הרב ר׳ יששכר כץ שליט״א ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה

איך בין דער תמים לב וואס בליקט אריין

איך ווארט צו הערן א זאכלעכע טענה פארוואס open orthodoxy איז נישט גוט.

האסט אנגעפאנגען גאר שטארק מיט א ווידיאו וואס זעהט אויס אויבן אויף ווי (הרב) יששכר כץ איז מתיר משכב זכר.

יעצט נאכדעם וואס ער האט זיך מסביר געווען אז ער האט עס נישט מתיר געווען, איז נאך נישט געקומען קיין שום טענה אויף צירוק (אראפרייסן הייסט נישט קיין טענה), וועל איך מוזן אננעמען אז ער איז גערעכט...
הה״ד מאכט זיך װי א תם און שטױסט װי א מועד. Don’t put words in my mouth איך האב עם גארנישט באשולדיקט אין מתיר זײן משכב זכור נאר װאס איך זע יא איז װי ער נעמט די רײכע צוגעלערנטע vocabulary to beat around the bush with tons of “ empathetic” and new age sounding platitudes
אין פלױדערט ארום אזױ לאנג ביז ער קומט אן צו א תשובה װאס װעט געפעלן פאר זײן target audience . דער מענטש איז א װעלטס בעל כשרון !
 
װאס איך װיל יא װיסן איז װעלכער traumatic event האט צוגעברענט אז ר יששכר זאל מאכן אזא דראסטישן טױש אין לעבן נאכדעם װען ער איז שױן געשטאנען א שײנע פאר יאר נאך די typical formative years הלא דבר הוא .
 
הה״ד מאכט זיך װי א תם און שטױסט װי א מועד. Don’t put words in my mouth איך האב עם גארנישט באשולדיקט אין מתיר זײן משכב זכור נאר װאס איך זע יא איז װי ער נעמט די רײכע צוגעלערנטע vocabulary to beat around the bush with tons of “ empathetic” and new age sounding platitudes
אין פלױדערט ארום אזױ לאנג ביז ער קומט אן צו א תשובה װאס װעט געפעלן פאר זײן target audience . דער מענטש איז א װעלטס בעל כשרון !
איך appreciate דיין passionate אנטווארט;אורייתא דקא מרתחא בך. דעסטוועגען, א substantive קריטיק אויף וואס איך האב געשריבען וואלט געווען א סאך מיר אנטרעסאנט. אשמח מאוד.
 
איך בין נישט דו צו שרײבן קריטיק נאר װער סװיל קען זיך איבערצײגן with a brief YouTube search אז דו רעדסט זאכן װאס זענען נישט װי די האסט מקבל געװען פון דײנע רביים (diplomatically put ) איך װיל נאר װיסן װיאזןי געשעט דאס צו אײנעם װאס האט אזױ מצליח געװען בלימודיו װאס די תורה געט א מענטש דעם גרעסטן סיפוק הנפש און סאיז בײ מיר קלאר אז דו האסט אױסגעניצט דײנע יונגע יארען בהתמדה .װיל איך נאר פארשײן װאס האט געקענט שאפן אזא איבערקערעניש אױב האט אײנער דיר באעוולט (װאס איז אין רפואה למכתו ! ) וכדו״ אדער סײ װעלכער גורם בײ אונז װאס איז ניתן לתקן איז כדאי לפרסם
זאת ועוד װי געשריבן פריער אז מײן כװנה איז געװן אז א שװאכלינג װאס געט א בליק ארײן דא זאל חלילה נישט אננעמען דײנע musings און מײנען אז דאס איז פארלעסליכע דברי הלכה
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין נישט דו צו שרײבן קריטיק נאר װער סװיל קען זיך איבערצײגן with a brief YouTube search אז דו רעדסט זאכן װאס זענען נישט װי די האסט מקבל געװען פון דײנע רביים (diplomatically put ) איך װיל נאר װיסן װיאזןי געשעט דאס צו אײנעם װאס האט אזױ מצליח געװען בלימודיו װאס די תורה געט א מענטש דעם גרעסטן סיפוק הנפש און סאיז בײ מיר קלאר אז דו האסט אױסגעניצט דײנע יונגע יארען בהתמדה .װי איך נאר פארשײן װאס האט געקענט שאפן אזא איבערקערעניש אױב האט אײנער דיר באעוולט (װאס איז אין רפואה למכתו ! ) וכדו״ אדער סײ װעלכער גורם בײ אונז װאס איז ניתן לתקן איז כדאי לפרסם
לצטט מרן בעל הדברי יציב זצ״ל: ״א פערד אין שטאל טוישט קיינמאל איר מיינונג, מענטשען טוישען מיינונגען אלע מאל.״ איבער די יארען זענען מיר נולד געווארן מערערע ספיקות שלבסוף הכריחו אותי לשנות כיוון. סאי׳ז אזוי ווי א פארפאלק: אין געוויסע פעלער ווערען די מיינונג דיפרענצען אזוי גרויס אז מ׳מוז זיך ל״ע גט׳ן.
 
אז דו רעדסט זאכן װאס זענען נישט װי די האסט מקבל געװען פון דײנע רביים (diplomatically put )
פון וואנעט נעמסטו דאס אז מ'טאר נישט לערנען אדער האלטן אנדערש ווי מ'האט געלערענט ביי די רביים?
איך װיל נאר װיסן װיאזןי געשעט דאס צו אײנעם װאס האט אזױ מצליח געװען בלימודיו װאס די תורה געט א מענטש דעם גרעסטן סיפוק הנפש און סאיז בײ מיר קלאר אז דו האסט אױסגעניצט דײנע יונגע יארען בהתמדה .װיל איך נאר פארשײן װאס האט געקענט שאפן אזא איבערקערעניש
הוא מותיב והוא מפרק!
טאקע ווייל הרב כ"ץ האט און לערענט נאך אלץ בהתמדה ושקידה רבה דערפאר האט טאקע די תורה איהם געגעבן די סייעתא דשמיא ער זאל מאכן אזא איבערקערעניש
האסט אויך א ברירה צו לערנען אזוי פלייסיג און מאך דו אויך אן איבערקערעניש
 
לצטט מרן בעל הדברי יציב זצ״ל: ״א פערד אין שטאל טוישט קיינמאל איר מיינונג, מענטשען טוישען מיינונגען אלע מאל.״ איבער די יארען זענען מיר נולד געווארן מערערע ספיקות שלבסוף הכריחו אותי לשנות כיוון. סאי׳ז אזוי ווי א פארפאלק: אין געוויסע פעלער ווערען די מיינונג דיפרענצען אזוי גרויס אז מ׳מוז זיך ל״ע גט׳ן.

איר ברענגט א גוטע משל, אבער א אומוויסענדע פארשטייט נישט די משל.

ווייל זיך גט'ן ביי חרדים איז נישט אלעמאל א אפציע אפי' ס'איז מצא בה ערות דבר און אוודאי נישט ווען עס איז סתם לא תמצא חן בעיניו...
 
לעצט רעדאגירט:
זאת ועוד װי געשריבן פריער אז מײן כװנה איז געװן אז א שװאכלינג װאס געט א בליק ארײן דא זאל חלילה נישט אננעמען דײנע musings און מײנען אז דאס איז פארלעסליכע דברי הלכה
דיין כוונה קען זיין א גוטער אבער די וועלט זאגט אז די וועג צום גיהנם איז פיל, מיט מענטשן וועלכע פארמאגן גוטע כוונת.

איז אויב דו האסט עפעס קעגן זיינע פסקים קענסטו טוהן די עצה וואס דער נודע ביהודה, חתם סופר, ר' משה פיינשטיין, הרב קוק און נאך אנדערע גאונים זצ"ל פלעגן זיך נוהג זיין צו טוהן אין א פאל ווען זיי האבן געהאלטן אז איינער פסק'נט נישט ריכטיג לויט זייער פארשטאנד, זיי האבן פשוט גענומען דעם פעדער'ל אין די האנט און אפגעשריבן פארוואס זיי האלטן אנדערש, און נישט סתם אטאקירט מיט ווערטער וועלכע קוקן אויס הייליג
 
איר ברענגט א גוטע משל, אבער א אומוויסענדע פארשטייט נישט די משל...

ווייל זיך גט'ן ביי חרדים איז נישט אלעמאל א אפציע אפי' ס'איז מצא בה ערות דבר און אוודאי נישט ווען עס איז סתם לא תמצא חן בעיניו...
געוואלדיג. צדקת ממני!
 
איך בין נישט דו צו שרײבן קריטיק נאר װער סװיל קען זיך איבערצײגן with a brief YouTube search אז דו רעדסט זאכן װאס זענען נישט װי די האסט מקבל געװען פון דײנע רביים (diplomatically put ) איך װיל נאר װיסן װיאזןי געשעט דאס צו אײנעם װאס האט אזױ מצליח געװען בלימודיו װאס די תורה געט א מענטש דעם גרעסטן סיפוק הנפש און סאיז בײ מיר קלאר אז דו האסט אױסגעניצט דײנע יונגע יארען בהתמדה .װיל איך נאר פארשײן װאס האט געקענט שאפן אזא איבערקערעניש אױב האט אײנער דיר באעוולט (װאס איז אין רפואה למכתו ! ) וכדו״ אדער סײ װעלכער גורם בײ אונז װאס איז ניתן לתקן איז כדאי לפרסם
זאת ועוד װי געשריבן פריער אז מײן כװנה איז געװן אז א שװאכלינג װאס געט א בליק ארײן דא זאל חלילה נישט אננעמען דײנע musings און מײנען אז דאס איז פארלעסליכע דברי הלכה
סתם פאר נייגעריגקייט,
וועלכע רב האט דיך מתיר געווען צו מאכן דעם brief YouTube search, אדער בכלל צו קומען דא אויף דעם זייט'ל וואס איז שלא לצורך פרנסה.

אדער אפשר פסק'נסטו אליינס מיט מאדערנעזירטע פסקים?
האט דיך איינער אמאל פוגע געווען אלס קינד?
איך וויל פשוט וויסן כדי די שוואכלינגען זאלן זיך נישט מורה היתר זיין פון דיין התנהגות און פארשטיין אז דו ביסט אן אויסנאם.

בתודה מראש.
 
הרב @יששכר כץ איך האב נישט ליב אלע דיינע פסקים, אבער איך גיי פאר דיין עטיטוד, און איך האב ליב דיין צוגאנג צו זאכן.

שרייב אפטער!

איך מיין צו זאגן איר זאלט שרייבן אפטער

אביסל דרך ארץ...
 
דערמאנט מיר די הארצרייסנדע געשיכטע וואס איך האב געהערט פון א אידישע פרוי אין טאראנטא וואס האט געהאט דעם פראבלעם, זי האט גע׳חלש׳ט צו האבן קינדער אבער איר אוויולעישן פלעגט זיין א טאג צוויי בעפאר די געווענטליכע יום הטבילה. איר מאן איז ארומגעגאנגען צו אלע רבנים און זיך געבעטן בתחנונים פאר א היתר צו גיין אין מקוה פריער (די גמרא זאגט דאך די זיבן ריינע טעג איז א חומרא און מן התורה דארף א געווענטליכע נדה נישט ווארטן אזוי לאנג) אבער ליידער האט קיינער אים בשום אופן נישט געוואלט געבן א היתר און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט האבן קינדער (זי האט עס דערציילט ביי א קירוב צוזאמענקום, מיט גרויס ווייטאג)

דא קענסטו זעהן מער וועגן די אויבנדערמאנטע ענין חומרא דרבי זירא – ויקיפדיה

איך בין זייער דאנקבאר ר׳ @יששכר כץ פאר אלס וואס איר טוט וואס העלפט פארגרינגערן דאס לעבן פון אידישע קינדער
עס איז דא א באקאנטע עצה צו סקיפן איין טבילה אזוי קען מען ביי די קומענדיגע גלייך מאכן א הספק טהרה און שבעה נקיים.
 
ממש א לעװל אהבת ישראל װאס איז בעלשעמסקע מדריגות! כאטש המגלה פנים בתורה שלא כהלכה איז אין לו חלק לעולם הבא אבער אבער דאך איז מען גרייט אלעס פאר אידןס װעגן... בקיצור פקר טפי
"מגלה פנים בתורה של כהלכה" לדוגמא?
 
איך געדענק יארן צוריק האט ר' דוד ליכטנשטיין נ"י געפרעגט רבי יששכר וואס ער זאגט צו דעם אז איינער פון די אפנ'ע ארטאדאקס פירער האבן געשריבן אז די אבות און אמהות נ"ע זענען בלויז סימבאלישע פיגורן (אגב, רבי אברהם אבואלעפא האט אויך אזוי געהאלטן). האט רבי יששכר גענטפערט אז עס איז אודאי אפיקורסות, אבער הא גופא איז די שאלה, ווי אזוי דארף ארטעדאקסיע רעאגירן צו דענקער וועלכע דענקן אפיקורסות. און דאס קומט אפענע ארטאדאקסיע ערפילן, צו געבן א פלאץ פאר שומרי תורה ומצוות כאטש זייער השקפה איז נישט אין שפאן מיט ארטעדאקסיע. ודפח"ח.
 
הרב @יששכר כץ איך האב נישט ליב אלע דיינע פסקים, אבער איך גיי פאר דיין עטיטוד, און איך האב ליב דיין צוגאנג צו זאכן.

שרייב אפטער!

איך מיין צו זאגן איר זאלט שרייבן אפטער

אביסל דרך ארץ...
סתם נייגעריג, וועלגע פסקים זיינע האסטו נישט ליב?
 
איך געדענק יארן צוריק האט ר' דוד ליכטנשטיין נ"י געפרעגט רבי יששכר וואס ער זאגט צו דעם אז איינער פון די אפנ'ע ארטאדאקס פירער האבן געשריבן אז די אבות און אמהות נ"ע זענען בלויז סימבאלישע פיגורן (אגב, רבי אברהם אבואלעפא האט אויך אזוי געהאלטן). האט רבי יששכר גענטפערט אז עס איז אודאי אפיקורסות, אבער הא גופא איז די שאלה, ווי אזוי דארף ארטעדאקסיע רעאגירן צו דענקער וועלכע דענקן אפיקורסות. און דאס קומט אפענע ארטאדאקסיע ערפילן, צו געבן א פלאץ פאר שומרי תורה ומצוות כאטש זייער השקפה איז נישט אין שפאן מיט ארטעדאקסיע. ודפח"ח.
כאן הארכתי על זה טיפה: Prof. Berger-SV.docx
 
סתם נייגעריג, וועלגע פסקים זיינע האסטו נישט ליב?
איך דארף מיך יעצט דערמאנען וואס איך האב געטראכט סעפטעמבער, און דאן וועסטו זיך טענה'ן מיט מיר, און דאן וועל איך דארפן דעפענדן מיין מיינונג פון דעמאלטס, בשעת איך קען שוין האבן געטוישט מיינונג פון דעמאלטס, ס'איז ממש א שאד אנצוהייבן...
 
Back
Top