- זיך איינגעשריבן
- אוג. 19, 2024
- מעסעדזשעס
- 396
- רעאקציע ראטע
- 2,408
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
The Story of Apikores
זעה בעיקר פון דף 8
דערמאנט מיר די הארצרייסנדע געשיכטע וואס איך האב געהערט פון א אידישע פרוי אין טאראנטא וואס האט געהאט דעם פראבלעם, זי האט גע׳חלש׳ט צו האבן קינדער אבער איר אוויולעישן פלעגט זיין א טאג צוויי בעפאר די געווענטליכע יום הטבילה. איר מאן איז ארומגעגאנגען צו אלע רבנים און זיך געבעטן בתחנונים פאר א היתר צו גיין אין מקוה פריער (די גמרא זאגט דאך די זיבן ריינע טעג איז א חומרא און מן התורה דארף א געווענטליכע נדה נישט ווארטן אזוי לאנג) אבער ליידער האט קיינער אים בשום אופן נישט געוואלט געבן א היתר און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט האבן קינדער (זי האט עס דערציילט ביי א קירוב צוזאמענקום, מיט גרויס ווייטאג)
דא קענסטו זעהן מער וועגן די אויבנדערמאנטע ענין חומרא דרבי זירא – ויקיפדיה
איך בין זייער דאנקבאר ר׳ @יששכר כץ פאר אלס וואס איר טוט וואס העלפט פארגרינגערן דאס לעבן פון אידישע קינדער
מיין קאלעגע, דוב לינזר, האט א גרויסן אריכות אויף דעם. איך גלייב ער ענטפערט some of the שאלותר' @יששכר כץ :
וואס איז אייער מיינונג בנוגע מצרף זיין צו מנין איינער וואס גלייבט נישט - אדער גלייבט נאר האלב? (תורה מן השמים, תורה שבעל פה, טעאיזם, דאיזם,)
און וואס איז די הלכה לגבי מוציא זיין אנדערע, לדוגמא די ווייב אינדערהיים מיט קידוש - אויב זי גלייבט יא מער ווי אים?
איך האב דורכגעליינט דיין מאמר דארט (די איינציגסטע אריגענעלע דארט, אנדערע זענען פשוט מערסטנס מלקט מקורות).
ר' אברהם אבולעפיא? איך מיין אז דו ביסט דיך טועה מיט ר' לוי בן אברהם וואס מיט אים האט די רשב"א געפירט א מערכה ווייל ער האט געזאגט אז אברהם ושרה איז חומר וצורה. מיט ר' אברהם אבולעפיא האט די רשב"א אויך געפירט א מחלוקת אבער צוליב גאר אנדערע סיבות.איך געדענק יארן צוריק האט ר' דוד ליכטנשטיין נ"י געפרעגט רבי יששכר וואס ער זאגט צו דעם אז איינער פון די אפנ'ע ארטאדאקס פירער האבן געשריבן אז די אבות און אמהות נ"ע זענען בלויז סימבאלישע פיגורן (אגב, רבי אברהם אבואלעפא האט אויך אזוי געהאלטן).
I was just kidding
לכאורה ביסטו גערעכט, עס איז שוין יארן וואס איך האב געזען די תשובת הרשב"א ממילא קען זיין איך האב מיך טועה געווען.ר' אברהם אבולעפיא? איך מיין אז דו ביסט דיך טועה מיט ר' לוי בן אברהם וואס מיט אים האט די רשב"א געפירט א מערכה ווייל ער האט געזאגט אז אברהם ושרה איז חומר וצורה. מיט ר' אברהם אבולעפיא האט די רשב"א אויך געפירט א מחלוקת אבער צוליב גאר אנדערע סיבות.