לענגערע אינטערעסאנטע זאכן אויף YouTube

Manis Friedman די אידישע Jordan Peterson. 😏

איך ווייס נישט ווער דער זכר איז, אבער ער איז אזוי בלאָנט מיט דעם רבי'ן אז מאניס האט שוין כמעט חרטה אז ער איז געבוירן.

View: https://youtu.be/f-1Doonyiqg?si=AHpFV_v1dhIfhOip

אפי זיי זענען מודה אז זיי דיסאגריען וועגן purpose, אבער אויף אן אמת רעדן זיי נישט פון דער זעלבער גאט בכלל.

מאניס רעדט פון טראדיציאנעלן אידישע גאט וואס וויל און הייסט (און כדי דאס צו פארשטיין נאכדעם וואס אידישקייט האט אנגענומען די פילאזאפישע ארגומענטן פון רמב"ם ודעימיה, נוצט ער חסידות און קבלה וואס איז עס מסביר דורך צמצום און עצמית וכו' ואין כאן המקום. עוד חזון...)

דער אנדערער דא רעדט פון גאט פון שפינאזא ווי דער עצם נאטור איז גאט אליין (אדער עפעס ענליך).
דאס איז נעקסט לעוועל
BTW איך האב פיינט די רואיגקייט, רוב מענטשן קוקן עס אן ווי נארמאל און ציוויליזירט אבער איך האלט אז נארמאל איז צו ווערן אנגעהייצט - up to a certain extent - בשעת א טענה'ריי און נישט רעדן ווי א ראבאט ליינט פון א טעלעפראמטער
 
רייען טרעיהען איז דא צוריק מיט א לענגערע סעריע פון באזוכן אמעריקע, דאסמאל פון באזוכן אלע פופציג שטאטן אין פופציג טעג, ער האט שוין דורכגעגאנגען גאנץ אמעריקע צו ברענגען א פעני פאר מר. ביעסט, לעבן דרייסיג טעג אויף איין פעני, לעצטנס האט ער פראבירט צו דאפלען א פעני פאר דרייסיג טעג אין א צי, (ספוילער: ס'איז נאר געלונגען פאר בערך צען טעג) יעצט באזוכט ער אין יעדע שטאט מיט'ן ציל צו רעיזן א מיליאן דאלאר פאר א ארגאניזאציע וואס העלפט קינדער מיט קענסער.

ער איז באקאנט פאר זיינע סעריעס פון איין-סטאר ⭐ רעוויוס אויף רעסטוראנטן און האטעלן וכו', יעצט איז איינע פון זיינע צילן צו אויסוועלן די בעסטע עיר-בי-ענ-בי פון איבער גאנץ אמעריקע.

דאס איז די ערשטע אין די יעצטיגע סעריע, (מ'האלט היינט ביי די דרייצנ'טע טאג)

View: https://www.youtube.com/watch?v=KTYbvU-aSf4
האלט שוין ביי די 38'סטע טאג און איבער 6 מיליאן דאלער אויפגעטריבן פאר די ארגאניזאציע!
ס'איז גאר אינטערעסאנט און איך האלט עס מיט יעדן טאג.

א שטיקל אינטערוויו מיט רייען איבער זיין סעריע:
View: https://www.youtube.com/watch?v=CQE2E88QJes
 
Back
Top