הרב שלמה יהודה בארי שליט"א הינוקא

מיט מחילה פון זיין כּבֿוד, איך ווייס נישט אויב איז הער נאר אַ גרויסער צדיק אָדער אויך אַ משיחישער בעל־דמיון (אַמאָל פֿלעגט ער צעשפּרייטן רמזים וועגן זיין משיחיות), און אפֿשר חלילה אויך אַ גרויסער חמדן. נאָר ס'איז קלאָר אַז דער באַנוץ פֿונעם "ינוקא" טיטל שאַפֿט אַ קעגנשטעל, כאילו עס רעדט זיך פֿון אַ הויכער נשמה. בפֿרט אַז דער "ינוקא" טיטל וואס קען אלע סודות התורה איז גענומען פֿון ספֿר־הזוהר, וואָס איז, ווי געדענקט, אויך אַ געפֿאַלשענער ספֿר...

די מקור פון זוהר איז מסתמא ספר הבהיר וואס איז מזוייף אופן נומען פון די תנא רבי נחוניא: שלישי מאי היא כדאמר ליה ההוא סבא לההוא ינוקא במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור, במה שהורשת התבונן אין לך עסק בנסתרות:
 
לעצט רעדאגירט:
ינוקא איז טייטש א קליין קינד אויף אראמיש.
אויב ווערט עמיצער גרויס ווען ער איז נאך א קינד באטיטלט מען עם "ינוקא" וכבר היו דברים לעולם.
הרב בארי איז נישט געווען אזוי אינג ווען ער איז געווארן בארימט גלייב איך אז עס קומט זיך עם נישט דעם טיטל.
 
די חסידים זאגן נישט אז עס איז פאלש נאר געשטיקלט און ארויס פון קאנטעקסט.
 
און וואס איז מיט די מאפיא סטייל אטאקע?
 
ינוקא איז טייטש א קליין קינד אויף אראמיש.
אויב ווערט עמיצער גרויס ווען ער איז נאך א קינד באטיטלט מען עם "ינוקא" וכבר היו דברים לעולם.
הרב בארי איז נישט געווען אזוי אינג ווען ער איז געווארן בארימט גלייב איך אז עס קומט זיך עם נישט דעם טיטל.

ביי מינוט 14 זאגט ער, אז א צדיק האט אים מגלה געווען, אז ער איז דער ינוקא פונעם זוהר.,,

View: https://www.youtube.com/watch?v=CbY_MJOOyew
 
לעצט רעדאגירט:

ביי מינוט 14 זאגט ער, אז א צדיק האט אים מגלה געווען, אז ער איז דער ינוקא פונעם זוהר.,,

View: https://www.youtube.com/watch?v=CbY_MJOOyew
אין תלמוד שבת - איז דא די עובדא , ההוא ינוקא דאישתפיך חמימיה - זיין ווארעמקייט האט זיך ארויס גיגאסען און ער איז נתגלה גיווארען במלא קומתו , והאדם היה ערום - ער פארקויפט נישט גארנישט ולא יתבוששו .נתגלה העטרה ,
 
ביי מינוט 14 זאגט ער, אז א צדיק האט אים מגלה געווען, אז ער איז דער ינוקא פונעם זוהר.,,

View: https://www.youtube.com/watch?v=CbY_MJOOyew
דאס דערמאנט מיך פונעם ישמח משה ווי ער האט מעיד געווען אויף זיך אז ער געדענקט אלע זיינע גילגולים, צווישן זיי ירמיה הנביא און אויך איינע פון שעפעלעך פון יעקב אבינו, וועם נאך?
 
בקוציר איך האלט שוין א אויג אויף דעם איד , 4 יאר , שוין דא י"ט קליפס פון דעמאלטס אז קען זיין ער איז די anti-Christ און זיי ווילן אים הרג'נען אז יושקא זאל קענען צוריקומען, בקוציר זיי האבן Magnified glasses אויף אונזערע הייליגע , וועגן דעם Officially גייט ער ארום מיט Bodyguards ער קען די גאנצע תורה הכל בכל מכל,
 
עפעס א מיסרעיזע זאך איט מיט אים איי דאנט קנא
 
"מע ווערט נישט רייך פון שרייבן וויסנשאַפטלעכע פֿיקציע. אויב דו ווילסט ווערן רייך, זאָלסטו גרינדן אַ רעליגיע." ( L. Ron Hubbardגרינדער פֿון דיאַנעטיק און דער קירכע פֿון סייענטאָלאָגיע)
 
נישט ער אליין זאגט אזוי?
און א איד וואס קען כל התורה כולו, זאגט דאך נישט קיין ליגן.
איך זאג עס נישט און איך האב אים נישט פארהערט, אזוי זאגן זיי נאך , קען זיין פון אים אליין, די חידוש פון אים איז ,ער איז סעלף מעד, און ער שוין פאפלער געווען ביי די 32, ונזכה ונחיה ונראה, וואס וועט זיך אויסקאכן מיט אים
 
ראובן נאקאר מיט יהושע גראס האבן נישט קיין נאמנות.
איין קרא פון מאפיאנערן
די זשאוק איז אז גרוס שרייבט אונטער אז ער גייט פאלגן נאקאר....
 
די פאלגענדע, א סאָמערי פון די נײעס אין דעם שנירל, איז נישט ארײן אין די לעצטע כװאליעס ממילא לײג איך עס דא.

שױן א תקופה װאס די פרומע, ספעציעל ספרדישע, װעלט אין אר"י איז אױף מיט א פערזענליכקײט װאס הײסט ר' שלמה יהודה בארי אדער װי אנדערע קענען אים, 'דער ינוקא' - א טיטול װאס חז"ל אדער זוהר נוצן פאר עמיצער װאס איז גרױס אין תורה נאך פון גאר יונגװײז אָן; הגם הײנט איז ער שױן 37 יאר אלט.

ארגינעל שי צובארי, א קינד פון א חילונישע הױז ערגעצװאו אין שפאניע, איז ער אבער א בעל תשובה געװארן אין זײנע טינעידזש יארן, זיך א נײע נאמען געגיבן. ער פירט הײנט ריזיגע צוזאמענקומען, פון לאנגע שעה'ן, אװוּ ער גיבט שמועסן און גאר יוניק, שפיהלט מיוזיק ברבים אױף א גרױסע קיבאורד, אפפערענטלי זײנע אײגענע ניגונים װאס ער איז מחבר. מען שמועסט אױף אים אױכעט אז ער איז בקי בכל התורה; ער האט שױן א לאנגע ליסטע פון ספרים מחבר געװען. אױך נעמט ער אױף טױזנטע מענטשן װאס קומען צו אים פאר א ברכה איקלודינג קראנקע און שװאכע װאס שװערן זיך אז מען זעהט בײ אים אפענע ניסים ונפלאות.

זענען אבער דא רינונים אױף אים אז ער איז נישט מער װי א קולט פירער, מיט כוחות פון די צד הטומאה, עמיצער װאס זוכט בלױז געלט, מאכט און כבוד, און װעט זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט עס צו עררײכן. געװיסע זאגן אז ער איז א 2טער בערלאנד און אז ס'זענען שיער נישט ארױס אױף אים אױכעט אזעלכע סארט סיפורים מיט װאס ר' בערלאנד איז באשמוצט געװארן בעבר. עס איז דא למשל פון אים א רעקאָרדינג פון א שיחה אין די אינגע יארן אװוּ ער בעהט פון זײנע חסידים געלט און אז זײ זאלן מתפלל זײן אז גאט זאל אים געבן פולע רענצלעך מיט ביליאנען אזױ ער זאל קענען שולט זײן אױף אלע רבנים און נגידים. אױך זאגט ער זײ אז ער קען נישט פארלײדן אױב זײנע חסידים, אפי' זײן שװער זעלבסט, זאלן האבן אײן פעני געלט מער פון אים. צו ער איז פון די סטרא דקדושה צו נישט, איז אבער אײן זאך זיכער אז ר' בארי האט א גרופע פון העכסט געשולטע מארקעטער װאס פאמפען אים איבעראל און אױך האט ער װאס שײנט א דעדיקעיטעד טיעם פון לױערס װאס שיקן בריװן און סטראשען יעדע נײעס מקור אדער אָנלײן פארום װאס דערװאגט זיך נאר זאגן א שלעכט װארט װעגן אים, מיט לײבּעל.

פון ר' בארי זעלבסט, װאס רעדן רעדט ער אָהן קײן שיעור, זענען דא פארשפרײט רעקארדירונגען און אפילו אינטערװיוּס מיט זשוראנליסטן אין װעלכע ער טענה'ט אז ער איז דער ציהל פון פארדארבענע רבנים און נגידים װאס זוכן אים אונטערצוברענגען מחמת קנאה און תחרות און אז ער מײנט נאר לשם שמים צו פארשפרײטן גאט'ס נאמען און מאכן א קידוש השם. ער באקלאגט זיך אז חוץ װאס ער האט זיך געדארפט טױזנטער מאָלן פראָװן פאר זײ ד.ה. זיך פארהערן אין תורה, האבן זײ פארשפרײט אױף אים אז ער איז א שד און פאר א לאנגע תקופה אים אױסגערודפט די יארן, פארטריבן פון א בית-כנסת צו די אנדערע, אים קאליע געמאכט יעדן שידוך און אים איבערגעלאזט, פאר א געװיסע תקופה, מיט א קנאפע מנין שטיצער. ער איז אבער זײ אלע מוחל און דאנקט גאט אז ער האט הײנט אזא הצלחה אזש אפילו פאליטיקאנטן און סעלעבריטיס קומען זיך קװיטלען בײ אים. די רעקארדירונגען פון זײנע אינגע יארן מאכט ער אװעק זאגענדיג אז ער איז דעמאלס דורכגעגאנגען גאר א שװערע תקופה מחמת די רדיפות וממילא האט ער גערעדט פון װעלן װאס ער רופט 'עשירות דקדושה' אזױ אז ער זאל נישט דארפן צוקומען צו פארדארבענע רבנים װאס ער זאגט זענען קאנטראלירט דורך "טריפהנע געלטער" פון די קרומע נגידים.

1765550759227.webp

1765550759246.webp

1765550759275.webp

ר' אברהם שלמה בארי, מיט א גיטאַר, בײ אײנע פון זײנע תפלה פארברענגען
 
פארוואס קענען נישט מענטשן אביסל פארגינען, דעס איז פשוטע עקלדיגע קנאה פון אפאר ליידיגייערס וואס קענען נישט סובל זיין אז איינער ווערט פאפעלער און מאכט אסאך דולער'ס און די זייט,ווערן גדול הדור....

ער איז א ערליכע איד, מען קען זען אויף אז ער מיינט עס אמת'דיג און די שונאים זאלן פלאצן!!
 
איך קען ליינען אקוראט די הודעה אויף אסאך אנדערע, ווי למשל הרב בערלאנד, שלמה העלבראנץ, מענדעלע וויזשניצער, וכו‘...
 
איך קען ליינען אקוראט די הודעה אויף אסאך אנדערע, ווי למשל הרב בערלאנד, שלמה העלבראנץ, מענדעלע וויזשניצער, וכו‘...
נישט אמת ער שרייט שוואצנות ווי מענדל? ער קידנעפט ווי העלבראנץ? ער קוקט אויס ווי א ראלי פאלי ווי בערלאנד?
 
Back
Top