אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

זיי זענען געווארן רבי בערך די זעלבע צייט (נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד),

חב"ד איז אבער געווען די ערשטע צו זיין א חסידות אויף אזא פארנעם,

אויסער דעים איז חב"ד געבליבן גאנץ אנדערש ווי טשערנאביל און סטאלין וואס זענען היינט צוטאגס צוטיילט אין אסאך חסידות'ער,
געוווארן רבי ווייס איך נישט פונקטליך די דאטום אבער דיר מאור עינים איז נאך א תלמיד פון בעש"ט משא"כ די תניא..
נאכן פטירה פונעם מגיד איז די תניא געפארן צו ר' מענדעלע וויטעפסקער ביז ער ארויף אויף א"י....

וואס מיינט אזא פאר נעם ווייס איך נישט....
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז די חילוק פון ברסלב און ליובאוויטש?
לויבאוויטש, איז קאמפליצירטע תורות פאר פשוטע מענטשן..
ברסלב, איז פשוטע תורות פאר קאמפליצירטע מענטשן....
איך האב אמאל געהאט פון איינעם אז
חב"ד איז די masculine energy
און ברסלב איז די feminine energy ודו"ק
 
זיי זענען געווארן רבי בערך די זעלבע צייט (נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד),
מ'איז נישט געווארען קיין רבי'ס
עס איז געוועהן אנדרעש ווי היינט
עניוועי די מאור עינים איז שוין געוועהן א מגיד בחייו פונעם מגיד און ווייטער די בעל התניא האט זיך מקשר געוועהן נאכן מגיד מיט בנו רבי אברהם המלאך און דערנאך מיט רבי מנדלע וויטעבסקער/הורדוקער און דערנאך ווי א תלמיד לבר צום מאור עינים
חב"ד איז אבער געווען די ערשטע צו זיין א חסידות אויף אזא פארנעם,
ביים תניא איז עס נישט געוועהן א חסידות ווי שפעטער נאר מער ווי די אנדערע תלמידי המגיד
אויסער דעים איז חב"ד געבליבן גאנץ אנדערש ווי טשערנאביל און סטאלין וואס זענען היינט צוטאגס צוטיילט אין אסאך חסידות'ער,
חב"ד איז אויך געוועהן עטליכע סניפים, "היינט" איז נאר געבליבען איינס

ואי משום הא איז ממילא נישט קיין קשיא, לגבי קארלין רעכן נאר סטאלין און נישט סלאנים, סטרעטין, קוידנוב וכו'
און ביי טשערנאבעל רעכען נישט די אנדערע 7 זון

אבער באמת איז עס נעריש, זייט ווען איז די נאמען אדער די שטאט עפעס? היינט שלאגט מען זיך דערויף אבער בעצם איז עס קיינמאל גארנישט געוועהן
ליובאוויטש אליינס האט זיך דאך אנגעהויבן שפעטער ביים מיטעלער רבי, די בעה"ת האט נישט געוואוינט דארט.
 
Back
Top