- זיך איינגעשריבן
- אוג. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 613
- רעאקציע ראטע
- 2,164
Neil howe און William Strauss האבן געמאכט די טערמינען מיט זייער געוואלדיגע אנטפלעקונג פון די cycle פון דורותיא, גענעראציע Z
אויב כ'געדענק גוט דעם סדר... וועל איך עס אויסרעכענען, און אויב איינער קען עס משלים זיין, פשוט למאגר מידע, איז מכובד.
[ס'נישט קיין תורת משה מסיני...]
גענעראציע ''בעיבי בומער'' זענען די וואס זענען געבוירן נאכ'ן צווייטן וועלטס קריג, ביז די כ' יארן - ווייל זיי האבן געהאט אסאך בעיביס
גענעראציע X איז לכאורה די וואס זענען געבוירן אין די ל' און מ' יארן - פירושים זענען די אמעריקאנע אויפקומערס מסביר לפי מידת גשמיותם...
גענעראציע Y זענען די געבוירענע פון די נ' און ס' יארן - אויב כ'האב נישט קיין טעות.
גענעראציע Z געבוירענע דורות פון די ע' און פ' יארן.
און די קומענדיגע דור וועלן זיי רופען, די דור פון ''אלפא''. פארוואס? נישט קיין טיפע חשבון...
פשוט ווייל על פי סיבה האבן זיי געגעבן א נאמען פאר די פריערדיגע צענדליגע יארן, X Y Z, נו... נאך וזאת הברכה הייבט מען אן נאכאמאל בראשית...
אלף די ערשטע! 'אלפא' בשפת לאטיין. וואס אסאך שפראכן קומען פון לאטינער שפראך - מיוחס צו די חכמת יוונים, אונזערע באקאנטע...
ועיין כאן פאר א טעימה

דא איז זייערע ביכער
https://www.amazon.com/Fourth-Turning-American-Prophecy-Rendezvous/dp/B09JKZHSKL
https://www.amazon.com/Generations-...25-4682-9806-11b1cd3b2cda&ref_=aufs_ap_sc_dsk
לעצט רעדאגירט: