עס איז נאך א וואך צו יו"ט סוכות. היי יאר איז דא קארגע צוויי און א האלב טעג צו גיין ערגעץ חול המועד, און ביי מיר אינדערהיים קוקט על פי רוב דער חול המועד אויס ווי ביי רוב כלל ישראל, צוויי אזייגער נאכמיטאג הייבט מען אן חלומ'ען וואו צו גיין, און ביי די טיים מען האט שוין א החלטה, מען האלט שוין נאכדעם וואס יעדער איז פיינעלי מסכים דארט צו גיין, זעט מען אז אויב מען לאזט זיך יעצט ארויס, וועט מען אנקומען שוין ביים שפארן... און אזוי פארט דער טאג אדורך.
אשר על כן וואלט איך זייער געוואלט האבן היי יאר א שטיקל פלאן פון פאראויס, און נישט אויסקוקן ווי פריער דערמאנט.
דער פראבלעם הייבט זיך אן, אז ב"ה כלל ישראל איז היינט צו טאגס געבענטשט מיט צענדליגער ארגאניזאציעס וואס העלפן אלע מיני צובראכענע שטיבער. און עס איז געווארן א נייע זאך, אז אויף חול המועד דינגען זיי ארויס פארקס, ריידס, פלעיס, מאללס, וכו' וכו', פאר די משפחות און אלע קינדער, און א פלעינע משפחה קען גיין בארן קלאפן. איך מאך חלילה נישט אוועק די גרויסע מצוה, אבער מצד השני איז יצא שכרו בהפסדו, ווייל מען לאזט נישט איבער א פשוט'ע משפחה וואס האט נעבעך נישט קיין קראנקע קינד וואו צו גיין, סאו זיי קענען נישט גיין אין ערגעץ.
עניוועי, צום פינטל: וואו וואלט געווען אינטערעסאנט צו גיין, נישט די אלע טיפישע און באקאנטע פלעצער?