אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

די סיבה פארוואס מפארגעס אז זיי זענען חסידים ווייל זיי גייען נישט מיט א שטריימל/ספאדיק בעקיטשע אזויווי אלע אנדערע חסידים
 
חב"ד איז נישט אפגעטיילט פון די גויישע גאס אזוי ווי די חסידישע ציבור איז. עס איז מאדנע אז מ'דארף דאס אפילו אויסרעדן. א חסידישע אינגל האט נישט קיין וועג צו רעדן מיט א נישט פרומע איד, און די ציל איז אז עס זאל אזוי בלייבן לעולם דוד. אלס אינגערמאן זאל ער צוברעכן די צענער אויף ענגליש, אבי זיך צו פירן 'נישט גוייש'.
אין חב"ד לערנט מען אויס יעדער בחור און אינגל וויאזוי אויסצוקומן מיט דערויסענדיגע.,

ווער איז גערעכט איז גאר א צווייטע שאלה. אבער צו זאגן אז חב"ד און באבוב זענן ביידער 'חסידיש' מיט אן ענליכע קולטור, נאר דא הייסט ער האלבערשטאם, דארט טווערסקי, און דארט שניאורסון, איז נישט צום זאך.
אין אהלי תורה אין קראונהייטס לערנט מען בכלל נישט קיין לימודי חול לויטן הוראה פונעם רבין רעדן ענגליש קענען זיי טאקע פון די גאס אבער עס איז נארמאל אז א בחור וואס האט אלץ קינד געלערנט אין אהלי תורה זאל כמעט נישט קענען ליינען ענגליש, שוואכער וואו רוב חסידישע בחורים וואס האבן געהאט עפעס לימודי חול אלץ קינד
 
אין חב"ד לערנט מען אויס יעדער בחור און אינגל וויאזוי אויסצוקומן מיט דערויסענדיגע.,
"אויסקומען" תרתי משמע, מיט נארמאלע מענטשן נארמאל, און מיט משוגעים משוגה, אזוי ווי יעצט, ווען ס'קומען אראבערס איבערדרייען, שטייען זיי נישט אזוי ווי כ'צאן לטבח!!

נאך א זאך וואס איך קוק זיי מורא'דיג ארויף, איז די פאקט אז נאך די חתונה קענען די שלוחים גיין וואונען און ווייטע לענדער אן האבן די מינדענסטע משפחה, זייער מערידזש מוז זיין געבויט אויף שטארקע יסודות!
 
אין אהלי תורה אין קראונהייטס לערנט מען בכלל נישט קיין לימודי חול לויטן הוראה פונעם רבין רעדן ענגליש קענען זיי טאקע פון די גאס אבער עס איז נארמאל אז א בחור וואס האט אלץ קינד געלערנט אין אהלי תורה זאל כמעט נישט קענען ליינען ענגליש, שוואכער וואו רוב חסידישע בחורים וואס האבן געהאט עפעס לימודי חול אלץ קינד
איך האב געהאט אין מיין קלאס אין קאלעדזש א ליובאוויטשער. זיין ענגליש איז געוועזן גאר שוואך נישט קענענדיג בעיסיק גרעמער. נאכמער איז מיר געווען א חידוש ווען ער האט מיך דערציילט אז זיינע עלטערן זענען כמעט געזעצן שבעה נאך אים ווייל אין חב''ד איז קאלעדזש ערגער ווי חלול שבת.
 
אינטערעסאנט, ווייל אלס א פראפעסאר האב איך געהאט א חב"ד'סקער אין איינע פון מיינע קלאסן. און איך האב באמערקט אז דער בחור רעד נישט אין קלאס. קודם האב איך געמיינט אז ער האט א דיסעביליטי, אבער למעשה האב איך געזען ביי הפסקה אז דער אונגערמאן קען שוין איינמאהל רעדן. האב איך אים גערופן צו א זייט און איך האב אים פארגעהאלטן וועגן דעם. האט ער מיר געזאגט אז זיין משפיע אין חב"ד האט אים געלאזט גיין אין קאלעדשז אבער ער האט אים געזאגט אז כדי אז ער זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט זאל ער נישט רעדן אין קלאס.

למעשה, נאכן זיך דארך רעדן מיט די פעקאלטי פון די קאלעשז, האב איך אים געזאגט אז נאר אויב ער ברענגט מיר א צעטל אז ער האט א דיסעביליטי גייט עס קענען אזוי אנגיין. למעשה האט ער זיך גענומען רעדן אז איך האב שוין חרטה געהאט.
 
"אויסקומען" תרתי משמע, מיט נארמאלע מענטשן נארמאל, און מיט משוגעים משוגה, אזוי ווי יעצט, ווען ס'קומען אראבערס איבערדרייען, שטייען זיי נישט אזוי ווי כ'צאן לטבח!!

נאך א זאך וואס איך קוק זיי מורא'דיג ארויף, איז די פאקט אז נאך די חתונה קענען די שלוחים גיין וואונען און ווייטע לענדער אן האבן די מינדענסטע משפחה, זייער מערידזש מוז זיין געבויט אויף שטארקע יסודות!
האסט גענומן מיין ווערטער אלס עפעס א מיינונג צו א שיטה אויף זיי.

צו זיי זענן גערעכט צו נישט איז גאר א צווייטע ענין.

בד"וו, חסידים טיילן זיך אפ פון די גאס דורך באקליידערונג און שפראך. חב"ד האט זייער וועג, און ישיבישע האבן זייער וועג.
 
זיי זעננען יא אפגעטיילט מיט די לבוש האסט אמאל געזען א גוי מיט א בארסעלינא ציקניישטע היט?
 
01-05-2025-13-55-29-AQ8A9478-758x505.jpg
 
די סיבה פארוואס מפארגעס אז זיי זענען חסידים ווייל זיי גייען נישט מיט א שטריימל/ספאדיק בעקיטשע אזויווי אלע אנדערע חסידים
וואס?????????????
א שטריימל, בעקיטשע, מיינט גארנישט אויב מען איז א חסיד!
(און בכלל די טערם חסיד מיינט אז מען לערנט חסידות, נישט אז מען קומט פון בארא פארק אדער וויליאמבבורג!)
 
וואס?????????????
א שטריימל, בעקיטשע, מיינט גארנישט אויב מען איז א חסיד!
(און בכלל די טערם חסיד מיינט אז מען לערנט חסידות, נישט אז מען קומט פון בארא פארק אדער וויליאמבבורג!)
היינטיגע צייטן ווען מ'רעדט פון חסידים רעדט מען פון די אידן וואס גייען שטריימל בעקיטשע

קענסט אריינגיין אין די פונקטלעכע אפטייטש פון די חסידים הראשונים, וכו' וואס דאס האט דעמאלטס געמיינט

צו די חסידים הראשונים שהיו שוהים שעה אחת לפני התפילה צו זיי האבן אויך געלערנט תניא...

אבער אין היינטיגע שפראך ווען מ'רעדט פון א חסיד רעדט מען יא פון די וואס קומען פון בארא פארק און וויליאמסבורג
 
חברה אונז האבן א ריעל פראפעסאר אין די הויז…
נישט סתם אבער א שטרענגע
למעשה, נאכן זיך דארך רעדן מיט די פעקאלטי פון די קאלעשז, האב איך אים געזאגט אז נאר אויב ער ברענגט מיר א צעטל אז ער האט א דיסעביליטי גייט עס קענען אזוי אנגיין.
 
וואס פעסינעיט מיך פון חב"ד האט מיך געמאכט שרייבן אט די פאר שורות.

עס איז אזא פלאץ וואס ווער עס איז נאר אמאל דארט געווען, קען נישט פארגעסן די לופט וואס מען אטעמט דארט אריין. א פלאץ וואס רעדט צו דער נשמה פונעם איד. 770 איז נישט סתם א בילדינג פון ציגל. ס׳איז א פלאם. א ברענענדיגער פלאם פון אידישקייט, מסירות נפש, און א טיפע אהבת ישראל וואס מען שפירט אין יעדן ווינקל.

פון אלטע חסידים ביז די קליינע קינדערלעך, ביז די בחורים און יונגעלייט וואס האבן נאר דורכגעשמעקט די זייטלעך פון לקוטי תורה יעדער איז א טייל פון א גייסט וואס לויפט טיף. א גייסט וואס האט געטראגן די חסידות דורכ'ן פוילן, רוסלאנד, און אפי' די פאראייניגטע שטאטן, וואס היינט איז גאר ארום דער גאנצער וועלט.

איינער פון די שענסטע זאכן וואס שטייט ארויס אין דער וועלט פון חב״ד היינט, איז די טיפע און אמת׳דיגע אהבת ישראל. אין 770 זעט מען יעדן טאג ווי אינגעלייט און עלטערע מענטשן קוקן איינער אויפן צווייטן מיט א ברודערליכע בליק. נישט ווייל ער איז זייער חבר. נישט ווייל ער איז זייער שטאם (ספרדי, מזרחי, אפי' א שחור). און זיכער נישט ווייל ער גלייבט און פארשטייט חסידישע ענינים. נאר פשוט ווייל ער איז א איד און א מענטש.

ס׳איז ממש א מחזה: א איד (מענטש) וואס ווייסט קוים ווי אזוי צו האלטן א סידור אויפן רעכטס, וועלכע באהאלטן זיך אין א ווינקל, און דאך קומט א חסיד צו צו איהם אפי' פון די עלטערע מיניאן, לייגט אים א האנט אויפן פלייצע און זאגט ״ברודער, ווי קען איך דיר העלפן?״ אן קיין שום געפיל פון ״איך בין העכער פון דיר״, אדער ״איך גיב דיר צדקה פון מיין צייט״ נאר א אמת׳ע ליבשאפט.

און דאס איז בלויז א טייל. ווייל דער אמת׳דיגער פאסינאציע איז ווען מען זעט ווי אינגערע בחורים ווערן ארויסגעשיקט אין דער וועלט צו ווערן שלוחים אין די ווייטסטע עקן פון דער וועלט. נישט קיין ב.פ, וויליאמסבורג, מאנסי, אדער לעיקוואוד נאר אין פלאצער וואו מען דארף נאך אויסזוכן צי מען האט בכלל א מנין פאר יו״כ.

און אז מען טראכט אריין: אינגעלייט אין זייערע ערשטע יארן נאך ישיבה אפגעזעהן פון עלטערן, חברים, אלע געוויינטלעכע זאכן און דאך שטייען זיי מיט א ציל אין לעבן: צו לערנען, צו לערנען מיט אנדערע, צו מקרב זיין אידן צום באשעפער.

און דאס איז נישט קיין עפיזאד. זיי האלטן זיך דארט מיטן גאנצן הארץ. נישט איין וואך און צוריק, נאר א לעבן. און אויך די וואס קומען צוריק אין קרוין הייטס צו חתונה האבן אדער נאך שליחות, בלייבן איינגעשריבן אין דער גייסט פון שליחות, אין דעם פארשטאנד און געפיל אז מ׳לעבט פאר אן אנדערן איד (מענטש).

עס פרעגט זיך: וואס האלט אזא יונגערמאן, מיט די אלע נסיונות וואס דער היינטיגער וועלט שטעלט פאר? ווי אזוי האלט ער זיך אויפן דרך הישר? ווי אזוי ווערט ער נישט צומישט, אויסגעדרייט, אדער פשוט פארלוירן אין א וועלט וואס דרייט זיך אויף געלט, און השחתה?

די ענטפער איז פשוט. ער לעבט נישט פאר זיך אליינס. ער לעבט פאר א מטרה, פאר א ציל. ער ווייסט אז ער איז א שליח א שליח פונעם רבין זעלבסט, א שליח פון א דור וואס האט איבערגעלעבט קריג, טורמענט, קאמוניזם און גאנצע שואה, וואס האט אוועקגעזעצט א שיטה ווי אידן זאלן בלייבן שטארק.

דער יונגערמאן ווייסט: ווען איך גיי ארויס אין פעלד, בין איך נישט אליינס. דער רבי גייט מיט מיר. די תורות וואס איך האב געלערנט אין חדר און ישיבה לייען זיך צוריק ווען איך שפיר אז איך בין לאנגווייליג. איך טראכט נישט נאר פונעם לעצטן קליפ אויף יוטוב. איך טראכט פון דעם איד וואס וואוינט צוויי שעה אוועק, וואס קיינער לערנט נישט מיט אים, און איך גיי אים אפזוכן.

ווען מ׳קומט צוריק אין 770, און מען גייט אריין דורכן הינטער טיר אין ספרים חדר, אדער מען שטייט אין צענטראלן ביהמ״ד בשעת מנחה, און מען הערט דעם קרעכץ פונעם עולם, און מען זעט ווי מענטשן וויינען אינמיטן ש״ע פארשטייט מען: דאס פלאץ איז נישט סתם קיין קליינע חסידישע שטיבעל ווי מען שטופט.

דאס איז א פלאץ וואו אידישקייט בלייבט אמת. וואו חסידישע קינדער לערנען זיך נישט צו זיין קאלט, נאר צו ליב האבן. וואו א שוואכער בחור איז נישט פארגעסן. וואו מסירות נפש איז נישט נאר א מעשה פון די אלטע צייטן נאר עפעס וואס מען קען זען מיט די אויגן, יעדן טאג, אין דעם דור.

פון 770 גייט ארויס א ליכט. און דער ליכט ברענט אין סינגאפור און אין מיאמע, אין פראנץ און אין פראג, אין איטאליע און אין מעקסיקא. און דאס ליכט קומט צוריק אין 770, און ווערט אויפגעכאפט אין די אויגן פון א קליין קינד וואס לייגט אריין זיין צעטל אין די רבי׳ס ספר, און זאגט נישט קיין דרשות, נאר פשוט "רבי, העלף מיר."

און דער רבי העלפט. און דער פלאם ברענט ווייטער.

פעסינעיטינג סטאף Fascinating Stuff !!
 
לעצט רעדאגירט:

בחורים ווערן שלוחים איבער דער וועלט

און דאס איז בלויז א טייל. ווייל דער אמת׳דיגער פאסינאציע איז ווען מען זעט ווי אינגערע בחורים ווערן ארויסגעשיקט אין דער וועלט צו ווערן שלוחים אין די ווייטסטע עקן פון דער וועלט
בחורים ווערן נישט קיין שליחים נאר אינגעלייט
 
וואס?????????????
א שטריימל, בעקיטשע, מיינט גארנישט אויב מען איז א חסיד!
(און בכלל די טערם חסיד מיינט אז מען לערנט חסידות, נישט אז מען קומט פון בארא פארק אדער וויליאמבבורג!)
ליין איבער וואס איך האב געשריבן!!!!!!!!!!!
 
בחורים ווערן נישט קיין שליחים נאר אינגעלייט
זיי גייען אבער יא ארום אויף מבצעים, בעיקר ערב שבת וימי חג
ווי אויך פארן זיי ארום די וועלט צו העלפען די שליחים אויף ימים טובים ובעיקר חג הפסח
 
Back
Top