אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

זיי זענען געווארן רבי בערך די זעלבע צייט (נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד),

חב"ד איז אבער געווען די ערשטע צו זיין א חסידות אויף אזא פארנעם,

אויסער דעים איז חב"ד געבליבן גאנץ אנדערש ווי טשערנאביל און סטאלין וואס זענען היינט צוטאגס צוטיילט אין אסאך חסידות'ער,
געוווארן רבי ווייס איך נישט פונקטליך די דאטום אבער דיר מאור עינים איז נאך א תלמיד פון בעש"ט משא"כ די תניא..
נאכן פטירה פונעם מגיד איז די תניא געפארן צו ר' מענדעלע וויטעפסקער ביז ער ארויף אויף א"י....

וואס מיינט אזא פאר נעם ווייס איך נישט....
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז די חילוק פון ברסלב און ליובאוויטש?
לויבאוויטש, איז קאמפליצירטע תורות פאר פשוטע מענטשן..
ברסלב, איז פשוטע תורות פאר קאמפליצירטע מענטשן....
איך האב אמאל געהאט פון איינעם אז
חב"ד איז די masculine energy
און ברסלב איז די feminine energy ודו"ק
 
זיי זענען געווארן רבי בערך די זעלבע צייט (נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד),
מ'איז נישט געווארען קיין רבי'ס
עס איז געוועהן אנדרעש ווי היינט
עניוועי די מאור עינים איז שוין געוועהן א מגיד בחייו פונעם מגיד און ווייטער די בעל התניא האט זיך מקשר געוועהן נאכן מגיד מיט בנו רבי אברהם המלאך און דערנאך מיט רבי מנדלע וויטעבסקער/הורדוקער און דערנאך ווי א תלמיד לבר צום מאור עינים
חב"ד איז אבער געווען די ערשטע צו זיין א חסידות אויף אזא פארנעם,
ביים תניא איז עס נישט געוועהן א חסידות ווי שפעטער נאר מער ווי די אנדערע תלמידי המגיד
אויסער דעים איז חב"ד געבליבן גאנץ אנדערש ווי טשערנאביל און סטאלין וואס זענען היינט צוטאגס צוטיילט אין אסאך חסידות'ער,
חב"ד איז אויך געוועהן עטליכע סניפים, "היינט" איז נאר געבליבען איינס

ואי משום הא איז ממילא נישט קיין קשיא, לגבי קארלין רעכן נאר סטאלין און נישט סלאנים, סטרעטין, קוידנוב וכו'
און ביי טשערנאבעל רעכען נישט די אנדערע 7 זון

אבער באמת איז עס נעריש, זייט ווען איז די נאמען אדער די שטאט עפעס? היינט שלאגט מען זיך דערויף אבער בעצם איז עס קיינמאל גארנישט געוועהן
ליובאוויטש אליינס האט זיך דאך אנגעהויבן שפעטער ביים מיטעלער רבי, די בעה"ת האט נישט געוואוינט דארט.
 
מ'איז נישט געווארען קיין רבי'ס
עס איז געוועהן אנדרעש ווי היינט

איך האב גראדע קודם געטראכט צו שרייבן געגרינדעט די חסידות, אבער נאכדעם האב איך מחליט געווען אז מ'קען יא זאגן געווארן א רבי, ווייל אין מלך בלא עם
עניוועי די מאור עינים איז שוין געוועהן א מגיד בחייו פונעם מגיד
נו וואס איז וועגן דעים,
ער פלעגט ארום גיין האלטן דרשות, ער האט נאך נישט געהאט קיין חסידות
און ווייטער די בעל התניא האט זיך מקשר געוועהן נאכן מגיד מיט בנו רבי אברהם המלאך און דערנאך מיט רבי מנדלע וויטעבסקער/הורדוקער און דערנאך ווי א תלמיד חבר צום מאור עינים
קען זיין איך בין נישט אזוי באקאנט,
וויפעל שפעטער איז עס געווען?
ביים תניא איז עס נישט געוועהן א חסידות ווי שפעטער נאר מער ווי די אנדערע תלמידי המגיד
חב"ד איז די ערשטע געווארן א חסידות, לכאורה נאך אין די צייטן פון די בעל התניא

חב"ד איז אויך געוועהן עטליכע סניפים, "היינט" איז נאר געבליבען איינס
קיינמאל נישט געהערט דערפון, די מיינסט אפשר נתיבות עולם?

ואי משום הא איז ממילא נישט קיין קשיא, לגבי קארלין רעכן נאר סטאלין און נישט סלאנים, סטרעטין, קוידנוב וכו'
און ביי טשערנאבעל רעכען נישט די אנדערע 7 זון

איך כאפ נישט פינקליך וואס די מיינסט צו זאגן

אבער באמת איז עס נעריש, זייט ווען איז די נאמען אדער די שטאט עפעס? היינט שלאגט מען זיך דערויף אבער בעצם איז עס קיינמאל גארנישט געוועהן
ליובאוויטש אליינס האט זיך דאך אנגעהויבן שפעטער ביים מיטעלער רבי, די בעה"ת האט נישט געוואוינט דארט.
די פוינט איז נישט די נאמען, די פוינט איז די חסידות.
 
לעצט רעדאגירט:
קיינמאל נישט געהערט דערפון, די מיינסט אפשר נתיבות עולם?
ווען דער בעל התניא איז אוועק, האט זיך עס צוטיילט צווישן ר' אהרן סטרשיילא און דער מיטעלער רבי. די בריוון וואס דער מיטעלער רבי האט געשריבן קעגן חסידי ר"א האבן גארנישט וואס זיך צו שעמן פון די בריוון פון די מתנגדי החסידות פון יענער דורות.

ווען דער צמח צדק איז אוועק, האבן פינף קינדער איבער גענומן. דער יונגסטע איז געווען דער מהר"ש אין ליובאוויטש. קאפוסט, ניעזין, ליאדי, און איך געדענק נישט די פערטער אויפן מינוט.

ווען דער מהר"ש איז אוועק, האט זיך עס גענומן עטליכע יאר, דוכט זיך צען, ביז זיין מיטעלער זון דער רש"ב האט איבערגענומן. די עלטסטע, ר' זלמן אהרן, איז געווען אן ערנסטע קאנדידאט. (די יונגסטע, מנחם מענדל, איז נעביך געווארן א סוחר).
 
ווען דער בעל התניא איז אוועק, האט זיך עס צוטיילט צווישן ר' אהרן סטרשיילא און דער מיטעלער רבי. די בריוון וואס דער מיטעלער רבי האט געשריבן קעגן חסידי ר"א האבן גארנישט וואס זיך צו שעמן פון די בריוון פון די מתנגדי החסידות פון יענער דורות.
ווי קען מען זעהן די בריוון?
 
Back
Top