- זיך איינגעשריבן
- אקט. 6, 2024
- מעסעדזשעס
- 106
- רעאקציע ראטע
- 456
איך וויל מיטטיילן מיט'ן עולם א שאלה, איך בין נייגעריג וואס איר פרעדיקט וועט זיין די רעליגיעזע מצב ביי אנשי שלומינו (=אונזערע אייניקלעך, די חלק וואס וועלן נישט גיין OTD) אום 2125?
איך בין נישט קיין גרויסע סאצאיעלאג, ווי אויך בין איך היבש א לאונער און אינטראווערט, איך קען נישט אזוי גוט אונזער געמיינדע, אבער לויט ווי איך זעה און פארשטיי קען איך נישט זיין אז רעליגיע זאל אנהאלטן פאר נאך צו לאנג.
לאמיר אראפלייגן די שאלה אזוי;
וויפיל יאר פון גלות, אויב בכלל, וועט זיין גענוג צו עכ"פ קרעקן די אמונה אז עס איז דא עפעס א העכערע פלאן פאר אונזער פאלק, משיח, בית המקדש וכולי.
און לאמיר נישט יעצט רעדן וועגן די 6,000 יאר ענין (מיר האלטן שרעקליך נאנט דערצו, ס'גלייבט זיך ממש נישט!), לאמיר דאס לייגן אין די זייט, די ראדיקאלע צווישן אונזער אייניקלעך וועלן אוודאי האבן סאפיסטעקירטע מהלכים דאס צו פארענפערן, ולא גרע מאבולוציה (פאר דער וואס ווייסט וואס טוט זיך עכ"פ..).
איך מיין, איז דען מעגליך אין טויזנט יאר ארום פון יעצט פאר א בר דעת צו קלערן, יא, מיר זענען שוין טאקע דריי טויזנט יאר אין גלות, ס'איז טאקע כמעט קיינמאל נישט געווען א מצב וואס אידישקייט איז געווען בתכלית השלימות (בזמן בית שני למשל איז געווען רוימישע הערשאפט און צדוקים כהנים גדולים, בזמן בית ראשון האט דאך אפגערעדט אז ס'געווען א דיזעסטער), אבער.. עס איז שוין טויזנטע יארן... אבער עס וועט נאך איין טאג קומען... איך מיין אז דאס איז ערשטקלאסיג אבסורד, נישט אזוי?
איז וואס איז מיט אכט הונדערט יאר ארום?
זעקס?
איין...?
לדעתי, דאס וואס האט אונז אנגעהאלטן ביז יעצט, איז קודם כל די טראומע פון די נאכאנאנדע צרות און שחיטות, ווי אויך די עצם סעגרעגאציע, וואס האט אונז געשטיפט צו אנהאלטן כאטש עפעס וואס געבט האפענונג און פורפעס, און דערנאך, די גרויסע דמויות וואס זענען אויפגעשטאנען ביי אונז, אין אלע הינזיכטן, הלכה, קבלה, מופתים, אבער מהיום ואילך... צו דען איז נאך מעגליך פאר אונז צו האבן א חזון איש, למשל? קוק וואספארא פורים רב ר' חיים קנייבסקי איז פארוואנדלט געווארן...
בקיצור, לויט די ר' שעיה ב"ר משה/אוצר פלאות התורה/שטענדערל/קרן תוספת יו"ט מצב וואס הערשט שוין היינט, עכ"פ אינדרויסן פון די גאר פארמאכטע עכ"פ, ווי די בריסקער און חזו"א'ניקעס, וואס האלטן זיך נאך שטארק אן און רבינא ורב אשי מיט אפיציעלע אטענטישקייט, מיין איך אז ס'איז שוין צייט די דערקלערן אז דער קעניג איז אנטבלויזט, עכ"פ ביי די אויבערשטע טייל קערפער, און ס'וועט נישט נעמען לאנג אז די עטרת המלכות הק' זאל נתגלה ווערן לעיני כל...
וואס זאגט איר צו מיין גאנצע אויסגעניש?

לעצט רעדאגירט: