גייענדיג אין גראסערי דעם פרייטאג זע איך די דעקל פונעם מאמענט מאגאזין און עס האט מיר געכאפט. 'חתונה פלאן קראך' שרייט די דעקל אויס. 'מאמענט אין א גרינטליכע פארש פראיעקט' שטייט דערונטער. נא, וואס דען קען כאפן מיין אויג אויב נישט א גרינטליכע פארש פראיעקט אין א חרדי'שע סאציאלאגישע פענאמען, נעמליך, די היימישע הימל-שרייענדע חתונה סטאנדארטן.
עס צו מאכן קורץ, מיין השערה איז געווען אז אויב די 'מאמענט' לייגט ארויס א 'פארש ארבייט' נאכדערצו איבער א נושא ווי חתונה מאכן וואס מער טינט האט זיך שוין באלד פארגאסן דערויף ווי געלט, מן הסתם גייען זיי אפיר ברענגען נישט בלויז עסקנים און בעלי דרשנים נאר זאגאר 'גרינטליך' אריינגיין בעובי הקורה און עס אנאלאזירן. קיין סאציאלאגיסטן ארויפצוברענגען האב איך נישט ערווארטעט, אבער כאטש זאל דער שרייבער זיין אביסל אייגנארטיג און עס צונעמען ווי ס'דארף צו זיין. און טאקע, די פארווארט פון דער רעדאקטאר איז זייער גלאנציג, ער לייגט אראפ וויאזוי אינעם ארטיקל גייט מען 'ארפירזוכן און נאכגיין אינפארמאציע און דאטא' און 'צוזאמשטעלן א קלארע בילד' איבער פארוואס די אלע איניציאטיוון האבן נישט מצליח געווען ביז אהער, און וויאזוי די ארטיקל גייט פראבירן צו 'ענטפערן די פראגע' פונעם 'פארש פראיעקט', און אז עס פירט אויס מיט אן 'הלכה למעשהדיגן אויספיר', ממש כמו שכתוב, אזש די שפייעכטץ האט מיר אנגעהויבן רינען.
הייב איך אבער אן דעם ארטיקל און ווי איר קענט זיך פארשטעלן בין איך געווארן זייער אנטוישט. ערשט לייגט דער שרייבער - יצחק גרינבערג אראפ אלע ארגומענטן פון מענטשן - צו תקנות ארבייט יא און צו מ'דארף ענדערש א כח היחיד. אבער נאך פאר וואס-ווען-ווער גייט ער צו צום ערשטן אינטערוויו מיט לעיזער קרויס נישט מער געדאכט. טאקע א נאמען אויפן ארענע, אבער ווייט פון איינער וואס קען פסק'נען פארוואס די מערכות האבן 'נישט' מצליח געווען. קומענדיג אין די רייע איז שלמה לייב וויינבערגער דער גרינדער פונעם 'חצי בחינם' חתונה דיפאו איניציאטיוו, אבער דאס איז ענדערש א באצאלטע אנאנס ווי צוטון מיטן תוכן ה'פארש פראיעקט'. דאן אינטערוויוט ער איינער פון די כח היחיד קאמפיין וועלכע טענה'ט אז עס האט נישט אויסגעפירט ווייל יחדיו איז אריין געקומען אין בילד, יחדיו פארענטפערט זיך אז מ'קען נישט מאכן קיין תקנות פאר אלע קהילות אונטער איין שירעם. און די אויספיר פון די גרויסארטיגע פארש פראיעקט איז אז יעדער זאל זיך נעמען אין די הענט אריין. בקיצור פון א פארש ארבייט איז געווארן אפאר אומאינטרעסאנטע אינטערוויוס, און פון ענטפערן גרויסארטיגע פראגעס איז געווארן אזא מוסר שמועס צו שפארן געלט, אן קיין נארמאלע הסבר אדער עקלערונג וואס אזאנס דא קומט באמת פאר.
ווי געזאגט אן קיין פסיכאלאגן און סאציאלאגן אויפן פאדיום וואלט איך נישט ערווארטעט קיין מורא'דיגע געפינסן, אבער פארט אזוי חוזק צו מאכן פון די ליינער?! אזא ארטיקל איז אפשר גוט פאר אן היסטארישע איבערבליק איבער די פארשידענע פראיעקטן צו שניידן חתונה הוצאות, אבער ווייט איז עס פון א 'פארש ארבייט' ווער רעדט נאך 'גרינטליך'. בקיצור קומענדיגעס מאל וועלן זיי שוין דארפן בעסערע קליק-בעיט דעקלעך אז איך זאל אפי' קאנסידערן צו קויפן נאכאמאל דעם מאמענט.
צום פראגע אבער. וואס איז טאקע פשט אז די חתונה הוצאות רוקן זיך נישט אין ערגעץ? און די אמת איז אז איידער מ'פארענטפערט דאס דארף מען פארשטיין אז ס'הייבט זיך נישט אן און ס'ענדיגט זיך נישט ביי חתונות. חתונות איז ס"ה א קאלמינאציע פון אסאך ריזיגע הוצאות אויפאיינמאל ווי רוב אירע ווערן ממש דערשטיקט צום טויט, אבער ביזן חתונה זענען כסדר דא טייערע סטאנדארטן אויף וואס מיר אידעלעך לאזן זיך וואוילגיין. און אז מ'וויל אפלערנען און פארשטיין טייערע סטאנדארטן קען מען נישט בלויז באטראכטן איין עלעמענט דערפון אפגעזונדערט, דאס איז איינס. צווייטנס-כל, מיטן זען וואו נאך און וויאזוי אלץ מיר שפענדן געלט בכלליות איז עס אליינס שוין א בחינה פון צרת רבים חצי נחמה אדער אפשר שאלת חכם חצי תשובה, וואו די ברייטערע בילד ווארפט אטאמאטיש מער ליכט אויף אונזער לעבנסשטייגער און די זאכן וועלכע פארמירן עס און האלטן עס אפ פון פארבעסערונג.
שפענדן ביים היימישן ציבור איז באמת א פענאמען מיט דריי אדער פיר פיסלעך. פון איין זייט זענען דא פשוטע מארקעט קראפטן וועלכע שלעפן פרייזן אהין און צוריק, און ווען ס'איז דא דעמאנד און סופליי אויף ספעציפישע וועגן זענען די פרייזן און סטאנדארטן אין איינקלאנג. אבער, די גרויסע אבער איז אז פיער פרעשור און אפי' רעליגיעזע אנשויאונגען נעמען אויך א שיינעם טייל אין דעם שפיל. באגאבאאס און דונא'ס זענען טאקע טייער אבער די 'מוז' זיי צו קויפן איז שוין מער אנגעוואנדן אין פיער פרעשור, סאטמארע מצות און כשר'ע סעלצער זענען געוויס טייערע ווי די אלטערנאטיוון, אבער די 'וויכטיגקייט' צו נאכגיין די 'מסורה' איז שוין איידיאלאגיע מער ווי בלויזע עקאנאמיקס. אין אנדערע ווערטער, ימים טובים, אידישע שמחות, און 'אידישע' סטאנדארטן זענען טאקע טייער במציאות, און ס'איז אפשר רוב מאל אפי' נישט די קעיס אז די סוחרים טרייבן ארויף די פרייזן דוקא. ס'איז אבער יא א קאמבינאציע פון אונזער קאלעקטיוויטעט, איידיאלאגישע קאנפארמיטי, און פאבריצירטע איינרעדענישן, וואס מאכט אז מיר זאלן זיך נישט קענען ארויסדרייען דערפון.
און ווידער, דאס האט נישט ספעציעל מיטן חתונה מאכן. דאס גייט אן ביי מעטשינג קליידער, איטאליענע מעבל, מעכטיגע קארן, לוקסריעזע מיעט באורדס, טייערע שייטלעך, הויכשטאקיגע שטריימלעך, קאסטבארע קאנטריס, אויפרייסערישע שמחות, איבערגעצויגענע כשרות סטאנדארטן, און זינלאזע האוזינג זאנעס. די נקודה איז אז וויפיל לעיזער קרויס זאל שרייען אז מיר דארפן נעמען 'אייגענע אחריות', וויפיל די כח היחיד זאל פראמאטירן אינדיווידואליטעט, וויפיל עדיוקאציע מ'זאל נאר געבן - וועט דאס נישט אפשלאגן די איינגעווארצעלטע נאטור וואס מיר האבן יא צו קאנפארמען און יא צו אריינפאסן וואו אומער.
אין רעליגיעזע זאכן פארשטייט עס יעדער: ווען איינער זאל קומען מיט א חבד'סקע היטל אריין אין בעלזא שטיבל וועט ער זיין דער חוזק פון שטאט, ווען איינער זאל זיך דינגען מיטן רבי'ן זי"ע איז ער דער אפיקורוס פון שטאט, און ווען א וויזניצער זאל מחליט זיין אז דער רבי איז נישט גאט איז ער דאך א באטשי. אזוי מיט יעדע זאך אין כמעט אלע אספעקטן פונעם היימישן לעבן. וויאזוי וויל מען דאן אז פלוצלינג ביי זייער ספעציפישע פינאנציעלע באשלוסן זאל מען ווערן 'אייגנארטיג' 'קריעטיוו' און 'אינדיווידואליסטיק'?! אזא זאך ארבייט נישט, פינטל!
דאס אז עסקנים, בעלי דרשנים, רבנים, און מאגאזינען זיי זענען די וועלכע שטעלן תקנות, סטאנדארטן, וועליוס, און פארש-ארטיקלען - דאס איז נישט די באג, דאס איז די פיטשער! דאס איז די סיסטעם וואס מיר ווילן און מיר שטופן. מיר ווילן אז די הויפטקוואטירן זאלן האבן דעם מאנאפאל און אלע זאלן נאכגיין ווי שאף, מיר ווילן אונזערע שכנים זאלן קאנפארמען צו וויאזוי מיר פירן זיך, מיר ווילן אז דער וואס נויגט אפ פון 99% פון די סטאנדארטן זאל ווערן גערופן די משוגע'נער. טא, די פראגע איז נאר וואס די 1% וואס מיר זענען יא מסכים פאר 'דייווערסיטי' איז - און צי מיר קענען עס אויסשטעלן אז אלע זאלן פה אחד פארשטיין די זעלבע.
פון דער מנהיג הקהילה אראפ ביז דער יחדיו עסקן וויל קיינער נישט רעפארמירן די עדיוקאציע סיסטעם אדער ח"ו פראמאטן אינדיווידואליטעט אין די מוסדות - מ'שטיינץ די גאנצע אידישקייט וועט דאך חלילה צופאלן. דער אינגערמאן וועט מען נישט לאזן מחליט זיין וויאזוי צו פירן זיין שטוב, דער בחור וועט מען נישט לאזן קלויבן קיין לעבנס-שותף, די פרויען וועט מען נישט געבן קיין אויסוואל ווי גרויס די פאמיליע זאל זיין, און פארן בן ארבעים וועט מען נישט צולאזן זיין בינה זיך צו פארשפרייטן צו סאך. און דאן וואונדערט מען זיך ווען מענטשן זענען פאראלאזירט אין א סיסטעם וואו 'יעדער' דערוואגט זיך נישט צו טון עפעס וואס 'קיינער' טוט נישט.
סאציאלע ענדזשערנירונג ארבייט נישט, דערפאר ארבייטן נישט קיינע תקנות - דאס קען מען פארקירן אין די זייט. אבער האפן אז מענטשן זאלן זיך 'נעמען אין די הענט' ביי די 45 נאכן אפלעבן א לעבן פון ווערן געפיטערט השקפות, וועליוס, און סטאנדארטן? דאס איז א פאנטאזיע אויפן העכסטן פארנעם, און דאס איז די טיפערע סיבה פארוואס חתונות זענען טייער!
ווען וועלט איז וועלט, ווען חינוך ווערט נישט געשטיצט דורך דריידלעך און פילאנטראפן, ווען דאס וואס גייט אריין נעמט מען ארויס, ווען $100 פארדינט מיינט אז מ'האט $100 צו שפענדן - וואלטן זאכן געווען און געקענט זיין אנדערש. ווען א מענטש ווייסט אז 7 קינדער מיט אן אינקאם פון 90,000 מיינט א נישטיגע 10 טויזענט פער קינד, ווען א יחיד זאל דערהערן אז גראסערי דארף קאסטן וויפיל געלט ס'איז דא אין טאש און אז א דירה וואס איז איבערגעצאלט איז אין פאקט - איבערגעצאלט, וואלט מען געקענט רעדן פון שניידן הוצאות, באלאנסירן די ביכער און אזוי ווייטער.
אבער ווען די סיסטעם שרייט אז בחורים זאלן זיך נישט לערנען קיין פאך משום ביטול תורה, אז קינדער זאל מען האבן ווי פיש משום ישוב העולם, און אז קאריערעס איז אסור משום מינות - איי כסף מנלן?! ענטפערט די סיסטעם: דו זארג דיך נישט, מיר זענען געבענטשט מיט צדקות, מיט קאמפיינס, מיט ארגעניזאציעס, מיט עשירים, מיט קימחא דפיסחא'ס, ביקור חולים'ס, און בוני עולם'ס. דאן מה יעשה הבן נישט צו מאכן אטע דעם זעלבן חשבון ביים מאכן שלום זכר, ביים קויפן די קערידזש, און שפעטער ביים חתונה מאכן?!
מענטשן זענען נישט קיין ראבאטן וואס מ'קען פארלעשן אדער ריפראגראמירן אינמיטן איר געלויף. וואס מ'לייגט אריין נעמט מען ארויס. ווילאנג די בעסיק אריגמאטיקע לאגיק וועט נישט ווערן אפגעלערנט - נישט ביים יחיד און נישט ביי די עסקנים און פירער - גייט עס בדרך הטבע בלייבן וויאזוי עס איז. ערווארטן אנדערש איז נאריש!
מ'קען זיכער אריינגיין מער דעטאלירט פארוואס לכתחילה זענען חתונות א מקום וואו סטאנדארטן שטייגן אויף הייוון, פונקט ווי מ'קען צונעמען אסאך אספעקטן מער בפרטיות - א שטייגער ווי פארוואס קדם איז די פאפולערע גרעיפ דזשוס אדער פארוואס G&G/GB האבן נישט קיין נארמאלע אלטערנאטיוון. די נקודה איז אז אין א סאסייעטי ווי הערד-מענטאליטעט איז די עטאס און נישט די סימפטאם קען מען נישט ערווארטן קיין 'לייזונג' ווען מענטשן פירן זיך אויף ווי.. שאף..
און צו ענדיגן, אין א סיסטעם ווי דזשערנאליזם און פארש פראיעקטן זענען צאנזורירט און פלאך - אבער די עולם קויפט עס ווייל משם תצא כ'ווייסנישטוואס - איז נאריש פאר מיר געווען צו ערווארטן א 'גרינטליכע' ארבייט. מיי בעד.
האטס מיר און זייטס מיר.

לעצט רעדאגירט: