האסטו חרטה פארן שטימען פאר טראמפ?

האסטו חרטה פארן שטימען פאר טראמפ

  • יא איך האב חרטה

    Votes: 10 35.7%
  • ניין ער איז זייער גוט

    Votes: 18 64.3%

  • Total voters
    28

מדריגה

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מערץ 25, 2025
מעסעדזשעס
232
רעאקציע ראטע
829
פונקטן
113
איך עפן דער שנירל צו זען דער דעת הקהל אויפן נושא, איך פרעזענדליך האב חרטה פארן שטימען פאר אים, בין איך נייגעריג ווער נאך.
 
ניין, מיט אלע זאכן וואס איך בין נישט צופרידען פון איהם אריין גערעכנט וואס איך האב שוין געוויסט פאר די בחירות, האלט איך אז די אנדערע וואלט געוועהן ערגער, סיי די מענטש און סיי די טאון וואס זי און איר פארטיי וואלטען געשטעלט פארן לאנד.

בוחר הרע במיעוטו
 
איך עפן דער שנירל צו זען דער דעת הקהל אויפן נושא, איך פרעזענדליך האב חרטה פארן שטימען פאר אים, בין איך נייגעריג ווער נאך.
וואס דו וואלסט געוואלט אז זי זאל פירן דאס לאנד?
 
די אנדערע אפציע איז זיכער געוועהן ערגער. איך בין זייער צופרידן מיט עם איך אלגעמיין, איך עקספעקט נישט און עס איז בעצם נישט מעגליך אז ער זאל טון פונקט וואס איך וויל, ער דארף גיין מער ווייניגער אויף מיין וועג אז איך זאל זיין צופרידן פון עם.
בקיצור, די טאריף מלחמה וואלט ער געקענט גיין נערמאלער, עס האט נישט אויסגעפעלט צו זיך צוקריגן מיט די גאנצע וועלט אויף צי סטראשענען טשיינע.

אויכט האט ער נישט געזאלט נעמען די דזשעט אלץ מתנה, עס איז נישט דא אזא זאך בחינם יעדע זאך האט א פרייז, יעצט ווערט מען זיי שולדיג א טובה, געב צוריק דעם דזשעט און איך בין דיר גארנישט שולדיג.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס דו וואלסט געוואלט אז זי זאל פירן דאס לאנד?
ניין מיין שטומע אין ניו יארק מאכט במילא נישט אויס, אבער ווען איך בין געגאנגען שטימען פאר אים האב איך געוואלט צייגן מיין שטיצע, דאס האט ער יעצט פארלוירן!
 
דערמאן מיר נאר ווער איז געווען OPTION B?
 
וויפיל אזייגער? איך וויל זיין גרייט צו כאפן השפעות.
ס'אשאד זאלסטוך אויסמוטשען, גיי לייג דיך שלאפן, רוה דיך אויס ווייל איינמאל די השפעות גייען גיסן מיט א שפע רב, וועסטו פשוט ווערן אויס געמוטשעט פון אזויפיל געווינסן🤣
דער עולם דא וועט דיר שוין איינמעלדן
 
למעשה האט דער בחור דעליווערט א משכון מיט קיין איין טערעריסט פאר אפצאל..
די אנטי טראמפ לאגער וועט טענה'ן אז קו"כ איז עס נא ביג דיעל און אויב לאמיר שוין זאגן אז יא, איז עס בכלל נישט זיין קרעדיט, נאר ביידן אדער אפילו אבאמא גאר😂
 
כ'בין שטארק מיט מיין שטיצע צי טראמפ

ער טוט גאנץ גוט כ'מיין אויב קוקסט נישט אויף מעין סטרים מידיא האלסטו אויך אזוי
סך העל איז ער נישט משיח אקעי כ'האב זיך נישט איינגערעדט און אויב די האסט יא איז עס דיין אזוי
 
בעסער ווי א פרעזידענט אדער אדמיניסטראציע וואס טוט גארנישט סא איז נישט דא קיין פלאפס סך העל טוט ער אסאך און ער טוט גוט שוין דורכפעלער מאכט זיך אויכעט
 
די אנטי טראמפ לאגער וועט טענה'ן אז קו"כ איז עס נא ביג דיעל און אויב לאמיר שוין זאגן אז יא, איז עס בכלל נישט זיין קרעדיט, נאר ביידן אדער אפילו אבאמא גאר😂
איך בין פון די "אנטי טראמפ לאגער", און איך געב אים די פולע קרעדיט.
איך פריי מיך זייער אז ער האט גורם געווען צו באפרייען א האסטעדזש, און איך האף אז ער וועט גורם זיין צו באפרייען אלע איבריגע 58, בב"א
 
Back
Top