב נארמאלע סאטמארע אידן האלטן היינט אז די יאסעלע פרשה איז געווען גאר א גרויסע עוולה.

אבער למעשה איז דא א גרויסע חילוק, דארט האבן די עלטערן עקשעלי אבערגעגעבן דאס קינד פארן זיידן, די זיידע האט נישט געוואלט צוריקגעבן דאס קינד, טאקע א געפערליכע פארברעך, אבער קומט נישט צו צו די רשעות פון נעמען בחורלעך אינטערן טאטנס ריקן און זיי אוועקכאפן.
 
סתם אינטערעסאנט ווי גאנץ סאטמאר איז געווען פארנומען ראטעווען (פארכאפן) יוסעלע שוכמאכער פון זיינע עלטערן, אבער ר׳ מענדל וועכטער, די קינדער כאפער, א שגץ…
ני? ס'איז נישט קיין סוד אז די רבי ז"ל איז געווען זייער קעגן דעם.

די גאנצע מערכה איז געווארן פון אנהייב געדרייווט דורך די אגודה פאר ווער ס'ווייסט, הרב מענדלזאהן פון קוממיות איז געווען א גור'ער, הרב מייזעס, הרב סאלאווייטשיק פון לוצערן, ביז די גיורת רות בן דוד האט אים אפגעדראפט ביי משפּחת גערטנער אין וומ"ס וואס דארט האט יעדע שמויגער באקומען א בעט.
 
סתם אינטערעסאנט ווי גאנץ סאטמאר איז געווען פארנומען ראטעווען (פארכאפן) יוסעלע שוכמאכער פון זיינע עלטערן, אבער ר׳ מענדל וועכטער, די קינדער כאפער, א שגץ…
ווי באקאנט איז אדמו"ר מסאטמאר מהר"י זצ"ל געווען דערקעגן

נ.ב. די גערטנערס זענען געוועזן מלאכים (חב"ד) וואס האבן זיך נישט פארשטאנען מיט האדמו"ר מסאטמאר מהר"י זצ"ל
 
קיינמאל נישט געהערט אז סאטמאר איז געווען אקעגן, לויט ווי די מעשה גייט זענען גײ עף בי איין זיך געקומען אנטערהערן וואס שמועס אין ראדני,
איז דא א בריוו ווי סאטמאר רבי שרייבט אז מזאל צוריק געבן די קינד צו די עלטערן?
 
קיינמאל נישט געהערט אז סאטמאר איז געווען אקעגן,
איך האב נישט גערעדט פון די קאמפאני אין אלגעמיין
איז דא א בריוו ווי סאטמאר רבי שרייבט אז מזאל צוריק געבן די קינד צו די עלטערן?
איך גלייב אז נישט. ער האט געהאלטן אז מען זאל נישט אוועקנעמען לכתחילה
 
קיינמאל נישט געהערט אז סאטמאר איז געווען אקעגן, לויט ווי די מעשה גייט זענען גײ עף בי איין זיך געקומען אנטערהערן וואס שמועס אין ראדני,
איז דא א בריוו ווי סאטמאר רבי שרייבט אז מזאל צוריק געבן די קינד צו די עלטערן?
סתם למען בדיוק, ראדני איז נאכנישט געשטאנען
 
סתם למען בדיוק, ראדני איז נאכנישט געשטאנען
ער מיינט נישט ראדני, זאל עס זיין אין 500-550 בעדפארד.
עס איז צופעליג אמת אז סאטמאר רב איז געווען זייער פארזיכטיג, און געבעטן אז מען זאל אים נישט זאגן וואו די קינד איז, כדי ער זאל דארף נישט דארפן ענטפערן ליגענט ווען מען פרעגט אים צו ער ווייסט וואו די קינד איז?!
 
עס איז וויכטיג צו קלאר מאכן אז די וועלכע האבן דאס געטון צו מענדל וועכטער זענען אנגעווייטאגטע עלטערן פון די בחורים וואס זענען געווארן חבד'סקע
כ'מיין אז די וואס האבן עם אריינגעשלעפט און ווען און עם אפגעשוירן בארד און פיאות זענען נאך דאן געווען גאר אינגע היציגע חברה וועלכע האבן נאכנישט געהאט בחורים דאן
 
סתם אינטערעסאנט ווי גאנץ סאטמאר איז געווען פארנומען ראטעווען (פארכאפן) יוסעלע שוכמאכער פון זיינע עלטערן, אבער ר׳ מענדל וועכטער, די קינדער כאפער, א שגץ…
אנכי ולא יהיה לך! מפי הגבורה שמענום

Rules for thee but not for me.​

האסט נאך אלץ קשיות??
 
איך האב הנאה אז קיינער האט נישט זוכה געווען דא צי א טיטול פון רבי אדער הרב אדער שליט"א אפילו רבי חיים קניבסקי זצ"ל אבער ווען עס קימט צי איינער וואס האט ציבראכן שטיבער און ער האט זיך געטוישט שרייבט מען א הרב און א שליט"א.
איך פארשטיי אז מענטשען זענען עכט אויפגעקלערט but give me a break
 
איך מיין די סיבה איז וויבאלד ער האט זיך באמת מוסר נפש געווען פארן באשעפער! 😉
 
איך האב הנאה אז קיינער האט נישט זוכה געווען דא צי א טיטול פון רבי אדער הרב אדער שליט"א אפילו רבי חיים קניבסקי זצ"ל אבער ווען עס קימט צי איינער וואס האט ציבראכן שטיבער און ער האט זיך געטוישט שרייבט מען א הרב און א שליט"א.
איך פארשטיי אז מענטשען זענען עכט אויפגעקלערט but give me a break
יששכר כץ האסטו פארגעסן 😁
 
סתם למען בדיוק, ראדני איז נאכנישט געשטאנען
ראדני איז נאכנישט געשטאנען תשכ"ב?
עניוועי די פוינט איז זיינע מענטשן זענען פארמישט געווען, ווען ער זאגט מזאל צוריק געבען די קינד צום טאטן וואלטן זיי צירוק עס געגעבן
 
Back
Top