איז דא א נאמבער בערך וויפיל מענטשן האבן זיך דורכגעדרייט דארט? וויפיל מיט רשות און וויפיל אן רשות? וויפיל האבן זיך אריינגעכאפט און וויפיל האבן אויסגעווארט ביז מוצאי חג?
איך האב היינט געקוקט אפאר ווידיאס ווי די חברה טיילן מכות, איך ווייס נישט פארוואס אבער יעדעס מאל איך האב געזעהן ווי זיי שלאגן אדער ווארפן אראפ מענטשן האב איך געוואלט פרעגן די משטרה אין די ווידיא פארוואס ער קען נישט נעמען די מענטש אין אוועקטראגן אדער ארעסטירן? צו ווייסטו דען נישט אז פון איין שטארקע זעץ און זיכער פאר א עלטערע מענטש קען ער ליידן פאר א גאנץ לעבן??
נאך אפאר מינוט האב איך אנגעהויבן טראכטן אז אפאר יאר צוריק ווען ס׳איז ארומגעפארן ווידיאוס יעדן טאג ווי די פאליס האקט אן די ביינער פון מענטשן וואס מאכן פראטעסטן זיך אנצונעמען פאר די שווארצע האב איך אזוי הנאה געהאט אז איך האב נישט פארשטאנען די פאליס פארן נישט געבן גענוג, ס׳איז זיכער געווען הונדערטער מענטשן וואס האבן פונקט אדורך געגאנגען אדער וואס זענען געווען אומשולדיג אין האבן סתם גענוצט זייער פרי ספיטש אין גארנישט מזיק געווען וואס האבן געכאפט פעטש פאר גארנישט, פארוואס האב איך ( און רוב היימישע אידן) געהאלטן אז די לינקע זענען משוגע ווייל זיי האבן געוואלט אז מזאל זיך באגיין בעסער מיט די פראטעסטירער אין יעצט האלט איך און רוב עולם אז מטאר זיך נישט אויפפירן צו מענטשן די וועג?? מקען ממש דרייען אונזער קאפ פון רעכטס צו לינקס ווען עס קומט אונז אויס בעסער.