הונדערט יאר פון יעצט

שער הבחינה

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 6, 2024
מעסעדזשעס
106
רעאקציע ראטע
458
איך וויל מיטטיילן מיט'ן עולם א שאלה, איך בין נייגעריג וואס איר פרעדיקט וועט זיין די רעליגיעזע מצב ביי אנשי שלומינו (=אונזערע אייניקלעך, די חלק וואס וועלן נישט גיין OTD) אום 2125?

איך בין נישט קיין גרויסע סאצאיעלאג, ווי אויך בין איך היבש א לאונער און אינטראווערט, איך קען נישט אזוי גוט אונזער געמיינדע, אבער לויט ווי איך זעה און פארשטיי קען איך נישט זיין אז רעליגיע זאל אנהאלטן פאר נאך צו לאנג.

לאמיר אראפלייגן די שאלה אזוי;
וויפיל יאר פון גלות, אויב בכלל, וועט זיין גענוג צו עכ"פ קרעקן די אמונה אז עס איז דא עפעס א העכערע פלאן פאר אונזער פאלק, משיח, בית המקדש וכולי.
און לאמיר נישט יעצט רעדן וועגן די 6,000 יאר ענין (מיר האלטן שרעקליך נאנט דערצו, ס'גלייבט זיך ממש נישט!), לאמיר דאס לייגן אין די זייט, די ראדיקאלע צווישן אונזער אייניקלעך וועלן אוודאי האבן סאפיסטעקירטע מהלכים דאס צו פארענפערן, ולא גרע מאבולוציה (פאר דער וואס ווייסט וואס טוט זיך עכ"פ..).
איך מיין, איז דען מעגליך אין טויזנט יאר ארום פון יעצט פאר א בר דעת צו קלערן, יא, מיר זענען שוין טאקע דריי טויזנט יאר אין גלות, ס'איז טאקע כמעט קיינמאל נישט געווען א מצב וואס אידישקייט איז געווען בתכלית השלימות (בזמן בית שני למשל איז געווען רוימישע הערשאפט און צדוקים כהנים גדולים, בזמן בית ראשון האט דאך אפגערעדט אז ס'געווען א דיזעסטער), אבער.. עס איז שוין טויזנטע יארן... אבער עס וועט נאך איין טאג קומען... איך מיין אז דאס איז ערשטקלאסיג אבסורד, נישט אזוי?
איז וואס איז מיט אכט הונדערט יאר ארום?
זעקס?
איין...?

לדעתי, דאס וואס האט אונז אנגעהאלטן ביז יעצט, איז קודם כל די טראומע פון די נאכאנאנדע צרות און שחיטות, ווי אויך די עצם סעגרעגאציע, וואס האט אונז געשטיפט צו אנהאלטן כאטש עפעס וואס געבט האפענונג און פורפעס, און דערנאך, די גרויסע דמויות וואס זענען אויפגעשטאנען ביי אונז, אין אלע הינזיכטן, הלכה, קבלה, מופתים, אבער מהיום ואילך... צו דען איז נאך מעגליך פאר אונז צו האבן א חזון איש, למשל? קוק וואספארא פורים רב ר' חיים קנייבסקי איז פארוואנדלט געווארן...

בקיצור, לויט די ר' שעיה ב"ר משה/אוצר פלאות התורה/שטענדערל/קרן תוספת יו"ט מצב וואס הערשט שוין היינט, עכ"פ אינדרויסן פון די גאר פארמאכטע עכ"פ, ווי די בריסקער און חזו"א'ניקעס, וואס האלטן זיך נאך שטארק אן און רבינא ורב אשי מיט אפיציעלע אטענטישקייט, מיין איך אז ס'איז שוין צייט די דערקלערן אז דער קעניג איז אנטבלויזט, עכ"פ ביי די אויבערשטע טייל קערפער, און ס'וועט נישט נעמען לאנג אז די עטרת המלכות הק' זאל נתגלה ווערן לעיני כל...

וואס זאגט איר צו מיין גאנצע אויסגעניש? :p
 
לעצט רעדאגירט:
אגב, פאר די וואס ליינען די קעפל און געבן א מורמל, עה, דעמאלטס וועט שוין משיח "זיכער" דא זיין... איך האב לעצטנס געזעהן אז די הייליגע באליבטע חפץ חיים שרייבט (אין ביה"ל הל' קביעת המועדים) אויף שנת תשמ"ט (דאכצעך) אז משיח וועט שוין דעמאלטס זיכער דא זיין...

(עס וואלט געוועהן אינטערסאנט צו צוזאמענען אזעלכע אויסדרוקן פון רבותינו במשך הדורות, אנגעהויבן אוודאי ביי די גמרא'ס "במהרה יבנה המקדש")
 
ווי לאנג ישיבה גדולה בחורים וועלן זיך ארום טענה'ן מיט אייפער וועלכע נאז לאך זייער רבי האט ערשט געבלאזן, מיט די זעלבע אייפער ווי די גוים שפילן בעסקעד באל, איז רעליגיעזע אידישקייט הער טא סטעי
 
ווי לאנג ישיבה גדולה בחורים וועלן זיך ארום טענה'ן מיט אייפער וועלכע נאז לאך זייער רבי האט ערשט געבלאזן, מיט די זעלבע אייפער ווי די גוים שפילן בעסקעד באל, איז רעליגיעזע אידישקייט הער טא סטעי
קאם אן, ווילאנג קען דאס אנהאלטן??? דאס איז אן קיין ספק א טרענזישן אפעקט...
 
איך קען נישט חלומ'ן וואס ס'גייט זיין 100 יאר ארום,
ס'גייט זיין אינגאנצן אנדערש
פאר הונדערטער יאר צירוק האט מען זיך נישט געקענט חלומ'ן וויאזוי ס'גייט היינט אויסקוקן.
 
קאם אן, ווילאנג קען דאס אנהאלטן??? דאס איז אן קיין ספק א טרענזישן אפעקט...
האללאו.. איך האב אריינשפאצירט שבת און סאטמער אויף 53 ר' אהרן איז דארט געווען, איך זאג דיר אידישקייט גייט נישט און ערגעץ!! מענטשן שוויצן נאך צי קענען כאפן א בליק אויפן רבי"ן,

איך דארף ווען געבן א געהעריגע באריכט וועגן דעים שבת אבער דא האב איך געטראפן סאם האו די ריכטיגע פלאץ,

ווייל איך האב ממש דאס געטראכט ווען איך בין דארט געווען, אז איך בין און לאלא לענד דא און קרעמל, כאילו די היימישע עולם גייט ציבוסליך פארלירן די טעם און די גאנצע חסידישקייט געטינקאכטס,

איך בין געוואר געווארן אז ס'נאר איך, רוב עולם אינזשאוד דעי גאנצע ראביסטטיווע, האסט געמיזט זעין די פעינעמער פון די עולם ביים אהיימבאגלייטן אהרן אויף 14th עוועניא, מ'האט געבלאקט די גאס, קארן האבן געפיפן, און די חסידים האבן געלאכט, זיי האבן נישט געהאט אזא גוד טיים פאר א לאנגע צייט,

דאס איז זייער סופארט! יא 100 יאר ארום וועלן אויך זיין אויבער חכמים ווי מיר,

אבער רוב חברה זענען ציפרידן מיט די פאן וואס מ'שטעלט זיי צי איינמאל א חודש, דא איז עס מארקאוויטש, דא לב טהור, און ס'דא מענטשן וואס קאלן יעדן טאג זייער בחצרות ליין צי הערן וועימנס אות ברית זייער רבי האט יעצט מצצה געווען,

פארשטאנטא?
 
@איש מבקש קען זיין איך בין אויפגעשטאנען אין צו א אן אפטימיסטישע שטימונג... אבער הער מיך צו א רגע, כדי די זאך זאל אנהאלטן דארפן זיין עפעס אינטעלעקטואלן, געב נאר א קוק למשל אין די ספרים געשעפטן וואספארא לעג וקלס ס'גייט פאר, איך קען נישט זעהן די אינטעלעקטואלן אנהאלטן די סיפוק פון ליקוט הלכות תגלחת ע"פ קבלה פאר נאך צו לאנג...
 
@איש מבקש קען זיין איך בין אויפגעשטאנען אין צו א אן אפטימיסטישע שטימונג... אבער הער מיך צו א רגע, כדי די זאך זאל אנהאלטן דארפן זיין עפעס אינטעלעקטואלן, געב נאר א קוק למשל אין די ספרים געשעפטן וואספארא לעג וקלס ס'גייט פאר, איך קען נישט זעהן די אינטעלעקטואלן אנהאלטן די סיפוק פון ליקוט הלכות תגלחת ע"פ קבלה פאר נאך צו לאנג...
חוץ דיין אינטערשריפט האב איך גארנישט פארשטאנען...
 
אויב דיין שאלה איז צי דער וואס איז יעצט דרייסיג יאר אלט מיט זיינע נאטורליכע ספיקות פון א דרייסיג יעהריגען היימישער איד, אויב וועט ער לעבן, זאג, נאך א טויזענטער, ווי זיינע מחשבות און מסקנות וועלן דעמאלס פליען, דאן איז עס א הילכתא למשיחא (אדער עקבתא דמשיחא) פראגע. למעשה גייט יעדער אין טויזענט יאר ארום זיין בערך די זעלבע צאל יארן און מאס שכל ווי די היינטיגע הלוך ילך חברה, גיוו אר טעיק. פארוואס טראכסטו אז פונקט דעמאלס זאלן די זעלבע אינגרידיענס פרודעצירן ווילד פרעמדע רעזולטס?
 
אמאל געזעהן אן ארטיקל וויזוי די בית מדרש גייט אויסקיקן ביים שקיעה הארט פאר די ענדע פונעם אלף השישי ...
איינער קען טרעפן דעם ארטיקל סאיז געווען אין אידיש אויף א בלאג
 
Back
Top