האט אונז דער באשעפער ליב?

איך ווייס נישט אויב ער האט אינז מער ליב ווי דו מוסלמענער אדער קריסטין אבער אויב די לעצטע פאר טויזענט יאר האט ער זייער אינטערסאנט פין ארויסגעבען ליבשאפט
פון דעם וואס אונז אידן האבען ארויסגעוויזן ליבשאפט צו גאט אלע טויזענטער יאהרן און מען האלט זיך מיט איהם, מוז זיין כמים פנים אל פנים אז גאט האט אונז אויך ליב, בבחינת אהבה מסותרת.
 
די אמת איז אז גאט איז נישט אינטערעסירט מען זאל אים משחד זיין , די עיקר וואס גאט וויל איז אז אידען זאלען זיין גוט איינער צו צווייטען ,
אזוי ווי די פסוק זאגט :

לֹא תוֹסִיפוּ הָבִיא מִנְחַת שָׁוְא קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה הִיא לִי חֹדֶשׁ וְשַׁבָּת קְרֹא מִקְרָא לֹא אוּכַל אָוֶן וַעֲצָרָה.
חׇדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי הָיוּ עָלַי לָטֹרַח נִלְאֵיתִי נְשֹׂא.
רַחֲצוּ הִזַּכּוּ הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם מִנֶּגֶד עֵינָי חִדְלוּ הָרֵעַ.
לִמְדוּ הֵיטֵב דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט אַשְּׁרוּ חָמוֹץ שִׁפְטוּ יָתוֹם רִיבוּ אַלְמָנָה.

נישט די טויזענט בלאט גמרא אדער די מורה'דיג ריינע אתרוג איז די עיקר .

שִׁפְטוּ יָתוֹם רִיבוּ אַלְמָנָה !

הֲלוֹא פָרֹס לָרָעֵב לַחְמֶךָ וַעֲנִיִּים מְרוּדִים תָּבִיא בָיִת כִּי תִרְאֶה עָרֹם וְכִסִּיתוֹ וּמִבְּשָׂרְךָ לֹא תִתְעַלָּם.
אָז יִבָּקַע כַּשַּׁחַר אוֹרֶךָ וַאֲרֻכָתְךָ מְהֵרָה תִצְמָח וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ כְּבוֹד ה' יַאַסְפֶךָ.
 
די פעלקער האבן נאר געוויסט די לעצטע יאר פונעם שואה ביז דעמאלטס האבן די נאציס ימח שמם עס גאר און ערפאלגרייך באהאלטן ר"ל
נישט נאר זיי האבען געוואוסט ווען עס איז אהגעגאנגען נאר זיי האבען געוואוסט פון פארויס אז מען גייט הרגענען יידן , זיי זענען אלע געוועהן רעפרעזענטעט ביי די עוויאן קאנפערענצען ווי מען האט אפען דיסקאוסט די פיינעל סאולושען .צא ולמד .
 
די אמת איז אז גאט איז נישט אינטערעסירט מען זאל אים משחד זיין , די עיקר וואס גאט וויל איז אז אידען זאלען זיין גוט איינער צו צווייטען ,
אזוי ווי די פסוק זאגט :

לֹא תוֹסִיפוּ הָבִיא מִנְחַת שָׁוְא קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה הִיא לִי חֹדֶשׁ וְשַׁבָּת קְרֹא מִקְרָא לֹא אוּכַל אָוֶן וַעֲצָרָה.
חׇדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָה נַפְשִׁי הָיוּ עָלַי לָטֹרַח נִלְאֵיתִי נְשֹׂא.
רַחֲצוּ הִזַּכּוּ הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם מִנֶּגֶד עֵינָי חִדְלוּ הָרֵעַ.
לִמְדוּ הֵיטֵב דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט אַשְּׁרוּ חָמוֹץ שִׁפְטוּ יָתוֹם רִיבוּ אַלְמָנָה.

נישט די טויזענט בלאט גמרא אדער די מורה'דיג ריינע אתרוג איז די עיקר .

שִׁפְטוּ יָתוֹם רִיבוּ אַלְמָנָה !

הֲלוֹא פָרֹס לָרָעֵב לַחְמֶךָ וַעֲנִיִּים מְרוּדִים תָּבִיא בָיִת כִּי תִרְאֶה עָרֹם וְכִסִּיתוֹ וּמִבְּשָׂרְךָ לֹא תִתְעַלָּם.
אָז יִבָּקַע כַּשַּׁחַר אוֹרֶךָ וַאֲרֻכָתְךָ מְהֵרָה תִצְמָח וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ כְּבוֹד ה' יַאַסְפֶךָ.
מיט דיין לשון טאקע פאסט זיך צוזאגען אז גאט קען מען נישט משחד,סיידען אז מען העלפט א צווייטען, ווי דניאל
זאגט, וחטאך בצדקה פרוק, ווי רבי יוחנן זאגט די סמיכות כתובים ולא יקח שוחד, ואהב גר לתת לו לחם ושמלה
די שוחד נעמט ער יא..
 
נישט נאר זיי האבען געוואוסט ווען עס איז אהגעגאנגען נאר זיי האבען געוואוסט פון פארויס אז מען גייט הרגענען יידן , זיי זענען אלע געוועהן רעפרעזענטעט ביי די עוויאן קאנפערענצען ווי מען האט אפען דיסקאוסט די פיינעל סאולושען .צא ולמד .
דו רעדסט נאנסענס! קיינער אין די וועלט האט נישט געוואוסט וועגן אושוויץ צו זאגן ווילאנג די צוויי אושוויץ געפאנגענע זענען אנטלאפן און פארציילט פאר די וועלט!
What are you talking about
 
די יידן האבען נישט געוואוסט , אבער די מלוכות האבען יא געוואוסט , קאסטנער האט אויך געוואוסט,און די ניו יארק טיימס איז ידוע האט אויך געוואוסט, און פארהוילען פון רעפארטען ,די מלוכות האבען געהאט א קאנפערענצען נאך אין דזשוליי 1938 אין עוויאן ,און מען האט דארט דיסקאוסט די יידן פראגע,ווי אזוי מען לייזט דעם פראבלעם , פטור צו ווערן פון די יידן , וואס זענען אן עם בפני עצמו און ווערן נישט אסימילירט בין הגוים,דענסטמאהל איז שוין דער דיון געוועהן פטור צו ווערן , זיי האבען אלעס געוואוסט וואס טהוט זיך אויף דער וועלט - די שפיאנאזש איז געוועהן זייער סאפיסטיקעיטעט - נאר זיי האבען מעלים עין געוועהן,
 
אידען זענען דעמאלץ געווען הפקר . עם אחד מפוזר ומפורד אן קיין לאנד און אן קיין וואפען . ללעג ולקלס .
ב"ה היינט האב מיר שוין א לאנד און F35'ס און נוקלארע וואפען .
ב"ה צה"ל איז היינט פון די שטארקסטע ארמייען (רעלאטיוו צו איר סייז) און די וועלט !
 
אידען זענען דעמאלץ געווען הפקר . עם אחד מפוזר ומפורד אן קיין לאנד און אן קיין וואפען . ללעג ולקלס .
ב"ה היינט האב מיר שוין א לאנד און F35'ס און נוקלארע וואפען .
ב"ה צה"ל איז היינט פון די שטארקסטע ארמייען (רעלאטיוו צו איר סייז) און די וועלט !
ללמד בני יהודה קשת הנה כתובה על ספר הישר
דאס האט דוד געזאגט ווען ער האט באוויינט די טראגעדיע פון שאול און יהונתן ביי די מלחמה אין גלבוע.
 
אידען זענען דעמאלץ געווען הפקר . עם אחד מפוזר ומפורד אן קיין לאנד און אן קיין וואפען . ללעג ולקלס .
ב"ה היינט האב מיר שוין א לאנד און F35'ס און נוקלארע וואפען .
ב"ה צה"ל איז היינט פון די שטארקסטע ארמייען (רעלאטיוו צו איר סייז) און די וועלט !
Look buddy, דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן...

די שואה איז געקומען ווייל גאט האט אונז פיינט, אדער ווייל אונז האבן נישט געהאט קיין F35'ס?
 
Look buddy, דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן...

די שואה איז געקומען ווייל גאט האט אונז פיינט, אדער ווייל אונז האבן נישט געהאט קיין F35'ס?
קודם איך זאג נישט אז גאט האט אונז פיינט , איך האב סך הכל געפרעגט צו גאט האט אונז ליב .


על כל פנים אויף די פיזיקעל לעוועל טאמער אידען וואלטען געהאט א מיליטערישע כוח דאן וואלט געווען אסאך שווערער זיי צו אויסמארדען כצאן לטבח .

אויף א העכערע לעוועל קענסטע פרעגען פארוואס אידען זענען געווען אזוי שוואך. חשבונות שמיים ווייסט דער באשעפער. אבער דעי אלע אנטי ציונים מנהיגים האבען זיכער ציגעגעבען צו דעם אז אידען זענען געווען אזוי אומבאהאלפען . דעי אלע וואס האבען זיך געשלאגען מיט ציין אין נעגל אז אידען זאלען בלייבען א עם מפוזר ומפורד .
ב"ה ס'איז זיי נישט געלונגען ! דער באשעפער האט אונז ליב !
 
Look buddy, דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן...

די שואה איז געקומען ווייל גאט האט אונז פיינט, אדער ווייל אונז האבן נישט געהאט קיין F35'ס?
קען זיין ער מיינט צו זאגן אז גאט האט אונז בעסער ליב ווען אונז פארמאגן F35s
 
לעצט רעדאגירט:
לעצט רעדאגירט:
זיכער האט אונז גאט ליב.
מען דארף נאר פארשטיין צו דעם.
It's an acquired taste.
 
דאן oct.7 מאכט מיר זייער צומישט.

אונז האבן דאך שוין דעם F35, פארוואס האט ער אונז נאך אלס נישט ליב?
וועגן צה"ל איז נישט געווען אנוועזנט פאר א פאר שעה.

זעט אויס אז גאט האט אונז ליב ווען צה"ל פונקציאנירט 24/7.
 
איינמאל מ'לייגט אראפ א פאקט אז ס'איז דא א באשעפער גיי פרעג א קשיא אינז פארשטיי מיר אזויפיל אז אינז הייבן נישט אן צי פארשטיין! בעצם יעדע סארט מיסיג פון פילן צער אין פרייד איז אויך א פארט פון אינזער עקסטרעם לימיטעשענס מ'קען נישט פרעגן ווען מ'זעהט נישט די גאנצע פיקטשער! פאר א נאר ווייזט מען נישט א האלבע ארבעט! ס'הייבט נישט אן צי זיין אז קשיא! אויב גלייבסטי אין די תורה דארפסטו אויך גלייב אז די אייבערשטער האט דיך ליב! אין בכלל אז די האסט נישט קיין תריץ וויזוי די וועלט האט זיך אליינס באשאפן דארפסטו נאך נישט אנעמען תירוצים אן קיין פראף! אויב איך קים אריין צי שטרענג ס'איז מיין מאד נעם עס נישט פערזענליך
 
דאן oct.7 מאכט מיר זייער צומישט.

אונז האבן דאך שוין דעם F35, פארוואס האט ער אונז נאך אלס נישט ליב?
קען זיין ער האט ליב די וואס האבן ליב צו נוצן דעם F35 אבער די וואס האבן געוואוינט דארט וואו ס'פארגעקומען די אקט. 7 שחיטות האבן עס נישט צו שטארק ליב געהאט, זיי זענען שטארק פארנומען געווען מיט שלום מאכן און העלפן די עזתים, אזוי ווי גלייך נאך די שחיטות האבן גאר אסאך פון די דארטיגע שלום ליבהאבער אידן זיך אפגערעדט, אמער וויאזוי האבן די דארטיגע עזתי'גע שכנים זיי אזוי קאלטבלוטיג געמארדעוועט נאכדעם וואס זיי זענען געווען אזוי גוט צו זיין? זעהט אויס אז גאט גלייכט שטארק די Fittist די וועלכע זענען גענוג שטארק און קענען איבערלעבן, דערפאר סערווייוון זיי
 
פונדעם וואס אונז יידן האבען ארויס געוויזען ליבשאפט צו גאט אלע טויזענטער יאהרן און מען האלט זיך מיט איהם ,מוז זיין כמים פנים אל פנים אז גאט האט אונז אויך ליעב ,בבחינת אהבה מסותרת.
איך האף אז מיין טאטע זאל מיר קיין מאהל נישט ווייזען אזא אהבה ווייל איך וואלט עם איינגעזעצט פאר אביוז
 
.
 
לעצט רעדאגירט:
פאר מיר קוקט אויס קלאר ווי דער טאג אז דער באשעפער איז אבסאלוט גוט, זיין גאנצע מציאות איז נאר "טוב", א גוטער וויל טון גוטס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט באשאפן די גאנצע בריאה.איך קוק אויף די גאנצע וועלט און די גאנצע באשאף, ווען מען קוקט אריין אין דעם פאקטישן געשטעל פונעם מענטש, זעט מען אן אומגלויבליכע גוטסקייט אין יעדן דעטאל, אנגעהויבן פונעם מוח ביזן גאנצן פיזישן און גייסטישן קערפער. אלעס איז ממש צוגעשטעלט נאר אז דער מענטש זאל באמת קענען הנאה האבן.
דער באשעפער האט אונז געגעבן באגריפן וואס פעלן בכלל נישט אויס פאר די טרוקענע קיום העולם. נעם למשל די מושג פון קונסט, שיינקייט און די נאטור. פאר א בהמה פעלט דאס אינגאנצן נישט אויס; זי זוכט צו עסן און שלאפן און פאר איר פעךט באמת נישט מער, אבער פארן מענטש וואס האט געפילן מיט Consciousness האט גאט צוגעשטעלט א טעם און א געשמאק. ווען א מענטש זעט הערליכע נאטור ווערט ער פארגאפט – פארוואס? ווייל גאט האט מיט א ריינע חסד געוואלט מיר זאלן האבן א טעם אין שיינקייט. אזוי אויך האט ער באשאפן א טעם אין עסן, א טעם אין סעקס צו זיין מיט א פרוי, באשאפן צירונג און פערפום כדי לחבבה על בעלה. ער וואלט געקענט מאכן די וועלט טרוקן ווי א ראסטיגע שטיקל אייזן, אבער אנשטאט דעם האט ער אונז געגעבן געפילן צו שטיפן און א געשמאק צו טון וואס מיר ווילן און וואס דארפן. און די זעלבע איז מיט פארקערטע געפילן ווי פחד שרעק אויפגערעגטקייט, באשאפן די חושים אונז צו באשיצן פון סיי וועכע געפאר


און דאס איז שוין חוץ די מורא'דיגע חסדים וואס מיר זעען די ווי גאט האט אריינגעלייגט אום די וועלט כוחות צו זיך צו גרינגער מאכן אינעם מענטש דעם שכל צו אנטוויקלען טעכנאלאגיע און מעדיצין, מיר זאלן זיין א שותף אין ענדיגן די וועלט-באשאף לטובת די מענטשהייט.
יעצט, ווען מ'קומט צו די נושא פון יסורים, דארף מען מאכן א קלארן סדר. ס'איז דא עכטע, פראקטישע ווייטאג וואס דאס איז באמת "Pure Love" – ריינע ליבשאפט פונעם באשעפער. ס'איז א פשוט'ע אלארעם סיסטעם! אן דעם ווייטאג וואלט א מענטש זיך אריינגעזעצט אין פייער און נישט געוואוסט, אדער ארומגעגאנגען קראנק און פשוט אומגעפאלן אויפן גאס ווייל ער וואלט נישט געוואוסט אז מען דארף גיין צום דאקטער. אפילו די שוועריגקייטן פון א פרוי ביי א געבורט, ווי זי ווערט א גאנצע פאבריק מיט אלע פלאג, איז אויסגעשטעלט אז זי האט א מאן און משפחה זאלן איר קומען צו הילף. א בהמה דארף נישט קיין ספעציעלע ליבשאפט ווען זי קעלבט זיך, אבער וויבאלד דער מענטש האט באוואוסטזיין (Consciousness) וואס מאכט דעם פיזישן ווייטאג שטערקער, האט גאט אויסגעשטעלט מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן.

אוודאי זענען דא מחלות, ל"ע אבער לאמיר אריינקוקן אין די ציפערן. פון די אכט ביליאן מענטשן אויפן קוגל, זענען 85% געזונט! אין די איבעריגע 15% זענען אריינגערעכנט אלע סארט לימיטעישענס – דאון-סינדראם, אטיזם און אלעס אינצווישן. סך הכל טוט דער באשעפער א גאנץ פיינע דזשאב אונז צו האלטן געזונט.

ווען ס'קומט צו פרנסה קלעמענישן, קען מען זיכער צעטיילן צווישן אונז אידן און די אומות העולם (קען זיין כ'גיי באקומען פעטש פארן זאגן, אבער הו קעירס?). ס'זעט קלאר אויס אז יעקב אבינו'ס גנב'ענען די ברכות ארבעט א מחי'. א שפאנישע אמיגא ארבעטער אין מיין לאקאלן סופערמארקעט – א קלוגער גוי – פרעגט מיך איין טאג: "וויאזוי האבן עטס אידן אלעמאל געלט?" מיר האבן ברוך השם א ספעציעלע ברכה און השגחה.

אבער דא קומט מען צו די עכטע פראבלעם, פארוואס אזויפיל מענטשן שרייען אז די וועלט איז א מיאוס'ע און שווערע ארט. רוב פון די ווייטאג וואס מענטשן ליידן היינט – דאס רוב יסורים – קומט פשוט ווייל מיר ברענגען עס אליין ארויף אויף אונזערע קעפ! דער באשעפער האט אונז געגעבן אן אומגלויבליכן געצייג: בחירה. אונז האבן מיר צוגעשטעלטע געצייג, געפילן און א קערפער וואס ארבעט פערפעקט ווייל גאט האט דאס אזוי דעזיינט. אבער מענטשן נעמען דעם כח הבחירה און טוען וואס פאסט זיי, אן כאפן אז דאס נוצן די טולס קעגן זייער נאטור וועט צינדן אן אלארעם. גאט האט באשאפן דעם "טריגער" אז ס'זאל דיר וויי טון צו זאגן "העי, דו טוסט עפעס ראנג". אבער מענוטשן ווילן טון וואס מ'וויל, אבער זיי ווילן פשוט נישט שפירן דעם קלאפ און דעם פעין דערנאך! שלמה זאגט האלקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים, דער באשעפער האט אונז געמאכט גראד פונקציאנירנד, אבער מענשטן קריכן מיט קרומע חשבונות.

למשל מענטשן רעגן זיך אז מ'דארף ארבעטן שווער. זיי כאפן נישט אז פלאג און ארבעט איז אבסאלוט וויכטיג פארן מענטשליכן קיום. רוב לאטערי געווינערס – זיי ענדיגן אינגאנצן broke! און קראנק דערצו! די וועלט איז דעזיינט אז א מענטש מוז ארבעטן, זיך בויען און זיך רירן פון ארט; ווען מ'וויל בלייבן זיצן אויף איין פלאץ און ווערן א פוילע בער, שפייט די סיסטעם אים פשוט אויס. מיר זענען נישט אויסגעשטעלט צו זיין אן ארבעט. דאס זעלבע איז מיט די אלע נייע מאדערנע יסורים, סטרעס, שרעקליכע קנאה, כסדר זיך קאמפערן צום צווייטן, נישט זיין צופרידן מיט זיך אליין, אומנארמאלע ערווארטונגען וואס מ'קען אפילו נישט דערגרייכן, די שרעקליכע סאשעל פעין און פרעשור, און די תאוות וואס ווערן היינט געטריבן ביז אן עק. די אלע זאכן קומען פון אונזערע קרומע בחירות און נישט פונעם באשעפער.
און דאס אלעס ברענגט אונז צו די יסורים וואס עקזיסטירן שוין זייט קין האט געהרגעט הבל – אז איינער וויל דערשטיקן דעם צווייטן. מענטשן גליסטן נאך פאוער און קאנטראל אויף אנדערע. ווען מ'קוקט אויף היסטאריע און מלחמות, דארף מען קלאר וויסן, דאס האט נול – א גרויסע זערא – מיט גאט! דאס קומט פונעם מענטש'ס אייגענע אפמאך אז ער וויל אזוי טון. און ווער דרייט איבער די וועלט? נישט די פשוט'ע מענטשן. ס'זענען די עטליכע פארשוינען וואס גאט האט זיי געגעבן "מכבודו", ער האט זיי געגעבן פירערשאפט, און אנשטאט עס צו נוצן לטובה, פאראורטזאכן זיי חורבנות ווי די פשוטי עם ליידן.
צו מאכן א סך הכל: די אלע יסורים וואס א מענטש האט ביי זיך אין שטוב וואס מאכט אים טראכטן אז זיין לעבן איז פארקאקט, קומט על פי רוב פשוט פון זיינע אייגענע שוואכע מידות אדער אומקאנטראלירטע אינסטינקטן. ס'איז די העכסטע מאס טיפשות צו באשולדיגן דעם באשעפער. ס'איז גענוי ווי איינער זאל נעמען א גאן, אריינשיסן אין א צווייטן, און דאן וויינען "פארוואס האט גאט אים געשאסן??

גאט איז גוט! און האט אונז ליב!
 
האט אונז דער באשעפער ליב?
איז די אלע שרעקליכע צער וואס אידן גייען דורך די דעפינישען פון ליבשאפט?

וואלט עני נארמאלע טאטע געטון צו זיינע קינדער וואס דער באשעפער האט געטון, און טוט, צו אידן??

דער באשעפער וואס איז א כל יכול פארלאנגט פון אונז אז מען זאל אים דן זיין לכף זכות פאר אלע שרעקליכע יסורים וואס ער ווערטשאפט אן פאר אידן, אבער צי פירט זיך דער באשעפער אליינס אויף אזוי צו אונז, מענטשן פון בלוט און פלייש, בעלי גבול ויכולת? איז דער באשעפער אונז דן לכף זכות?

אונז האמיר געמאכט א ברית מיט'ן באשעפער. האט דער באשעפער איינגעהאלטן זיין חלק? דער באשעפער איז א גאנצע צייט געווען ביזי ווי נישט גוט אונז זעמיר, אבער איז דען כלל ישראל אזוי שלעכט? ס'זייער גרינג צו נעמען די זייט פונעם באשעפער. דער באשעפער איז שטארקער און מענטשן ווילן זיין אויף די זייט פון די שטארקע, אבער איז דער באשעפער טאקע גערעכט?

זייט דער באשעפער האט אונז אויסגעוועלט פאר א פאלק האמיר זיך אנגעליטן צרות אויף צרות. סיי ביז'ן אנקומען אויף ארץ ישראל, סיי נאכ'ן אריינקומען אין לאנד, האבען אידן געהאט זייער ווייניג מנוחה, און אזוי ביז'ן חורבן בית ראשון וואס האט זיך געענדיגט מיט'ן אויסשעכטען מיליאנען אידן, חוץ פון דעי וואס זענען געשטארבן פאר הונגער, און נאכדעם חורבן בית שני. און אזוי ווייטער אין די היסטאריע עד היום הזה.

פון ווען דער באשעפער האט אונז אויסגעוועלט ליידן מיר זיך אן צרות. און דער באשעפער? אה, ס'אלעס ענקער שולד... איך בין ריין ווי זייד!! כ'האב נאך נישט געטשעפעט קיין פליג...

אבער ווען מען קוקט למשל אויפ'ן ערשטן גרויסן חטא נאך מתן תורה, דער חטא העגל, אויף דעם זאגן חז"ל אז "לא היו ישראל ראויים לאותו מעשה"... אין אנדערע ווערטער, פון הימל האט מען געשטופט די חטא העגל... און נאכדעם האט גאט זיך אויסגעדרייט און באשולדיגט די אידן... און בכלל פאר יעדע קלייניגקייט אין די מדבר פון טראמאטאזירטע מענטשן וואס זענען נעבעך אדורך 210 יאר אלץ פארפייניגטע עבדים אין מצרים איז דער באשעפער געווארן אויפגעברויזט פאר כעס, און יעדע פאר חדשים געוואלט רצח'נען גאנץ כלל ישראל! לולא משה רועה הנאמן שעמד בפרץ.

און צום סוף האט דער באשעפער גע'הרג'עט כמעט די גאנצע דור המדבר אין מדבר, און אפילו אליהו הנביא האט געזאגט פארן אייבערשטן "ואתה הסבת את לבם אחורנית", און אנדערע ווערטער, ס'איז נישט נאר זייער שולד, ס'איז אויך דער באשעפער'ס שולד.

און אזוי ווייטער אין די היסטאריע, ביז דער באשעפער האט מרוב "אהבה" אויסגע'רצח'עט 6 מיליאן אידן מיט די שרעקליכסטע סארט מיתות משונות, וואס קיין שום אומה ולשון איז נישט אדורך אזא מאסן רציחה אויף אזא סארט פארנעם...

נאך דעם ווען מען ליינט "כי א-ל רחום ה' אלקיך" הערט זיך עס ליידיג... ווערטער זענען ביליג!

ווערטער זענען ביטער ביליג. דער באשעפער איז ארום געלאפן מיט זיין תורה צו אלע אומות. אלע אומות האבן עס אוועקגעווארפן ווי א פארפוילט עפל! איז דער באשעפער געקומען צו די אידן, האבן אידן געזאגט "נעשה ונשמע" און אלץ א שכוח האבן אידן באקומען די חטא העגל! און שפעטער האט דער באשעפער אויסגע'הרג'עט די גאנצע דור המדבר... און פון דארט און ווייטער ביז היינט ליידט נאך כלל ישראל... אונז האמער געמאכט א מורא'דיגע דיעל... די אידן וועלן מקבל זיי די תורה און דער באשעפער וועט אויספייניגן כלל ישראל פאר דריי טויזענט יאר.... שיינע דיעל געמאכט....

טויזענטער יארן זענען אידן אויסגע'רצח'עט געווארן פאר זייער איינציגע זינד ווייל זיי זענען גאט'ס פאלק, און גאט האט דאס אלעס צוגעלאזט. כלל ישראל האט איינגעהאלטן זייער צד, עכ"פ וויפיל א בשר ודם קען איינהאלטן. אבער דער באשעפער איז א כל יכול, ער האט נישט איינגעהאלטן זיין זייט! ממילא מיין איך אז טאמער איינער דארף תשובה טאן, דארף דער באשעפער תשובה טאן! אדער זאל ער זיך גיין זוכן א צווייטע פאלק, לאמיר זעהן צו ער וועט זיך אויסקומען מיט די איטאליענער אדער די כינעזער! ביז א פאר טעג וועט ער קומען צוריק צו לויפן צו די אידן אז מען זאל אים צוריקנעמען.... און דעמאלס וועלן מיר זיר אויסנעמען קלארע תנאים: געענדיגט מיט די רציחות! גענדיגט די צרות!
כל הכבוד!!
שמייכלען צו גאט און זאגן 'אלץ קומט פון דיר טאטע' איז נישט קיין אמונה. סאיז א שפיל וואס האט זיך אנגעהויבן אין כתה א', און פארט ביז די סצענע פארמאכט זיך און מזאגט קל מלא רחמים.
עכטע אמונה מיינט אז א איד ווערט קלאר ביי זיך (דורך חקירה/תמימות/תפילה/צדיק/וכדו') אז גאט פירט אלעס, מיט אזא זיכערקייט, אז מען קען שוין שרייען אויף אים העי, דו באשעפער, וואט אר יו דואינג.
אויב ווען סאיז א שיינע וועטער, גייט מען שפאצירן און מזינגט מה רבו מעשיך טאטע איך דאנק דיר, מוז אויך זיין אז ווען סאיז א מיזרעבל וועטער, מיט רעגן און ווינטן, קען מען שרייען דו באשעפער וואס מאכסטו מיר דא נעסטי וועטערס.
Otherwise, it isn't emuna, it's a stupid game.
סא יא. די באשעפער איז אין אלעם שולדיג, אשריך אז דו ביזט עס משיג. רלע צרות מאכט ער, אלע גוטס מאכט ער, מען דארף אים זאגן שכח אויף די טובות, און שרייען אויף אים ווען סביטער.
און איינמאל מען ווייסט שוין אויף זיכער אז עכ איז שולדיג, איז א גוטע געלעגנהייט צו פרובירן הערן וואס ער ענטפערט. לייג צו אויער אין מח צו דיינע טענות און פרוביר צו ווערן כמו נביא. דער אויבערשטער איז גרייט דיכ מסביר צו זיין פארוואס ער טוט די אלע שטיקעס. הער אים נאר אויס, קוק וואס ער שרייבט אין זיין ספר, און וואס זיינע שלוחים וואס האבן גערעדט מיט אים שרייבן אין ספרי נביאים, און דו וועסט באקומען קלארקייט.
אבער אפילו אויב נישט, די ריינע אמונה איז הייליג און טייער. אחי חזק ואחוז עצמך.
 
Back
Top