לעגענדארע פילמען (פאר א מתחיל)

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,379
רעאקציע ראטע
10,018
פונקטן
1,943
פון צייט צו צייט באגעגן איך א פילם/מאווי/TV סעריע וואס איך האב זייער הנאה, און הערשט דערנאך ווער איך געוואר אז עס איז זאגאר א לעגענדארע פילם אויף וואס מ'וואלט געפרעגט - 'וואס?! האסט עס נאכנישט געזען?!'.. און ס'מאכט מיר שפירן אויסגעשפילט און נאריש פארן נישט וויסן דערפון פריער.

למעשה, פון וואו זאל איך טאקע וויסן?

פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט קיין דזשאב,
פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו רעדן נארמאלערהייט מיט פרויען,
פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט די כללים וויאזוי זיך צו באגיין (און זיך אנטון) אין א סעקולארע סביבה,
- האט מען מיר נישט איבערגעגעבן קיין ליסטע פון מאוויס וואס זענען אייקאניש און וואס טראגן קולטוארע סיגניפיקענס.

דערפאר אלס תשובת המשקל, עפן איך דעם שנירל.

בזה השער זאל יעדער וואס עפנט די אויגן טרעפן א קאמפרעהענסיווע ליסטע.
בזה הדלת זאל יעדער מיט א גוטע הצעה עס ארויסלייגן לטובת בכלל.
בזה הפתח זאל יעדער מתחיל טרעפן עפעס אינטרעסאנט און וויכטיג.
בזה השניר זאל די גרונד פאר למעשה-2.0 ווערן געשטעלט צום גוטן.

ובזה החלי, ואין מוקדם ומאוחר:

1. Titanic - א ראמאנטישע פיקציע צווישן צוויי אינגען אויפן טיטאניק שיף.

2. Schindler's list - א דראמאטישע מאווי איבער דעם האלאקאוסט.

3. Fiddler on the roof - דאס לעבן אין שאפן פון אידן אינעם אלטן היים.

4. Gladiator - א דראמאטישע פיקציע געבויט אויף היסטארישע שטריכן פון די רוימישע אימפעריע.

5. Jurassic park - סיי-פיי - דיינאסאורס בתקפם.

6. Harry potter - יעדער קען עס ביים נאמען, געזען האב איך עס אבער קיינמאל נישט.

7. Unorthodox - א פיקציע דאקומענטרי פון א היימישע ווייבל וואס טרעפט איר וועג ארויס פון אונזער קאמיוניטי.

8. Spiderman - אויך א באקאנטע נאמען וואס איך פערזענליך ווייס ווייניג דערוועגן.

9. The matrix - נאך אויף מיין ליסטע

10 - Pirates of the Caribbean - אויך אויף מיין ליסטע

און נאך אסאך..

מ'בעט דעם עולם אריינצוקומען און אריינפילן די געפס...
 
פרעגענדיג ChatGPT וועלכע די אייקאנישע פילמען זענען, האט ער געהאט צו זינגען און צו זאגן. אבער איך ווייס נישט וועלכע זענען באמת אינטרעסאנט און אייקאניש.

אדרבה זאל עס ווערן דורכגעטון בדיבוק חברים.

ס'נאר דא אסאך וואס מ'קען דעבאטירן ווי וויכטיג זיי זענען טאקע. פאלגענד איז א טייל וואס איך טראכט:
- פיאניסט
- 12Angry men
- Interstellar
- שטיסל
- Dark knight
- Friends
ועוד..
 
פון צייט צו צייט באגעגן איך א פילם/מאווי/TV סעריע וואס איך האב זייער הנאה, און הערשט דערנאך ווער איך געוואר אז עס איז זאגאר א לעגענדארע פילם אויף וואס מ'וואלט געפרעגט - 'וואס?! האסט עס נאכנישט געזען?!'.. און ס'מאכט מיר שפירן אויסגעשפילט און נאריש פארן נישט וויסן דערפון פריער.

למעשה, פון וואו זאל איך טאקע וויסן?

פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט קיין דזשאב,
פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו רעדן נארמאלערהייט מיט פרויען,
פונקט ווי מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט די כללים וויאזוי זיך צו באגיין (און זיך אנטון) אין א סעקולארע סביבה,
- האט מען מיר נישט איבערגעגעבן קיין ליסטע פון מאוויס וואס זענען אייקאניש און וואס טראגן קולטוארע סיגניפיקענס.

דערפאר אלס תשובת המשקל, עפן איך דעם שנירל.

בזה השער זאל יעדער וואס עפנט די אויגן טרעפן א קאמפרעהענסיווע ליסטע.
בזה הדלת זאל יעדער מיט א גוטע הצעה עס ארויסלייגן לטובת בכלל.
בזה הפתח זאל יעדער מתחיל טרעפן עפעס אינטרעסאנט און וויכטיג.
בזה השניר זאל די גרונד פאר למעשה-2.0 ווערן געשטעלט צום גוטן.

ובזה החלי, ואין מוקדם ומאוחר:

1. Titanic - א ראמאנטישע פיקציע צווישן צוויי אינגען אויפן טיטאניק שיף.

2. Schindler's list - א דראמאטישע מאווי איבער דעם האלאקאוסט.

3. Fiddler on the roof - דאס לעבן אין שאפן פון אידן אינעם אלטן היים.

4. Gladiator - א דראמאטישע פיקציע געבויט אויף היסטארישע שטריכן פון די רוימישע אימפעריע.

5. Jurassic park - סיי-פיי - דיינאסאורס בתקפם.

6. Harry potter - יעדער קען עס ביים נאמען, געזען האב איך עס אבער קיינמאל נישט.

7. Unorthodox - א פיקציע דאקומענטרי פון א היימישע ווייבל וואס טרעפט איר וועג ארויס פון אונזער קאמיוניטי.

8. Spiderman - אויך א באקאנטע נאמען וואס איך פערזענליך ווייס ווייניג דערוועגן.

9. The matrix - נאך אויף מיין ליסטע

10 - Pirates of the Caribbean - אויך אויף מיין ליסטע

און נאך אסאך..

מ'בעט דעם עולם אריינצוקומען און אריינפילן די געפס...
פשיהא.. אן אינטערעסאנטע ערציאונג....

tripple x טריפל עקס- עקשאן (ווין דיזעל)
central intelegence סענטרעל אינטעלעדשענס - עקשאן קאמעדי (די ראק\קעווין הארט)
london has fallen לאנדאן העס פאלען - פאטריאטישע עקשאן
the wolf of wall street די וואלף אף וואל סטריט - באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע (ליאנארדאו דיקעפריאו)
mission impossible מישאן אימפאסיבעל - געדרייטע עקשאן (טאם קרוז)
fast 5 פעסט 5 - עקשאן פרענטשייז (פעסט ענד פיוריאס)
the dictator די דיקטעיטאר - קאמעדי עקשאן (סאשא ברון כהן) {אביסל שמוציגער ווי געווענטליך}
the ridiculous 6 די רידיקעלעס 6 - קאמעדי דראמא עקשאן (עדעם סענדלער)
the hitman's bodygaurd די היטמענס באדיגארד- קאמעדי עקשאן (רייען רענאלדס\סעמיועל על דשעקסאן)
40 year old virgin 40 יער אלד ווירדשין- קאמעדי דראמא (סטיוו קארעל)
red notice רעד נאטיס- עקשאן קאמעדי (רייען רענאלדס\דוועין די ראק דשאנסאן\ גל גדות)

ועוד ועוד ועוד

אסאך מענטשן גלייכן די סארט אויפגעריסענע באבלי מאוויס און פילמס.. דערנאך איז דא אזאנע גוטע מינע רואיגע עכטע מעשיות וואס איז אסאך מאל סאך אינטערעסאנטער ווי די סארט, אבער אויף אנצוהייבן גלייכן געווענטליך די חברה די סארט.
 
Saving private Ryan. א מעשה פון די צווייטע וועלט מלחמה פון אמעריקאנער סאלדאטן
Troy. א מעשה וואס אסאך פארשער קריגן זיך וויאזוי עס איז געווען
Home alone. א אינגל בלייבט אליין אינדעהיים און מאכט שפיצלעך פאר גנבים
X man. מענטשן מיט אינטערעסאנטע פאערס
Lord of the Rings. א פיקציע היסטארישע מעשה מיט וויזערטס...
Cinderella movies. א לאוו מעשה
Black hawk down. א גרופע קאמאנדאס שלאגן זיך אין סמאליע
Forrest Gump א מעשה פון א יונגל וואס ווערט א פוטבאל פלעיר. סאלדאט. לויפער און נאך אסאך..
Godzilla movies. א מאנסטער וואס אמאל איז ער יא גוט פאר די וועלט און אמאל נישט...
Maze runner. א מעשה ווי יונגלעך שלאגן זיך מיט א. גרויסע קאמפעני וואס קאנטראלירט די וועלט
Mrs doubtfire. א פרוי גט איר מאן און ער פארשטעלט זיך ווי א נעני.....
007 movies. אינטערעסאנטע אקשאן מאוויס פון שפיאנען
Rambo movies
Ted.
Terminator movies
 
פאר די וואס גלייכן סיי-פיי, ווי טיים טרעוועל, ספעיס, עיליענס און דאס גלייכן.

1. אינטערסטעלער - לכאורה די מערט סוקסעספולע און לעגענדרע סיי-פיי פילם אין היסטאריע. א גרופע לאזט זיך ארויס צו א בלעק האול צו טרעפן די מאטאמאטישע קאודס וואס וועלן צוזאמשטעלן קוואנטאם מיט רעלעטיוועטי כדי די ציווילעזאציע זאל קענען נוצן גראוועטי צו אנקומען צו אן אנדערע פלאנעט, אבער צייט איז נישט אויף זייער זייט ווען עס לויפט שטייטער נעבן שווערע גראוועטי פאראורזאכנדיג אז די טאכטער זאל ווערן עלטער פון איר טאטע...

2. די מארשען - א גרופע אסטראנאטן לאזן איבער זייער קאלעגע אויף מארס נאכן מיינען אז ער איז טויט, ווען ער וועקט זיך אויף דארף ער פראבירן זיך אן עצה צו געבן זייענדיג די איינציגסטע באשעפערניש אויפן פלאנעט...

3. עד עסטרע - א איינציגע אסטראנאט אויף א מיסיע צו טרעפן זיין טאטע נאך זיין פארשווינדן ווערן זיכענדיג פאר עקסטרע-טרעסטיעל לעבן אויף נעפטון, ווען נאכן זיך שלאגן מיט אנדערע גרופעס ביי זיין סטאפ אויף די לבנה, טרעפט ער זיך מיט פארגאנגענע ווערסיעס פון אים אין די טיפענישן פון ספעיס....

4. גראוועטי - צוויי אסטראנאטן געשטראנדעט אין ספעיס נאך - וואס האט געדארפט צו זיין - א רוטינע מיסיע האט זיך געטוישט צו א קאטאסטראפע ווען זיי טרעפן זיך ציווישן ריזיגע שטיקער פון סטאטעלייטס וואס דראען זיי צו צוטיילן און בלייבן אליין אין ספעיס פאר אייביג... (גראדע האלט איך אז די פיזיקס איז זייער ראונג דארטן, אבער ווער בין איך אריינצורעדן...)

5. אפענהיימער - דאס לעבן און שאפן פונעם "טאטע פונעם אטאם" ראבערט אפענהיימער. די פראדוקציע פונעם אטאם, זיינע דיסקוסיעס מיט איינשטיין, זיינע רדיפות נאך די מלחמה, זיינע קאמפליצירטע רילעישנשיפ מיט זיין ווייב און זיין אנדערע חברט'ע, זיינע עטישע דילעמעס איבער הארגענען ציווילע און די זארגן אז די אטאם וועט חרוב מאכן די גאנצע וועלט. (טאקע נישט סיי-פיי, עס איז אן אמת'ע געשיכטע, אבער מיין פעסענעל פעיווערט נאך אינטערסטעלער)

6. טענעט - א אגענט ווערט אויפגענימען דורך א מיסטעריעזע ארגענעזאציע צו מעניפיולעטן די דירעקציע פון די פלוס פון צייט (טיים). בשעת'ן אריינגיין אין די וועלט פון פארקערטע ענטראפי, טרעפט ער זיך מיט צייט פאראדאקסעס, קאנספעראציעס און א ציל צו פארמיידן א צוקונפטיגע קאטאסטראפע.

7. קאנטעקט -באזירט אויף א נאוועל דורך די בארימטע סייענטיסט קארל סעגען. א סייענטיסט כאפט אויף א מיסטעריעזע רעדיא סיגנאל. נאכן דיקאודן די סיגנאל טרעפט זי זיך מיט אינסטרוקציעס ווי אזוי צו בויען א מיסטעריעזע מאשין צו טרעוולען אין ספעיס-טיים. נאך א גלאבאלע אנשטרענגונג פארט זי דעמיט אדורך א ווארם האול ווי זי טרעפט זיך אין א טיפע פערזענדליכע איבערלעבעניש...

8. סאנשיין - עס פאלגט נאך א גרופע אסטראנאטן אויף א לעצטע האפענונג מיסיע צו צוריג אנצינדן די שוין כמעט טויטע זון מיט א מאסיווע נוקלעארע באמבע. ווען זיי קומען שוין אן נענטער פארט ארויף די פיסכילאגישע דרוק ציווישן די אסטראנאטן און זיי טרעפן זיך מיט אומפאראויסגעזענע געפארן וואס זיי דארפן בייקומען...

9. בלעיד ראננער 2049 - א נייערע ווערסיע פון די אלטע "בלעיד ראננער" פילם. א בלעיד ראננער אנדעקט א באגראבענע פלאץ ווי מענטשן ווערן רעפלעקירט און געקאפיעד, און פראבירט צו ראטעווען די רעפליקעס...

10. מאאן - א איינציגסטע אסראנאט אויף די לבנה, סעם. ביי די ענדע פון זיין דריי יאריגע מיסיע לעבט ער מיט מאדנע געשענישן ווי ער ווייסט נישט וואס איז עכט און וואס איז זיין העלוסינאציע. ער טרעפט א קאפי פון זיך. און צוזאמען אנטדעקן זיי א קאנספעראציע: סעם איז נאר איינס פון אסאך קאפיעס פון איינעם, און זיינע עכטע מעמעריס ווערן אויסגעמעקט פאר אייביג. צום סוף לאזט ער זיך מוסר נפש זיין כדי צו ראטעווען א נייע קאפי וואס האט א טשאנס פאר א אמת'ע צוקונפט... (דערמאנט פון @מרחשוןויכוח אויפ'ן דאך...)

11. עליסיום - אין יאר 2154 וואוינען די עליטע אויף א לוקסוריעזע ספעיס שיפ גערופן "עליסיום" אין די זעלבע צייט וואס די איבריגע באפערקערונג איז ביים שוועל פון אנטערגיין אויף א איבער-פאפולירטע, חרובע וועלט. א פאבריק ארבעטער וואס פראבירט אנציקומען צו עליסיום צו ראטעווען זיין לעבן צושטערט די גאנצע סיסטעם דורךאויס זיין העלדישע דרייסטע וועג.

(די מעטריקס האט שוין @אלפא דערמאנט)

גראדע, די וואך פרייטאג קומט ארויס די פילם "פראדזשעקט העיל מערי" אויף וואס גאר אסאך קוקן שוין לאנג ארויס אויף. עס איז באזירט אויף א נאוועל בוך דורך ענדי וועיר. א סייענס סקול טיטשער וועקט זיך אויף אויף א ספעיס שיפ אן קיין השגה ווי אזוי ער איז אנגעקומען אהין, ווען אויפן וועג טרעפט ער אן עליען און פראבירט צו קאמיונעקירן מיט אים, ער ריאלעזירט אז ער דארף ראטעווען די וועלט ווייל אלע שטערנס שטארבן און די עליען וויל אויך ראטעווען זיין וועלט ווייל זיין שטערן שטארבט אויך.... אבער ער האט נישט קיין שום ידיעה אין ספעיס טרעוועל.
 
לעצט רעדאגירט:

זייער שיין
אבער אזא ליסטע אן Inception איז אינקאמפליט
 
Back
Top