הרב ר׳ יששכר כץ שליט״א ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה

@יששכר כץ וואס איז טאקע די ענדגילטיגע פסק? אינעם מאמר בעהט איר נאר צו ווארטן... אפשר גאר זאל דאס זיין די קומענדיגע שאלה אין @כוואליעס .

שאלה: וואס איז אייער מיינונג מצד הלכה לגבי איינער וואס האט מיינונגען וואס זענען פאררעכנט ווי כפירה ממש להלכה.
 
The Story of Apikores
 
ר' @יששכר כץ :
וואס איז אייער מיינונג בנוגע מצרף זיין צו מנין איינער וואס גלייבט נישט - אדער גלייבט נאר האלב? (תורה מן השמים, תורה שבעל פה, טעאיזם, דאיזם,)
און וואס איז די הלכה לגבי מוציא זיין אנדערע, לדוגמא די ווייב אינדערהיים מיט קידוש - אויב זי גלייבט יא מער ווי אים?
 
דערמאנט מיר די הארצרייסנדע געשיכטע וואס איך האב געהערט פון א אידישע פרוי אין טאראנטא וואס האט געהאט דעם פראבלעם, זי האט גע׳חלש׳ט צו האבן קינדער אבער איר אוויולעישן פלעגט זיין א טאג צוויי בעפאר די געווענטליכע יום הטבילה. איר מאן איז ארומגעגאנגען צו אלע רבנים און זיך געבעטן בתחנונים פאר א היתר צו גיין אין מקוה פריער (די גמרא זאגט דאך די זיבן ריינע טעג איז א חומרא און מן התורה דארף א געווענטליכע נדה נישט ווארטן אזוי לאנג) אבער ליידער האט קיינער אים בשום אופן נישט געוואלט געבן א היתר און זיי האבן קיינמאל נישט געקענט האבן קינדער (זי האט עס דערציילט ביי א קירוב צוזאמענקום, מיט גרויס ווייטאג)

דא קענסטו זעהן מער וועגן די אויבנדערמאנטע ענין חומרא דרבי זירא – ויקיפדיה

איך בין זייער דאנקבאר ר׳ @יששכר כץ פאר אלס וואס איר טוט וואס העלפט פארגרינגערן דאס לעבן פון אידישע קינדער

May the Humra Di’R. Zeira be Relaxed in Cases of Halakhic Infertility?
 
ר' @יששכר כץ :
וואס איז אייער מיינונג בנוגע מצרף זיין צו מנין איינער וואס גלייבט נישט - אדער גלייבט נאר האלב? (תורה מן השמים, תורה שבעל פה, טעאיזם, דאיזם,)
און וואס איז די הלכה לגבי מוציא זיין אנדערע, לדוגמא די ווייב אינדערהיים מיט קידוש - אויב זי גלייבט יא מער ווי אים?
מיין קאלעגע, דוב לינזר, האט א גרויסן אריכות אויף דעם. איך גלייב ער ענטפערט some of the שאלות

The Status of a Non-Believer Regarding Wine and Other Matters: Part 1 – Status of a Shabbos Violator in Rishonim and Poskim - YCTorah Library
 
זעה בעיקר פון דף 8
איך האב דורכגעליינט דיין מאמר דארט (די איינציגסטע אריגענעלע דארט, אנדערע זענען פשוט מערסטנס מלקט מקורות).

אזויווי איך האב שוין געזאגט לגבי אייער מאמר אויף שלום צדיק, איך עגרי מיט אייער קריטיסיזם. אבער נישט עכט מיט אייער סאלאשען.

סיי ביי שלום צדיק און סיי ביי די רביים דא, פארברענגט איר 90% פונעם מאמר אויף פארוואס זייער מהלך איז נישט גוט (I agree), אבער קוים אפאר שורות אויף אייער מהלך.

די חילוק צווישן believe and belief איז א לינגוויסטישע דיוק, און אויך דווקא אין ענגליש. פארשטייט זיך רוב המון עם פון ארטאדאקסיע ווייסט נישט דערפון און למעשה גלייבן (believe and it's their belief) אין די היסטאריסיטי פון די תורה.

אויב ווילט איר זאגן אז ס'איז דא א חילוק צווישן המון עם און די געלערנטע, קומט איר שוין צוריק צום רמבמיסטישע מהלך פון שלום צדיק. ניין?

ס'איז דא נאך זאכן וואס איז מיר שווער אבער איך מיין ס'איז נישט פאר יעצט און פאר דא.
 
איך געדענק יארן צוריק האט ר' דוד ליכטנשטיין נ"י געפרעגט רבי יששכר וואס ער זאגט צו דעם אז איינער פון די אפנ'ע ארטאדאקס פירער האבן געשריבן אז די אבות און אמהות נ"ע זענען בלויז סימבאלישע פיגורן (אגב, רבי אברהם אבואלעפא האט אויך אזוי געהאלטן).
ר' אברהם אבולעפיא? איך מיין אז דו ביסט דיך טועה מיט ר' לוי בן אברהם וואס מיט אים האט די רשב"א געפירט א מערכה ווייל ער האט געזאגט אז אברהם ושרה איז חומר וצורה. מיט ר' אברהם אבולעפיא האט די רשב"א אויך געפירט א מחלוקת אבער צוליב גאר אנדערע סיבות.
 
לכאורה ביסטו גערעכט, עס איז שוין יארן וואס איך האב געזען די תשובת הרשב"א ממילא קען זיין איך האב מיך טועה געווען.
 
א גוטן ר' @יששכר כץ כ'האב א הלכה שאלה און געטראכט אפשר קענט איר מיך העלפן

איך ארבעט פאר א מענטש מיט אסאך געלט און ער האט אסאך געלט אין א DAF אקאונט אזויווי OJC
די עיקר מעלה פון די אקאונט איז פאר טעקס ריזענס אז די געלט וואס די לייגסט אוועק פאר צדקה איז כאילו די האסט עס שוין געגעבן
מיין שאלה איז אזוי: OJC האט אן אפציע אז בשעת וואס די געלט ליגט דארט קענסטו עס אינוועסטירן, איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט אבער איך וויל וויסן אויב א מענטש מעג נעמען געלט וואס ער לייגט אוועק פאר צדקה און עס אינוועסטירן
די געין אדער לאוס גייט פאר צדקה
איי געס מיין עכטע שאלה איז אויב א גבאי צדקה מעג עס טוהן און ווער אלץ קען זיך רופן א גבאי צדקה
און אויב יא: ווי א גרויסע ריסק מעג מען נעמען

איך קען ווארטן פאר אן ענטפער אין די נעקסטע "כוואליעס" 😊
 
אן א גארענטי אדער מיט א גאראנטי? ער נעמט אחריות אויב ער דערלייגט דאס געלט?

ער אינוועסטירט דאס אין א דרויסענדיגע אינוועסמענט פאר די צדקה, אדער ער דארף קעש פאר א אינוועסטמענט און אנשטאט טרעפען א אינוועסטער נוצט ער די צדקה?
 
אן א גארענטי אדער מיט א גאראנטי? ער נעמט אחריות אויב ער דערלייגט דאס געלט?
לויט וויאזוי איך פארשטיי געבן זיי נישט קיין שום גאראנטי
איך שטעל מיך פאר אז זיי מאכן א פראצענט דערפון סאו זיי האבן די אינסענטיוו צו מאכן געלט
ער אינוועסטירט דאס אין א דרויסענדיגע אינוועסמענט פאר די צדקה, אדער ער דארף קעש פאר א אינוועסטמענט און אנשטאט טרעפען א אינוועסטער נוצט ער די צדקה?
אלע הכנסות בלייבן אין די צדקה אקאונט (חוץ די פראצענט וואס איך טראכט אז זיי נעמען) סאו איך גלייב נישט אז ס'סתם אנשטאט זיכן אן אינוועסטער וואס זיי קענען יענעם נוצן אסאך מער אין די פיוטשער פון די ביזנעס/אינוועסטמענט
 
וואס איז די שאלה, די געלט איז שוין צדקה? אדער מגייט עס געבן פאר צדקה?
 
וואס איז די שאלה, די געלט איז שוין צדקה? אדער מגייט עס געבן פאר צדקה?
ס'איז אוועק געלייגט צו געבן
כאילו די שיידסט אפ מעשר אבער די כהן האט עס נאכנישט גענומען
 
פאר אלע וואס ווילן וויסן די ענטפער אבער ווילן עס נישט לערנען
ער זאגט אז מ'מעג אינוועסטירן אויף 2 תנאים
1. אז ס'בלייבט גענוג אים די קאסע אויב מ'וועט עס דארפן
2. אז די גבאי צדקה נעמט די לאוס אויף זיך
אויב די מיינסט נישט עכט די טובה פון צדקה וועסטו עס נישט טוהן
 
Back
Top