אל תטוש אדער חמץ, וואס איז הארבער?

כלבין דחציפין

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
17
רעאקציע ראטע
117
איך האב פריער געשריבן וועגן זיך מישען וכו׳ עס זעהט אויס ווי דער עולם פארשטייט נישט די פארפארציעס פון עניינים (און מיט רעכט ווייל מען לערנט אויס אז יעדע ווייטע חומרא אדער ענין איז עק וועלט און מען וועט אדער ברענען אין גיהנם דערפאר אדער ״סע הייבט זיך אן מיט דעם ולמחר אומר לו עשה כך)
כלפי מה דברים אמורים, די עניין פון זיך נישט מישן איז א מנהג, סע איז א שיינע מנהג און דעטס איט, און סע געבט צי צי די יום טוב געשמאק אבער דעטס איט, אויב קענסטו נישט מקיים זיין דעי מנהג איז נישט, ביסט נישט קיין שייגעץ און א גוי, סע מיינט נישט אז די עסט חמץ און די גייסט נישט אין גיהנם, מען דארף אפילו נישט ווערן טריגערט דערפון, ווילסט נישט איז נישט.
איך האב עס געזען ביי נאך א פלאץ איך האב א חבר ביי עם איז די עניין פון קדושה אלעס די זעלבע, הוז״ל און בעילת נידה איז די זעלבע לעוועל, ער דערציילט מיר אז ער איז שוין מילא א שייגעץ ער גייט מילא אין גיהנם, מילא קען ער שוין טוו וואס ער וויל.
חברה דאס איז א גרויסע טעות, בימי נידתה אז מען האט תאוות און מע איז מוצא זרע איז נישט עק וועלט, עס איז בעיקר א פראבלעם מיטן זוהר, נו די זוהר איז טאקע זייער חשוב אבער ער איז נישט הלכה, עס איז דא אסאך זאכן וואס שטייט אין זוהר און מען פאלגט עס נישט. אבער בעילת נידה איז א איסור דאורייתה, סע נישט נערמאל ווי דער עולם איז צומישט אין די פארפארציעס.
וכן הלאה למשל ניצן די טעלעפאן אום שבת איז לכל היותר אוושי מילתא, נישט קיין איסור ממש נאר אזא סע פאסט נישט עס צי ניצען אום שבת, אבער צולייגן וואסער צום טשאלנט איז א איסור דאורייתא א איסור בישול.
בקיצור איך האב נישט קיין טענות צי קיינעם ווייל די חינוך סיסטעם מאכט ציונות און עסן אום יום כיפור די זעלבע מדריגה, אבער אז איינער האט שוועריקייטן מיט געוויסע מנהגים צי חומרות זאל ער וויסן ער איז נישט קיין גוי און נישט קיין שגץ, ער איז א ערלכיע איד און די באשעפער האט עם ליב, און מען גייט נישט אין גהנם פארן נישט מקפיד זיין אויף א מנהג. די עיקר וואס די תורה פארלאנגט איז צי היטן די תורה אלעס ארום איז א באונעס, מען דארף געדענקן נישט ארויסציווארפן די קינד מיט די וואנע וואסער ווי מען זאגט אויף ענגליש.
 
ער איז א ערלכיע איד און די באשעפער האט עם ליב, און מען גייט נישט אין גהנם פארן נישט מקפיד זיין אויף א מנהג.
זייער ריכטיג וואס דו זאגסט אז מ׳זאל נישט צוזאמען מישן הודו מיט כוש, און אז ליידער האט מען אונז נישט געלערנט די חילוק צווישן א מנהג, א גדר, און אן איסור וכו׳

אבער אז מ׳רעדט שוין יא פון זוהר, איז וויכטיג צו געדענקען די ווערטער פון ר׳ שמעון בר יוחאי אז נישט נאר גייסטו נישט גיין אין גיהנים אויב דו האסט עובר געווען אויף א מנהג, אבער ניטאמאל ווען דו ביזט עובר אויף אן איסור. קיין שום איד גייט נישט אין גיהנים זאגט ר׳ שמעון בר יוחאי (און אויב ווילסטו זעהן זיין הסבר פארוואס? ווי אויך די מרא מקום, דעמאלס קענסטו קליקן די לינק וואס כ׳האב צוגעצייכנט ^ )
 
איך האב פריער געשריבן וועגן זיך מישען וכו׳ עס זעהט אויס ווי דער עולם פארשטייט נישט די פארפארציעס פון עניינים (און מיט רעכט ווייל מען לערנט אויס אז יעדע ווייטע חומרא אדער ענין איז עק וועלט און מען וועט אדער ברענען אין גיהנם דערפאר אדער ״סע הייבט זיך אן מיט דעם ולמחר אומר לו עשה כך)
כלפי מה דברים אמורים, די עניין פון זיך נישט מישן איז א מנהג, סע איז א שיינע מנהג און דעטס איט, און סע געבט צי צי די יום טוב געשמאק אבער דעטס איט, אויב קענסטו נישט מקיים זיין דעי מנהג איז נישט, ביסט נישט קיין שייגעץ און א גוי, סע מיינט נישט אז די עסט חמץ און די גייסט נישט אין גיהנם, מען דארף אפילו נישט ווערן טריגערט דערפון, ווילסט נישט איז נישט.
איך האב עס געזען ביי נאך א פלאץ איך האב א חבר ביי עם איז די עניין פון קדושה אלעס די זעלבע, הוז״ל און בעילת נידה איז די זעלבע לעוועל, ער דערציילט מיר אז ער איז שוין מילא א שייגעץ ער גייט מילא אין גיהנם, מילא קען ער שוין טוו וואס ער וויל.
חברה דאס איז א גרויסע טעות, בימי נידתה אז מען האט תאוות און מע איז מוצא זרע איז נישט עק וועלט, עס איז בעיקר א פראבלעם מיטן זוהר, נו די זוהר איז טאקע זייער חשוב אבער ער איז נישט הלכה, עס איז דא אסאך זאכן וואס שטייט אין זוהר און מען פאלגט עס נישט. אבער בעילת נידה איז א איסור דאורייתה, סע נישט נערמאל ווי דער עולם איז צומישט אין די פארפארציעס.
וכן הלאה למשל ניצן די טעלעפאן אום שבת איז לכל היותר אוושי מילתא, נישט קיין איסור ממש נאר אזא סע פאסט נישט עס צי ניצען אום שבת, אבער צולייגן וואסער צום טשאלנט איז א איסור דאורייתא א איסור בישול.
בקיצור איך האב נישט קיין טענות צי קיינעם ווייל די חינוך סיסטעם מאכט ציונות און עסן אום יום כיפור די זעלבע מדריגה, אבער אז איינער האט שוועריקייטן מיט געוויסע מנהגים צי חומרות זאל ער וויסן ער איז נישט קיין גוי און נישט קיין שגץ, ער איז א ערלכיע איד און די באשעפער האט עם ליב, און מען גייט נישט אין גהנם פארן נישט מקפיד זיין אויף א מנהג. די עיקר וואס די תורה פארלאנגט איז צי היטן די תורה אלעס ארום איז א באונעס, מען דארף געדענקן נישט ארויסציווארפן די קינד מיט די וואנע וואסער ווי מען זאגט אויף ענגליש.
שטארק און צום פוינט.
 
איסור הוצאות זרע לבטלה שטייט אין שלחן ערוך
 
איך מיש מיך, און איך עס אלעס לכבוד יום טוב אויסער חמץ.
איך בין נישט מקיל חשש חמץ איך בין מחמיר אין
ושמחת בחגך.
 
איסור הוצאות זרע לבטלה שטייט אין שלחן ערוך
סוף זמן תפילה, עסן אין סוכה שמיני עצרת, לייגן תפילין חול המועד, נישט עסן פאר תקיעת שופר, זיצען ביי הבדלה, און נאך אסאך זאכן שטייט אין שולחן ערוך.
 
איך אגרי אז ז"ל איז נישט אזוי הארב ווי נידה,
אבער ס'איז אסור על פי הלכה,

 
Back
Top