ווער ס׳רופט דעם ענין פון “דור השביעי” אַ דמיון, ווייזט בלויז אַז ער האָט קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען וואס חסידות חב״ד איז בכלל. דער רבי האָט נישט אויפגעבויט קיין נייע “מציאות”, נאָר ער האָט אויפגעדעקט וואס חסידות האָט גערעדט פון אנהייב — אז דער ציל פון דער בריאה איז דירה בתחתונים.
ווען דער רבי האָט געזאגט “מיר זײנען דער דור השביעי”, איז עס נישט געווען קיין סלאגאן. ס׳איז געווען א בשורה — אז נאָך זעקס דורות פון עבודה איז די וועלט גרייט, און די שליחות איז אין אונזערע הענט. דו קענסט לאכן פון דעם, אָבער ווען דו לאכסט, לאכסטו פון דעם פּנימיות־התורה אליין, ווייל דאס איז די שלימות פון דעם וועג פון חסידות: אלקות אין וועלט, גאולה אין מציאות.
און צו זאגן אז “ער איז דער אכטער דור”? — ווער ס׳רעדט אזוי, ווייזט אז ער קען נישט לייענען פּשוט. דער רבי האָט גערעדט פון דורות פון חב״ד, נישט פון יחידים. זיין שווער איז געווען דער זעכסטער פון חב״ד, און דער רבי — דער שביעי. ס׳איז נישט קיין חשבון פון פּערזענלעכע יוחסין, נאָר פון שליחות אין דער סדר־השתלשלות פון חסידות.
ר׳ יואל קאהן ז״ל האָט געזאָגט קלאר: ווער ס׳לייקענט דעם ענין פון “דור השביעי” לייקענט אין כל התורה כולה. און ער האָט געמיינט נישט קיין גוזמאות, נאר אמת: וויבאלד דער רבי האָט ארויסגעבראכט די תמצית פון חסידות — אז אלקות מוז ווערן דער פאַקט אין וועלט. לייקענען דעם מיינט לייקענען דעם ציל פון גאנצע תורה.
דבריך צריכין ביאור.
קודם, אז רבי יואל האט געזאגט, האט ער געזאגט, איז ער דען געווען א רבן של כל ישראל וואס כלל ישראל האט אנגענומען? ער איז געווען א וואוילער איד, א גרויסער חסידישער מנהיג און א חוזר פון די רבי'ס מאמרים, זאל ער רוען אין גן עדן.
אין יד החזקה פון רמב"ם, הלכות מלכים, ווערט נישט דערמאנט קיין זאך וועגן "דור שביעי". וואס חסיד'ישע רבי'ס האבן געזאגט איז נישט מחייב קיינעם, אפילו נישט זיינע אייגענע חסידים. א רבי זאגט אמאל עפעס לפי שעה, ווייל לפי ראות עיניו איז דאס פאסיג צו מחזק זיין די לבבות פון זיינע אנהענגער אין יענע צייט, אבער דאס איז נישט קיין לימוד לדורות. פונקט ווי די גמרא זאגט אין מסכת מגילה, אז רוב נביאים לא ניתנו דבריהם לכתוב, ווייל זייערע ווערטער זענען נאר געווען ווי א הוראת שעה לאותו הדור, נישט לדורות. איז די ווערטער פון א רביאודאי נישט מער פון א נביא.
און לאחר העיון, איז דער גאנצער ענין פון "דור שביעי" מוקשה און תמוה, ווייל ווער זאגט מען רעכנט פון בעל התניא? אפשר פון דעם מגיד מיט זיינע אייניקלעך פון רוזין? אדער פון דער בעל שם טוב דורך דער מאור עינים אדער נועם אלימלך? און פארוואס נישט פשיסחא, קוצק, גור, אדער וויזניץ?
קען גאר זיין אז מען קען טרעפן סאטמאר חסידים וואס וועלן טענה'ן אז מען הייבט אן פון דאסניי פון דעם ערשטער סאטמאר רבי (נשתכח דרך הבעל שם טוב) און מען דארף ציילן 7 דורות פון אים, וואס האט דעפענעטלי געהאט א השפעה דירעקט אדער אומדירעקט אויף גאנץ כלל ישראל.
לאחר העיון ומחשבה שטעלט זיך קלאר ארויס, אז דער גאנצער דמיון פון "דור שביעי" איז ווישפול טינקינג, ופתי יאמין לכל דבר, והמאמין יחוש לישועת ה'.