אנקעטע האסטו שוין געגעסן נישט כשר?

האסטו שוין געגעסן נישט כשר?

  • נאר מילכיגס אדער פת עכו"ם וכדו' אן א הכשר

    Votes: 7 13.5%
  • אויך פליישיגס

    Votes: 4 7.7%
  • יא, אפילו חזיר

    Votes: 7 13.5%
  • ניין, אבער נישט ווייל ס'איז אסור. זיי מסביר

    Votes: 0 0.0%
  • חלילה וחס!! (חוץ טאמער בטעות)

    Votes: 34 65.4%

  • Total voters
    52
  • This poll will close: .
ברויך מען אויסקלארן, רוב ברוינפן און ביר מעג מען לכתחילה טרינקען אן א הכשר, איז דאס וואס @מסתת הרים מיינט? אויב יא טרונקט איז כמעט יעדער אין די "יא" קאטעגאריע, ווי איך פארשטיי רעדט ער פון עסן וואס דער עולם עסט נישט געווענליך אן א הכשר
פארוואס נאר רוב, פארוואס נישט אלע?
 
די ברוינפן וואס זענען געעידזשט אין שערי און וויין פעסער קענען זיין שאלות פון יין נסך
רבי משה אין נאך זענען מתיר.

בכלל איז די גאנצע יין נסך א גזירה היינטיגע טעג.

קיינער גיסט נישט וויין פאר עבודה זרה.
 
פת עכו"ם איז געהעריג כשר
מען דארף וויסען די אינגרידיענטס,נישט ווי בימי הראשונים וואס האט מען געמאכט פת פון בעיסיק מעהל און וואסער, איז היינט שייך אז עדיטיטיווס קענען זיין פראבלעמאטיש מיט איסורים
 
ברויך מען אויסקלארן, רוב ברוינפן און ביר מעג מען לכתחילה טרינקען אן א הכשר, איז דאס וואס @מסתת הרים מיינט? אויב יא טרונקט איז כמעט יעדער אין די "יא" קאטעגאריע, ווי איך פארשטיי רעדט ער פון עסן וואס דער עולם עסט נישט געווענליך אן א הכשר
מען דארף צו וויסען אז ביר,פון דעצעמבער ביז פסח, איז דא דער איסור חדש פאר די וואס זענען חושש אויף די שיטה פון רוב ראשונים אז חדש איז נוהג בחוץ לארץ .
 
די ברוינפן וואס זענען געעידזשט אין שערי און וויין פעסער קענען זיין שאלות פון יין נסך
גארנישט געוויסט אז ס'נאך דא אזא מושג פון נסך היינצוטאגס??
אזוי ווי @משתוקק שרייבט אינעם נעקסטן תגובה, היינצוטאגס איז נישט פארהאן די שאלה פון יין נסך פשוט ווייל ס'מער נישט פארהאן אזא מציאות פון מנסך זיין וויין פאר ע"ז. וואס יא, ס'דא די גזירה פון סתם יינם (ושמנם) משום בנותיהן דאס מיינט אז חז"ל האבן געזוכט צו פריווענטן אינטערמערידזש דערפאר האבן זיי גע'אסר'ט צו טרינקן וויין וואס א גוי האט אנגעגאסן פאר'ן איד. אויב אבער עפענט דער איד אליין דעם פלאש און דער איד גיסט אליין אן פאר זיך איז נישט פארהאן קיין שום שאלה אדער פראבלעם מיט די וויין אפילו די וויין פארמאגט נישט קיין הכשר אז ס'כשר.

און די סיבה פארוואס כ'האב איינגערינגעלט שמנם איז פשוט ווייל די גזירה וועגן ניצן אויל פון א גוי איז בטל געווארן ווייל דער עולם האט עס נישט אנגענומען איז עס געווארן א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה און ס'מיר נישט אריין אין די גזירה פון יינם ושמנם.
 
מען דארף וויסען די אינגרידיענטס,נישט ווי בימי הראשונים וואס האט מען געמאכט פת פון בעיסיק מעהל און וואסער, איז היינט שייך אז עדיטיטיווס קענען זיין פראבלעמאטיש מיט איסורים
דערפאר ברויך מען ליינען אינגרידיענס
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
סתם יינם איז אלעמאהל געווען א גזירה
נישט אלעמאל, נאר פון ווען חז"ל האבן אנגעהויבן גוזר זיין גזירות משום חיתּון ווי למשל בישול עכו"ם אדער פת עכו"ם האבן זיי אויך גוזר געווען יינם ושמנם
 
סתם יינם איז אלעמאהל געווען א גזירה
סתם יינם האט צויי באזונדערע טעמים לאיסור
איינס, וועגען גזירה פון יין נסך לעבודה זרה
צווייטענס, וועגען גזירה משום בנותיהן און דאס גייט געהעריג אהן, און דאס איז דער עיקר טעם פארוואס מען איז מיקל באיסור הנאה ביי סתם יינם קעגען די תלמוד
ווייל ניסוך יין פאר עבודה זרה איז נישט שכיח היינט
נאר די טעם פון בנותיהן און דאס אסר׳ט נאר שתיה און נישט הנאה , איז די איסור פון שתיה במקומה עומדת .
 
דערפאר ברויך מען ליינען אינגרידיענס
אין הכי נמי , מען דארף אויך זיין בקי בהם ובשמותיהם
צו וויסען וואס מען לייענט ,עס איז א גאנצע לימוד און א ספעשעלטי וואס איז נישט א זיל קרי בי רב,און אז א נישט בואאוסטזיניגער לייענט עס,איז ער ווי א האהן אין בני אדם,
 
גארנישט געוויסט אז ס'נאך דא אזא מושג פון נסך היינצוטאגס??
אזוי ווי @משתוקק שרייבט אינעם נעקסטן תגובה, היינצוטאגס איז נישט פארהאן די שאלה פון יין נסך פשוט ווייל ס'מער נישט פארהאן אזא מציאות פון מנסך זיין וויין פאר ע"ז. וואס יא, ס'דא די גזירה פון סתם יינם (ושמנם) משום בנותיהן דאס מיינט אז חז"ל האבן געזוכט צו פריווענטן אינטערמערידזש דערפאר האבן זיי גע'אסר'ט צו טרינקן וויין וואס א גוי האט אנגעגאסן פאר'ן איד. אויב אבער עפענט דער איד אליין דעם פלאש און דער איד גיסט אליין אן פאר זיך איז נישט פארהאן קיין שום שאלה אדער פראבלעם מיט די וויין אפילו די וויין פארמאגט נישט קיין הכשר אז ס'כשר.

און די סיבה פארוואס כ'האב איינגערינגעלט שמנם איז פשוט ווייל די גזירה וועגן ניצן אויל פון א גוי איז בטל געווארן ווייל דער עולם האט עס נישט אנגענומען איז עס געווארן א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה און ס'מיר נישט אריין אין די גזירה פון יינם ושמנם.
דאס איז נישט ריכטיג , אז די וויין איז פראדוצירט ביי א
גוי׳איש קאנסערן נעמט מען עס אהן אלץ סתם יינם ווען עס איז נאך אין די באטעל עס איז תחלתו בפסול .
 
נישט אלעמאל, נאר פון ווען חז"ל האבן אנגעהויבן גוזר זיין גזירות משום חיתּון ווי למשל בישול עכו"ם אדער פת עכו"ם האבן זיי אויך גוזר געווען יינם ושמנם
די ראשונים זאגען אז די איסור אויף וויין פון נכרים האט זיך שוין אהנגהויבען מימות משה אין מדבר ביי די מעשה פון שיטים ווי עס איז געוועהן די מכשולות פון זנות ווי דער פסוק זאגט ויצמדו לבעל פעור ויזנו במעלליהם ,און דער מדרש אין פרשת בלק וואס דארט רעדט מען פון די עצת בלעם, דערציילט ווי אזוי עס איז געוועהן דער טרעעפ אריינצכאפען די יידן, עס איז געזיצען א זקנה אינדרויסען און איינגעלאדענט דעם ייד ער זאל אריינגיין נעמען א דרינק, אינענוויניג איז געוועהן א צעירה זי האט איהם אהנגעגאסען א כוס וויין ,דענסטמאהל איז נאך יין געוועהן מותר,אז ער האט געטרינקען און געווארען בגילופים, האט זי זיך אהנגערייצט אויף איהם צו זנות
ווען ער האט סוקאומבט צו די גלוסטעניש,זאגט זי איהם אז פאר די מעשה,מוז ער מאכען די עבודה פון פעור, אזוי
האבען זיי מכשיל געוועהן די בחורי ישראל מיט עבודה זרה אין גילוי עריות , און פון די שיטים מכשולות האט מען גיאסר׳ט יינם משום בנותיהן .
 
דאס איז נישט ריכטיג , אז די וויין איז פראדוצירט ביי א
גוי׳איש קאנסערן נעמט מען עס אהן אלץ סתם יינם ווען עס איז נאך אין די באטעל עס איז תחלתו בפסול .
קלאר אז נישט, אויב ביים פראדיצירן די וויין האט עס א גוי נישט צוגערירט אזוי ווי ס'היינטצוטאגס די מציאות אין אלע קאמערציעלע וויין פראדוצירער, אדרבה גיי כאפ א בליק וועסטו דיך איבערצייגן, דאן איז בכלל נישט תחלתו בפסול ווי דו רופסט עס
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין הכי נמי , מען דארף אויך זיין בקי בהם ובשמותיהם
צו וויסען וואס מען לייענט ,עס איז א גאנצע לימוד און א ספעשעלטי וואס איז נישט א זיל קרי בי רב,און אז א נישט בואאוסטזיניגער לייענט עס,איז ער ווי א האהן אין בני אדם,
יעדער בר בי רב דחד יומא דרייט זיך היינט ארום מיט א לעבעדיגע גוגל אינעם וועסטל טאש און יעדער קען ליינען אינגרידיענס.
 
קלאר אז נישט, אויב ביים פראדיצירן די וויין האט עס א גוי נישט צוגערירט אזוי ווי ס'היינטצוטאגס די מציאות אין אלע קאמערציעלע וויין פראדוצירער, אדרבה גיי כאפ א בליק וועסטו דיך איבערצייגן, דאן איז בכלל נישט תחלתו בפסול ווי דו רופסט עס
האסט בעקינג פון א מורה הוראה אויף דיין דעקלערעישען אז ביי די קאמערציעלע וויינען איז נישט דא דער איסור פון סתם יינם וייל עס איז נישט דא נגיעת גוי ?
לויט ווי עס זעהט מיר אויס,איז וויין וואס קומט פון א גוי אסור מכח בעלות פון א גוי אפילו אהן נגיעה.
נגיעה פעהלט אויס צו אסר׳ן וויין פון א ייד וואס א גוי רירט אהן.
 
Back
Top