לעגענדארע פילמען (פאר א מתחיל)

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,113
רעאקציע ראטע
7,461
פונקטן
943
פון צייט צו צייט באגעגן איך א פילם/מאווי/TV סעריע וואס איך האב זייער הנאה, און הערשט דערנאך ווער איך געוואר אז עס איז זאגאר א לעגענדארע פילם אויף וואס מ'וואלט געפרעגט - 'וואס?! האסט עס נאכנישט געזען?!'.. און ס'מאכט מיר שפירן אויסגעשפילט און נאריש פארן נישט וויסן דערפון פריער.

למעשה, פון וואו זאל איך טאקע וויסן?

פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט קיין דזשאב,
פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו רעדן נארמאלערהייט מיט פרויען,
פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט די כללים וויאזוי זיך צו באגיין (און זיך אנטון) אין א סעקולארע סביבה,
- האט מען מיר נישט איבערגעגעבן קיין ליסטע פון מאוויס וואס זענען אייקאניש און וואס טראגן קולטוארע סיגניפיקענס.

דערפאר אלס תשובת המשקל, עפן איך דעם שנירל.

בזה השער זאל יעדער וואס עפנט די אויגן טרעפן א קאמפרעהענסיווע ליסטע.
בזה הדלת זאל יעדער מיט א גוטע הצעה עס ארויסלייגן לטובת בכלל.
בזה הפתח זאל יעדער מתחיל טרעפן עפעס אינטרעסאנט און וויכטיג.
בזה השניר זאל די גרונד פאר למעשה-2.0 ווערן געשטעלט צום גוטן.


ובזה החלי, ואין מוקדם ומאוחר:

1. Titanic - א ראמאנטישע פיקציע צווישן צוויי אינגען אויפן טיטאניק שיף.

2. Schindler's list - א דראמאטישע מאווי איבער דעם האלאקאוסט.

3. Fiddler on the roof - דאס לעבן אין שאפן פון אידן אינעם אלטן היים.

4. Gladiator - א דראמאטישע פיקציע געבויט אויף היסטארישע שטריכן פון די רוימישע אימפעריע.

5. Jurassic park - סיי-פיי - דיינאסאורס בתקפם.

6. Harry potter - יעדער קען עס ביים נאמען, געזען האב איך עס אבער קיינמאל נישט.

7. Unorthodox - א פיקציע דאקומענטרי פון א היימישע ווייבל וואס טרעפט איר וועג ארויס פון אונזער קאמיוניטי.

8. Spiderman - אויך א באקאנטע נאמען וואס איך פערזענליך ווייס ווייניג דערוועגן.

9. The matrix - נאך אויף מיין ליסטע

10 - Pirates of the Caribbean - אויך אויף מיין ליסטע


און נאך אסאך..


מ'בעט דעם עולם אריינצוקומען און אריינפילן די געפס...
 
פרעגענדיג ChatGPT וועלכע די אייקאנישע פילמען זענען, האט ער געהאט צו זינגען און צו זאגן. אבער איך ווייס נישט וועלכע זענען באמת אינטרעסאנט און אייקאניש.

אדרבה זאל עס ווערן דורכגעטון בדיבוק חברים.

ס'נאר דא אסאך וואס מ'קען דעבאטירן ווי וויכטיג זיי זענען טאקע. פאלגענד איז א טייל וואס איך טראכט:
- פיאניסט
- 12Angry men
- Interstellar
- שטיסל
- Dark knight
- Friends
ועוד..
 
Back
Top