די פאלגענדע, א סאָמערי פון די נײעס אין דעם שנירל, איז נישט ארײן אין די לעצטע כװאליעס ממילא לײג איך עס דא.
שױן א תקופה װאס די פרומע, ספעציעל ספרדישע, װעלט אין אר"י איז אױף מיט א פערזענליכקײט װאס הײסט ר' שלמה יהודה בארי אדער װי אנדערע קענען אים, 'דער ינוקא' - א טיטול װאס חז"ל אדער זוהר נוצן פאר עמיצער װאס איז גרױס אין תורה נאך פון גאר יונגװײז אָן; הגם הײנט איז ער שױן 37 יאר אלט.
ארגינעל שי צובארי, א קינד פון א חילונישע הױז ערגעצװאו אין שפאניע, איז ער אבער א בעל תשובה געװארן אין זײנע טינעידזש יארן, זיך א נײע נאמען געגיבן. ער פירט הײנט ריזיגע צוזאמענקומען, פון לאנגע שעה'ן, אװוּ ער גיבט שמועסן און גאר יוניק, שפיהלט מיוזיק ברבים אױף א גרױסע קיבאורד, אפפערענטלי זײנע אײגענע ניגונים װאס ער איז מחבר. מען שמועסט אױף אים אױכעט אז ער איז בקי בכל התורה; ער האט שױן א לאנגע ליסטע פון ספרים מחבר געװען. אױך נעמט ער אױף טױזנטע מענטשן װאס קומען צו אים פאר א ברכה איקלודינג קראנקע און שװאכע װאס שװערן זיך אז מען זעהט בײ אים אפענע ניסים ונפלאות.
זענען אבער דא רינונים אױף אים אז ער איז נישט מער װי א קולט פירער, מיט כוחות פון די צד הטומאה, עמיצער װאס זוכט בלױז געלט, מאכט און כבוד, און װעט זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט עס צו עררײכן. געװיסע זאגן אז ער איז א 2טער בערלאנד און אז ס'זענען שיער נישט ארױס אױף אים אױכעט אזעלכע סארט סיפורים מיט װאס ר' בערלאנד איז באשמוצט געװארן בעבר. עס איז דא למשל פון אים א רעקאָרדינג פון א שיחה אין די אינגע יארן אװוּ ער בעהט פון זײנע חסידים געלט און אז זײ זאלן מתפלל זײן אז גאט זאל אים געבן פולע רענצלעך מיט ביליאנען אזױ ער זאל קענען שולט זײן אױף אלע רבנים און נגידים. אױך זאגט ער זײ אז ער קען נישט פארלײדן אױב זײנע חסידים, אפי' זײן שװער זעלבסט, זאלן האבן אײן פעני געלט מער פון אים. צו ער איז פון די סטרא דקדושה צו נישט, איז אבער אײן זאך זיכער אז ר' בארי האט א גרופע פון העכסט געשולטע מארקעטער װאס פאמפען אים איבעראל און אױך האט ער װאס שײנט א דעדיקעיטעד טיעם פון לױערס װאס שיקן בריװן און סטראשען יעדע נײעס מקור אדער אָנלײן פארום װאס דערװאגט זיך נאר זאגן א שלעכט װארט װעגן אים, מיט לײבּעל.
פון ר' בארי זעלבסט, װאס רעדן רעדט ער אָהן קײן שיעור, זענען דא פארשפרײט רעקארדירונגען און אפילו אינטערװיוּס מיט זשוראנליסטן אין װעלכע ער טענה'ט אז ער איז דער ציהל פון פארדארבענע רבנים און נגידים װאס זוכן אים אונטערצוברענגען מחמת קנאה און תחרות און אז ער מײנט נאר לשם שמים צו פארשפרײטן גאט'ס נאמען און מאכן א קידוש השם. ער באקלאגט זיך אז חוץ װאס ער האט זיך געדארפט טױזנטער מאָלן פראָװן פאר זײ ד.ה. זיך פארהערן אין תורה, האבן זײ פארשפרײט אױף אים אז ער איז א שד און פאר א לאנגע תקופה אים אױסגערודפט די יארן, פארטריבן פון א בית-כנסת צו די אנדערע, אים קאליע געמאכט יעדן שידוך און אים איבערגעלאזט, פאר א געװיסע תקופה, מיט א קנאפע מנין שטיצער. ער איז אבער זײ אלע מוחל און דאנקט גאט אז ער האט הײנט אזא הצלחה אזש אפילו פאליטיקאנטן און סעלעבריטיס קומען זיך קװיטלען בײ אים. די רעקארדירונגען פון זײנע אינגע יארן מאכט ער אװעק זאגענדיג אז ער איז דעמאלס דורכגעגאנגען גאר א שװערע תקופה מחמת די רדיפות וממילא האט ער גערעדט פון װעלן װאס ער רופט 'עשירות דקדושה' אזױ אז ער זאל נישט דארפן צוקומען צו פארדארבענע רבנים װאס ער זאגט זענען קאנטראלירט דורך "טריפהנע געלטער" פון די קרומע נגידים.
ר' אברהם שלמה בארי, מיט א גיטאַר, בײ אײנע פון זײנע תפלה פארברענגען