אנקעטע האסטו שוין געגעסן נישט כשר?

האסטו שוין געגעסן נישט כשר?

  • נאר מילכיגס אדער פת עכו"ם וכדו' אן א הכשר

    Votes: 7 13.5%
  • אויך פליישיגס

    Votes: 4 7.7%
  • יא, אפילו חזיר

    Votes: 7 13.5%
  • ניין, אבער נישט ווייל ס'איז אסור. זיי מסביר

    Votes: 0 0.0%
  • חלילה וחס!! (חוץ טאמער בטעות)

    Votes: 34 65.4%

  • Total voters
    52
  • This poll will close: .

מסתת הרים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 14, 2024
מעסעדזשעס
1,259
רעאקציע ראטע
4,889
פונקטן
443
היות ס'איז עת הפאולס און די עולם איז שוין מילא ביים פאולינג סטעישן לאמיר פרעגן ביים עולם וואס איינער כ'געדענק נישט ווער האט מציע געווען
 
צוויי חברה האבן שוין געגעסן חזיר...נייס אינטערסאנט, איך געדענק אז יוסי קרויס האט געזאגט אז סאיז געווען צו שפייען נאר האט געמיזט ווייזן אז ער קען עסן יום כיפור...
 
איך קען פארשטיין אסאך תאוות, אבער פארוואס זאל מען עסן נישט כשר ווען ליטערעלי כמעט יעדע סארט עסן קען מען באקומען אין כשר'ס? איך רעד נישט פון א מילכיגע האמבורגער סענדוויטש; אוודאי זענען פארהאן געוויסע אויסנאמען וואס מען טאר נישט, אבער ע"פ רוב קען מען האבן כשר'ס, טא וואס איז די תאוה פון נישט כשר?
 
וואס איז אויב מפארט אוועק ערגעץ, מאיז אין א באר און מוייל א טרינק ועוד הרבה
 
איך קען פארשטיין אסאך תאוות, אבער פארוואס זאל מען עסן נישט כשר ווען ליטערעלי כמעט יעדע סארט עסן קען מען באקומען אין כשר'ס? איך רעד נישט פון א מילכיגע האמבורגער סענדוויטש; אוודאי זענען פארהאן געוויסע אויסנאמען וואס מען טאר נישט, אבער ע"פ רוב קען מען האבן כשר'ס, טא וואס איז די תאוה פון נישט כשר?
פארוואס זאל מען עסן כשר אויב מען קען האבן יעדעס עסן טריפה? אפילו מצה איז דא הײנט טריפה'נע מאשין מצות...
 
איך קען פארשטיין אסאך תאוות, אבער פארוואס זאל מען עסן נישט כשר ווען ליטערעלי כמעט יעדע סארט עסן קען מען באקומען אין כשר'ס? איך רעד נישט פון א מילכיגע האמבורגער סענדוויטש; אוודאי זענען פארהאן געוויסע אויסנאמען וואס מען טאר נישט, אבער ע"פ רוב קען מען האבן כשר'ס, טא וואס איז די תאוה פון נישט כשר?
אזוי ווי @קליינע צדיק'ל זאגט, ס'נישט אזוי ווייט די תאווה פאר א נישט כשר שטיקל פלייש, עכ"פ ביי מיר.

ס'מער צו איך וועל גיין די עקסטער מייל פאר כשר'ס אויב איך בין פויל.

אויב איך האב כשר'ס און טרייף אין פראנט פון מיר, וועל איך פארשטייט זיך נעמען די כשר'ע.

יעצט טראכט איך, וואס איז אויב די טרייפענע שטיקל שמעקט אריין אין מיין נאז, פיין זאפטיג, און דעלישעס? ווייס איך נישט.

איך רעדט דא נישט פון מיר פארשטייט זיך, איך בין נאר מסביר די פאול.
 
לעצט רעדאגירט:
איך קען פארשטיין אסאך תאוות, אבער פארוואס זאל מען עסן נישט כשר ווען ליטערעלי כמעט יעדע סארט עסן קען מען באקומען אין כשר'ס? איך רעד נישט פון א מילכיגע האמבורגער סענדוויטש; אוודאי זענען פארהאן געוויסע אויסנאמען וואס מען טאר נישט, אבער ע"פ רוב קען מען האבן כשר'ס, טא וואס איז די תאוה פון נישט כשר?
סהאט נישט מיט תאווה אז א מענטש גלייבט נישט וואס זאל עים אפהאלטן פון עסן טריפה ? איך גלייב נישט א נארמאלער מענטש וואס גלייבט זאל אפילו האבן א תאווה צו עסן טריפה
 
דו קענסט הערן א חילוק פון חזיר און א טרינק אין א באר?

א סנעק אויפן וועג?
 
ברויך מען אויסקלארן, רוב ברוינפן און ביר מעג מען לכתחילה טרינקען אן א הכשר, איז דאס וואס @מסתת הרים מיינט? אויב יא טרונקט איז כמעט יעדער אין די "יא" קאטעגאריע, ווי איך פארשטיי רעדט ער פון עסן וואס דער עולם עסט נישט געווענליך אן א הכשר
 
איך קען פארשטיין אסאך תאוות, אבער פארוואס זאל מען עסן נישט כשר ווען ליטערעלי כמעט יעדע סארט עסן קען מען באקומען אין כשר'ס? איך רעד נישט פון א מילכיגע האמבורגער סענדוויטש; אוודאי זענען פארהאן געוויסע אויסנאמען וואס מען טאר נישט, אבער ע"פ רוב קען מען האבן כשר'ס, טא וואס איז די תאוה פון נישט כשר?
פארוואס מיינסטו אז עס איז א תאווה פון דווקא עסן חזיר אדער נישט קיין געשכטענעם קעלבל, אז איך געפון זיך אינדרויסן פון געגענט און איך וויל עפעס עסן, און אז איך וויל דווקא כשר'ע פלייש דארף איך גיין זוכן און זיך משוגע מאכ'ן, משא"כ א נישט קיין כשר'ע רעסטוראנט.
ציווישן אונז גערעדט איך פארשטיי נישט די משוגעת פון לויפן מאכן א V אויף יעדע איסור תורה, ווען איך גיי ארויס מיט חברים צו די וואסער אדער סתם אויף א שפאציר אויב די רעדע איז צו קויפן פיצה מיט פלייש דערויף איז ווייל עס איז אסור לויט חוקי דת יהודית, עס איך נישט מיט, אבער אז מקויפט פון א פיצה סטאר וואס איינע פון די זאכן וואס מ'קען לייגן דערויף איז פלייש, פארוואס זאל איך עס נישט טאן עס איז זעהר געשמאק.
 
גיין און א ספא קלאב און ווילען אינדשויען די עסן
 
אין מביאין ראיה מן השוטים
ער האט אויסגעקראצט א קאפ פון א חזיר, נישט דאס מיינט די פסוק...
כהאף סאיז אפילו געווען געקאכט
1773351599369.webp
 
צוויי חברה האבן שוין געגעסן חזיר...נייס אינטערסאנט, איך געדענק אז יוסי קרויס האט געזאגט אז סאיז געווען צו שפייען נאר האט געמיזט ווייזן אז ער קען עסן יום כיפור...
האסטו געזען וועלכע שטיקל ער האט געגעסן? ס'איז געווען א ראש דבר אחר, וואס דאס קען מען צייגן פארן עולם.

ס'איז ווי פראבירן די קאפ פון א פיש ראש השנה און נאכדעם זאגן אז סעלמאן איז עקלדיג.
 
Back
Top