אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

איז יענער די רבי׳ס גבאי? הויז בחור?
דער אינגערמראן וואס שטייט הינטערן "רעבן", איז די "גבאי" און דער בחור מיט גלעזער (נישט דער וואס שטייט מיט וויין, נאר דער בחור וואס מען זעט אינמיטן ווידיא)איז דער "הויז בחור".
 
נישט צו אם לאכן פון אנדערע, קען איינער מיך מסביר זיין וואסי פשט פון די אויפירונג?

פיין, לאמיר זאגן אז די רבי לעבט און אז די רבי איז משיח, און אז יעצט איז נאכנישט די זמן צו התגלה ווערן. פיין. אבער ווער זאגט נישט אז די רבי זיצט ערגעץ און לערענט? פארוואס מאכט מען די שפיל ווי ער קומט און גייט? קען ער נישט זיין משיח אן דעם?
 
עיין @כוס של אליהו
 
כהיום, חסידות מיינט 'אפגעטיילט פון די גויישע גאס'. און ליובאוויטש איז נישט אפגעטיילט פון די גויישע גאס. פארדעם זענן זיי נישט גערעכענט פאר חסידים.

א סיסטעם האבן זיי שוין איין מאל. לאמיר ברענגן א ביישפיל. גיי אריין אין בעלזא און רעד מיט די עולם דארט. נאך א האלבע שעה, וועסטו טרעפן דער וואס וועט דיר זאגן, "איך האב די חסידות און רבי אין בוידעם. אבער דא בין איך." צו מיר, דאס איז די טייטש פון א סיסטעם. אין ליובאוויטש האסטו גענוג און נאך פון די חברה. דער רבי האבן זיי נישט אין בוידעם, ווייל ער לעבט דאך נישט, יעדער קען אפמאכן ביי זיך וואס דער רבי וויל, מאנט, און הייסט. אבער די סיסטעם שטייט און נאך ווי.
 
איך בין נישט באקאנט מיט וואס איר צייכעט צו, אויב מעגלעך ביטע מסביר זיין. תודה מראש.
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אייערע מנהגים אבער וואס טוט איר פסח ביינאכט ביים סדר מיט דעם כוס וואס איר רופט כוס של אליהו. 🤔🧐😉🫣
 
אה. נישט געכאפט. איך פארשטיי דעם צישטעל אבער דאך איז פסח מער סימבאליש ווי איידער א פאקט. למשל איינער וואוינט אויף א הויכע שטאק עפענט ער נאר זיין הויז טיר, איי ווי איז אליהו אריין צו דעם לאבי?

ביי חבד איז עס פיל מיר ווי סימבאליש, (מערקט אין די ווידאו ווי איינער טרינקט עס אפילו).
 
לעצט רעדאגירט:
אה. נישט געכאפט. איך פארשטיי דעם צישטעל אבער דאך איז פסח מער סימבאליש ווי איידער א פאקט. למשל איינער וואוינט אויף א הויכע שטאק עפענט ער נאר זיין הויז טיר, איי ווי איז אליהו אריין צו דעם לאבי?

ביי חסד איז עס פיל מיר ווי סימבאליש, (מערקט אין די ווידאו ווי איינער טרינקט עס אפילו).
די כוס של אליהו
 
גערעכט איך רעד נישט פון יעדן אבער דאכט זיך מיר אז דארטן האט אויך נישט יעדער געטרונקען.
עס זענען אפילו געווען אזעלכע וואס האבן געווארט אז מען זאל אריינגיסן
ביי חסד איז עס פיל מיר ווי סימבאליש, (מערקט אין די ווידאו ווי איינער טרינקט עס אפילו).
 
נישט צו אם לאכן פון אנדערע, קען איינער מיך מסביר זיין וואסי פשט פון די אויפירונג?

פיין, לאמיר זאגן אז די רבי לעבט און אז די רבי איז משיח, און אז יעצט איז נאכנישט די זמן צו התגלה ווערן. פיין. אבער ווער זאגט נישט אז די רבי זיצט ערגעץ און לערענט? פארוואס מאכט מען די שפיל ווי ער קומט און גייט? קען ער נישט זיין משיח אן דעם?
ווייל עס שטייט אין קונטרס בית רבינו אז דער רבי זיצט און לערנט וכו
 
כהיום, חסידות מיינט 'אפגעטיילט פון די גויישע גאס'. און ליובאוויטש איז נישט אפגעטיילט פון די גויישע גאס. פארדעם זענן זיי נישט גערעכענט פאר חסידים.

א סיסטעם האבן זיי שוין איין מאל. לאמיר ברענגן א ביישפיל. גיי אריין אין בעלזא און רעד מיט די עולם דארט. נאך א האלבע שעה, וועסטו טרעפן דער וואס וועט דיר זאגן, "איך האב די חסידות און רבי אין בוידעם. אבער דא בין איך." צו מיר, דאס איז די טייטש פון א סיסטעם. אין ליובאוויטש האסטו גענוג און נאך פון די חברה. דער רבי האבן זיי נישט אין בוידעם, ווייל ער לעבט דאך נישט, יעדער קען אפמאכן ביי זיך וואס דער רבי וויל, מאנט, און הייסט. אבער די סיסטעם שטייט און נאך ווי.
וואס מיינסטו צו זאגן "און ליובאוויטש איז נישט אפגעטיילט פון די גויישע גאס"?!
 
חב"ד איז נישט אפגעטיילט פון די גויישע גאס אזוי ווי די חסידישע ציבור איז. עס איז מאדנע אז מ'דארף דאס אפילו אויסרעדן. א חסידישע אינגל האט נישט קיין וועג צו רעדן מיט א נישט פרומע איד, און די ציל איז אז עס זאל אזוי בלייבן לעולם דוד. אלס אינגערמאן זאל ער צוברעכן די צענער אויף ענגליש, אבי זיך צו פירן 'נישט גוייש'.
אין חב"ד לערנט מען אויס יעדער בחור און אינגל וויאזוי אויסצוקומן מיט דערויסענדיגע.,

ווער איז גערעכט איז גאר א צווייטע שאלה. אבער צו זאגן אז חב"ד און באבוב זענן ביידער 'חסידיש' מיט אן ענליכע קולטור, נאר דא הייסט ער האלבערשטאם, דארט טווערסקי, און דארט שניאורסון, איז נישט צום זאך.
 
Back
Top