- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,739
- רעאקציע ראטע
- 8,627
- פונקטן
- 943
וואסי דער פראבלעם?וואס איז אויב מפארט אוועק ערגעץ, מאיז אין א באר און מוייל א טרינק ועוד הרבה
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואסי דער פראבלעם?וואס איז אויב מפארט אוועק ערגעץ, מאיז אין א באר און מוייל א טרינק ועוד הרבה
פארוואס נאר רוב, פארוואס נישט אלע?ברויך מען אויסקלארן, רוב ברוינפן און ביר מעג מען לכתחילה טרינקען אן א הכשר, איז דאס וואס @מסתת הרים מיינט? אויב יא טרונקט איז כמעט יעדער אין די "יא" קאטעגאריע, ווי איך פארשטיי רעדט ער פון עסן וואס דער עולם עסט נישט געווענליך אן א הכשר
די ברוינפן וואס זענען געעידזשט אין שערי און וויין פעסער קענען זיין שאלות פון יין נסך
רבי משה אין נאך זענען מתיר.די ברוינפן וואס זענען געעידזשט אין שערי און וויין פעסער קענען זיין שאלות פון יין נסך
מען דארף וויסען די אינגרידיענטס,נישט ווי בימי הראשונים וואס האט מען געמאכט פת פון בעיסיק מעהל און וואסער, איז היינט שייך אז עדיטיטיווס קענען זיין פראבלעמאטיש מיט איסורים
סתם יינם איז אלעמאהל געווען א גזירהרבי משה אין נאך זענען מתיר.
בכלל איז די גאנצע יין נסך א גזירה היינטיגע טעג.
קיינער גיסט נישט וויין פאר עבודה זרה.
מען דארף צו וויסען אז ביר,פון דעצעמבער ביז פסח, איז דא דער איסור חדש פאר די וואס זענען חושש אויף די שיטה פון רוב ראשונים אז חדש איז נוהג בחוץ לארץ .ברויך מען אויסקלארן, רוב ברוינפן און ביר מעג מען לכתחילה טרינקען אן א הכשר, איז דאס וואס @מסתת הרים מיינט? אויב יא טרונקט איז כמעט יעדער אין די "יא" קאטעגאריע, ווי איך פארשטיי רעדט ער פון עסן וואס דער עולם עסט נישט געווענליך אן א הכשר
גארנישט געוויסט אז ס'נאך דא אזא מושג פון נסך היינצוטאגס??די ברוינפן וואס זענען געעידזשט אין שערי און וויין פעסער קענען זיין שאלות פון יין נסך
דערפאר ברויך מען ליינען אינגרידיענסמען דארף וויסען די אינגרידיענטס,נישט ווי בימי הראשונים וואס האט מען געמאכט פת פון בעיסיק מעהל און וואסער, איז היינט שייך אז עדיטיטיווס קענען זיין פראבלעמאטיש מיט איסורים
נישט אלעמאל, נאר פון ווען חז"ל האבן אנגעהויבן גוזר זיין גזירות משום חיתּון ווי למשל בישול עכו"ם אדער פת עכו"ם האבן זיי אויך גוזר געווען יינם ושמנם
סתם יינם האט צויי באזונדערע טעמים לאיסור
אין הכי נמי , מען דארף אויך זיין בקי בהם ובשמותיהם
דאס איז נישט ריכטיג , אז די וויין איז פראדוצירט ביי אגארנישט געוויסט אז ס'נאך דא אזא מושג פון נסך היינצוטאגס??
אזוי ווי @משתוקק שרייבט אינעם נעקסטן תגובה, היינצוטאגס איז נישט פארהאן די שאלה פון יין נסך פשוט ווייל ס'מער נישט פארהאן אזא מציאות פון מנסך זיין וויין פאר ע"ז. וואס יא, ס'דא די גזירה פון סתם יינם (ושמנם) משום בנותיהן דאס מיינט אז חז"ל האבן געזוכט צו פריווענטן אינטערמערידזש דערפאר האבן זיי גע'אסר'ט צו טרינקן וויין וואס א גוי האט אנגעגאסן פאר'ן איד. אויב אבער עפענט דער איד אליין דעם פלאש און דער איד גיסט אליין אן פאר זיך איז נישט פארהאן קיין שום שאלה אדער פראבלעם מיט די וויין אפילו די וויין פארמאגט נישט קיין הכשר אז ס'כשר.
און די סיבה פארוואס כ'האב איינגערינגעלט שמנם איז פשוט ווייל די גזירה וועגן ניצן אויל פון א גוי איז בטל געווארן ווייל דער עולם האט עס נישט אנגענומען איז עס געווארן א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה און ס'מיר נישט אריין אין די גזירה פון יינם ושמנם.
די ראשונים זאגען אז די איסור אויף וויין פון נכרים האט זיך שוין אהנגהויבען מימות משה אין מדבר ביי די מעשה פון שיטים ווי עס איז געוועהן די מכשולות פון זנות ווי דער פסוק זאגט ויצמדו לבעל פעור ויזנו במעלליהם ,און דער מדרש אין פרשת בלק וואס דארט רעדט מען פון די עצת בלעם, דערציילט ווי אזוי עס איז געוועהן דער טרעעפ אריינצכאפען די יידן, עס איז געזיצען א זקנה אינדרויסען און איינגעלאדענט דעם ייד ער זאל אריינגיין נעמען א דרינק, אינענוויניג איז געוועהן א צעירה זי האט איהם אהנגעגאסען א כוס וויין ,דענסטמאהל איז נאך יין געוועהן מותר,אז ער האט געטרינקען און געווארען בגילופים, האט זי זיך אהנגערייצט אויף איהם צו זנותנישט אלעמאל, נאר פון ווען חז"ל האבן אנגעהויבן גוזר זיין גזירות משום חיתּון ווי למשל בישול עכו"ם אדער פת עכו"ם האבן זיי אויך גוזר געווען יינם ושמנם
קלאר אז נישט, אויב ביים פראדיצירן די וויין האט עס א גוי נישט צוגערירט אזוי ווי ס'היינטצוטאגס די מציאות אין אלע קאמערציעלע וויין פראדוצירער, אדרבה גיי כאפ א בליק וועסטו דיך איבערצייגן, דאן איז בכלל נישט תחלתו בפסול ווי דו רופסט עסדאס איז נישט ריכטיג , אז די וויין איז פראדוצירט ביי א
גוי׳איש קאנסערן נעמט מען עס אהן אלץ סתם יינם ווען עס איז נאך אין די באטעל עס איז תחלתו בפסול .
יעדער בר בי רב דחד יומא דרייט זיך היינט ארום מיט א לעבעדיגע גוגל אינעם וועסטל טאש און יעדער קען ליינען אינגרידיענס.אין הכי נמי , מען דארף אויך זיין בקי בהם ובשמותיהם
צו וויסען וואס מען לייענט ,עס איז א גאנצע לימוד און א ספעשעלטי וואס איז נישט א זיל קרי בי רב,און אז א נישט בואאוסטזיניגער לייענט עס,איז ער ווי א האהן אין בני אדם,
ווער טראגט נאך היינט א וועסטל...יעדער בר בי רב דחד יומא דרייט זיך היינט ארום מיט א לעבעדיגע גוגל אינעם וועסטל טאש און יעדער קען ליינען אינגרידיענס.
האסט בעקינג פון א מורה הוראה אויף דיין דעקלערעישען אז ביי די קאמערציעלע וויינען איז נישט דא דער איסור פון סתם יינם וייל עס איז נישט דא נגיעת גוי ?קלאר אז נישט, אויב ביים פראדיצירן די וויין האט עס א גוי נישט צוגערירט אזוי ווי ס'היינטצוטאגס די מציאות אין אלע קאמערציעלע וויין פראדוצירער, אדרבה גיי כאפ א בליק וועסטו דיך איבערצייגן, דאן איז בכלל נישט תחלתו בפסול ווי דו רופסט עס
פת עכום איז געהעריג אסור.
קארעקט.פת עכום איז געהעריג אסור.
דו מיינסט מסתמא פת פלטר וואס איז מותר.
שטייט אז אין עשרת ימי תשובה זאל מען יא מקפיד זיין צו עסן פת ישראל.